בלאט 7 פון 13

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 1:30 am
דורך Think and Thank
איינס פון די טוישונגען: ביז היינט האט א וועטעראן נאר געקענט גיין צו אפריוואטע אינסטיטוציע אויב ער האט געהאט געוויסע סיבות וואס האבן אים נישט געלאזט נוצן די VA שפיטעלער; אין די נייע פראגראם איז גענוג אז זיין דאקטאר זאגט אז עס איז בעסער פאר אים מעדיציניש.
די CBO שאצט אז די טוישונגען וועלן ברענגען אז 640,000 מער וועטעראן פאציענטן וועלן באהאנדלט ווערן אין פריוואטע שפיטעלער ווי אין די פריערדיגע יארן.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 3:19 am
דורך כאפצעם
Think and Thank האט געשריבן:איינס פון די טוישונגען: ביז היינט האט א וועטעראן נאר געקענט גיין צו אפריוואטע אינסטיטוציע אויב ער האט געהאט געוויסע סיבות וואס האבן אים נישט געלאזט נוצן די VA שפיטעלער; אין די נייע פראגראם איז גענוג אז זיין דאקטאר זאגט אז עס איז בעסער פאר אים מעדיציניש.
די CBO שאצט אז די טוישונגען וועלן ברענגען אז 640,000 מער וועטעראן פאציענטן וועלן באהאנדלט ווערן אין פריוואטע שפיטעלער ווי אין די פריערדיגע יארן.

און וויפיל פאציענטן וועלן באהאנדעלט ווערן אין די פריוואטע שפיטעלער מיטן ארגינעלן וועטעראן טשויס פראגראם?

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 3:56 am
דורך Think and Thank
זינט די גרינדונג פון דעם פראגראם זענען איבער 2 מיליאן וועטעראנען געווארן באהאנדלט דורך דעם פראגראם.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 9:19 am
דורך כאפצעם
Think and Thank האט געשריבן:זינט די גרינדונג פון דעם פראגראם זענען איבער 2 מיליאן וועטעראנען געווארן באהאנדלט דורך דעם פראגראם.


אהא, ווייל דא האט זעהט אויס איינער אנדערש פארשטאנען.
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן: דער אלטע פראגראם איז א זשאוק און קען אפילו נישט אנגערופען ווערען טשויס

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 11:04 am
דורך כאפצעם
פראגע: וואס טוטזעך מיט די צוגעזאגטע מיליאן דאלאר פאר עליזעבעט ווארען?

טראמפ: כ'האב עס קיינמאל געזאגט.

פאקט: "איך וועל דיר געבן א מיליאן דאלאר פאר דיין בעסטע צדקה אויב דו נעמסט דעם טעסט און עס צייגט ביזט אן אינדיאנער". (דאנעלד טראמפ - יולי 5 2018)

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 11:40 am
דורך Think and Thank
כאפצעם האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:זינט די גרינדונג פון דעם פראגראם זענען איבער 2 מיליאן וועטעראנען געווארן באהאנדלט דורך דעם פראגראם.


אהא, ווייל דא האט זעהט אויס איינער אנדערש פארשטאנען.
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן: דער אלטע פראגראם איז א זשאוק און קען אפילו נישט אנגערופען ווערען טשויס

אפשר קענסטו ערקלערן וויאזוי די מספר צוויי מיליאן (במשך זעקס יאר!) דארף צו זיין א פירכא אויף די פאקט אז אין די אלטע פראגראם האט מען, צווישן אנדערע, נישט געקענט גיין פריוואט בלויז צוליב די פאקט אז דארט וועט מען באקומען בעסערע קעיר נאר מען האט געדארפט אויפווייזן אז מען 'קען' נישט נוצן די ווי עי פאסיליטיס?

(טשויס אויף אידיש מיינט 'אויסוואל')

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 12:47 pm
דורך כאפצעם
כ'ווייס נישט וואס גייט אריין אין טשויס קאטאגאריע און נישט אויף דעם האבעך מיר געשטעלט, די מדובר איז געווען צו די פראגראם איז נארוואס געגרינדעט געווארן און דערויף איז דער קלארער תירוץ אז ניין.

נאכדעם טענהט א ניק אז די ביז יעצטיגע פראגראם איז א זשאוק, דערויף מיינעך הכל מודים אז 2 מיליאן קעיר גענימענע אינדרויסן פון VA איז ווייט פון א זשאוק.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 1:34 pm
דורך Think and Thank
הייסטעס אז דו האסט ווידעראמאל בכונה געשניטן איינעמ'ס תגובה צו פארדרייען זיינע ווערטער, און דערנאך 'פראווסטו' אז דו ביזט גערעכט.
אט איז וואס יענער האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:זייער פשוט אז פרעזידענט טראמפ האט אינגאנצען געטוישט און צוגעלייגט אזויפיל דערצו אז דער אלטע פראגראם איז א זשאוק און קען אפילו נישט אנגערופען ווערען טשויס

ס'טייטש, נישט ווי דו האסט פאלש געשריבן אז די אלטע פראגראם איז געווען עפעס א נארישע אומווירקזאצע פראגראם, נאר אז קעגן די נייע פראגראם איז עס א דזשאוק און נישט קיין טשויס.

בנוגע די גרינדונג, די פריערדיגער פראגראם האט אולי געהייסן טשויס אבער קיין טשויס איז עס נישט געווען. די ערשטע מאל וואס א וועטעראן קען 'טשוזן' צו גיין פריוואט איז די נייע געזעץ.

ובזה סימתי די רונדע פון אפפרעגן דיינע פאלשע קוואוטס, ולא אגיב עוד בעז''ה.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 1:59 pm
דורך כאפצעם
נאופ, מ'קען יעצט אויך נישט טשוזן. מ'מוז האבן א צעטל פון א דאקטאר אז פאר אים וועט זיין בעסער א צווייטן. איז עס א העכערע דרגה אין טשויס? אוודאי. איז די ערשטע פראגראם וואס קאווערט 2 מיליאן וועטעראנען א דזשאוק? נישט אין מיין דיקשענערי.

כ'זעה ביזט שנעל אנטלאפן, דאס איז זיכער דיין טשויס..

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 2:05 pm
דורך קאמפיוטער עקספערט
די נייע פלאן גייט הערשט אריין אין עפעקט קומענדיגע יאר

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 6:39 pm
דורך Think and Thank
די ערזאץ פראגראם וועט קאווערן פרישע 640,000 וועטעראנען יערליך. דאס מיינט אז אין זעקס יאר וועט עס קאווערן באלד פיר מיליאן וועטעראנען מער (אדער באלד דריי מאל אזויפיל) ווי די פריערדיגע פראגראם.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 15, 2018 9:58 pm
דורך קאמפיוטער עקספערט
עס איז דא נאך אסאך נייע זאכן. אבער די אמת איז אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אז דאס איז א ליגנט און עס בלאנגט טאקע אין די אשכול נישט אזוי ווי א גרויסע פראצענט אנדערע זאכן אין די אשכול וואס זענען אדער נישט קיין ליגנטס אדער איז עס נישט געפראווט ליגנט און קען גאר זיין אז דער וואס האט עס אפגעלייקנט איז גאר די ליגנער

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 1:39 pm
דורך כאפצעם
פאר די רעקארד, איך האב נישט קיין שום פינאנציעלע פארבינדונגען אין סאודי אראביע, סייוואספארא אנדייטונג אז יא איז פעיק ניוז
(דאנעלד טראמפ - אקטאבער 2018)

------

סאודי אראביע, איך קום זיך אדורך מיט אלע דארט, זיי קויפן אפארטמענטס פון מיר, זיי ספענדן $40 מיליאן/$50 מיליאן און איך ברויך זיי נישט גלייכן?! איך גלייך זיי זייער שטארק!
(דאנעלד טראמפ - 2015)

וועלט אייך די ליגענט פון וועלעכע פון די צוויי איר גלייכט.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 12:01 am
דורך צל עובר
יעך האלט אז די ערשטע איז א ליגענט די צווייטע א גוזמא.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 4:46 am
דורך כאפצעם
כאפצעם האט געשריבן:פאר די רעקארד, איך האב נישט קיין שום פינאנציעלע פארבינדונגען אין סאודי אראביע, סייוואספארא אנדייטונג אז יא איז פעיק ניוז
(דאנעלד טראמפ - אקטאבער 2018)

------

סאודי אראביע, איך קום זיך אדורך מיט אלע דארט, זיי קויפן אפארטמענטס פון מיר, זיי ספענדן $40 מיליאן/$50 מיליאן און איך ברויך זיי נישט גלייכן?! איך גלייך זיי זייער שטארק!
(דאנעלד טראמפ - 2015)

וועלט אייך די ליגענט פון וועלעכע פון די צוויי איר גלייכט.

המממ...

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 5:13 am
דורך shimon7323
ולא פליגי, איינס שטייט ער האט נישט קיין פינאנציעלע זאכען און (דאס לאנד) סאודיע אראביע, דער אנדערע שטייט אז ער גלייכט זייער געלט ווען זיי טוהן ביזנעס און אמעריקא וואס ער דירעקט האט גענאסען פון זיי.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 5:57 am
דורך קאמפיוטער עקספערט
אויב איז דאס די גאנצע וואס ער האט מיט זיי ביזנעס דעמאלטס דארף מען זיין נאריש צו טראכטען אז דאס איז די סיבה פארוואס ער פירט זיך אזוי אויף מיט זיי

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2018 5:29 pm
דורך כאפצעם
נאך א זאפטיג הייסע ליגענט, אבער שוין מיט ערענסטע קאנסעקווענצן פאר אמעריקאנער.

אלע רעפובליקענס שטיצן פרי עקזיסטינג קאנדישאנס, איך בין אין טאטאלע שטיצע.
(דאנעלד טראמפ - אקטאבער 2018)

פאקט: אט איז די טראמפ אדמינסטראציע אין קאורט שטיצנדיג א לאו סוט צו מבטל מאכן די אבאמאקעירס פרי עקזיסטינג קאנדישאן קאווערידזש.

The Trump administration is urging a federal court to dismantle two of the most popular provisions of Obamacare, but to delay taking such drastic action until after the midterm elections this fall.

Responding to a lawsuit from conservative states seeking to invalidate the Affordable Care Act, the Justice Department told a judge in Texas on Thursday that Congress’ decision to repeal the penalty for failing to buy health insurance renders unconstitutional other Obamacare language banning insurers from charging people more or denying them coverage based on a pre-existing condition.


The Texas-led lawsuit filed in February claims that the recent elimination of Obamacare’s individual mandate penalty means that the whole health care law should now be ruled invalid.

אה, און דא זענען די הארציגע רעפובליקאנער ביים (פריצייטיגן/מישען אקאמפלישד...) סעלעברעישן פונעם אבאמאקעיר (פרי עקזיסטינג קאווערידזש) ריפיעל.

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:10 pm
דורך כאפצעם
ביים זיך באציען צו אמעריקא וועל איך אייביג קעפיטעלאזירן די ווארט קאנטרי.
(דאנעלד טראמפ - אקטאבער 2018)

פאקט:

אט איז ער אין די זעלבע 24 שעה:

געשריבן: זונטאג אקטאבער 21, 2018 9:13 pm
דורך כאפצעם
די אפיאויד ביל איז דורך מיט זייער ווייניג דעמאקראטישע שטיצע
(טראמפ - אקטאבער 2018)

פאקט: די ביל איז דורך 98-1. די איין שטיצע דערקעגן איז געווען: רעפובליקאנער סענעטאר מייק לי..

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 8:58 am
דורך יש ברירה
טראמפ האט זיך געלאזט הערן עטליכע מאל איבער די קאנטערווערסיאלע וואפן אפמאך מיט סאודיע אראביע, זאגענדיג אז ער וויל עס נישט אפרופן צוליב וואס עס וועט שאפן דזשאבס אין אמעריקא.

וויפיל דשאבס פרעגט איר? ווענט זיך ערב בוקר וצהרים...

מארטש צוואנציג ווען די קרוין פרינץ איז געווען אין וואשינגטאן
"איבער 40 טוינזט דזשאבס"

אקטאבער 13
450,000 דזשאבס...

אקטאבער 17
500,000 דזשאבס...

פארגאנגענעם פרייטאג
600,000 דזשאבס...

יענעם אווענט
600,000 דשאבס פאר די מיליטער אליינס אבער א מיליאן דזשאבס אלעס אינאיינעם...

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 10:33 am
דורך כאפצעם
ער רעכענט די פרישע זשאבס פון די לאביאיסטן, פאקס ניוז קאמאנטירער און טראמפ אדמין איינגעשטעלטע וואס ארבייטן אצינד אווערטיים פארן סאודיער קאוועראפ

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 10:34 pm
דורך צל עובר
גוט

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 3:14 pm
דורך כאפצעם
אונז האבן א 100 בילדער ווי זשעימס קאומי און ראבערט מוללער האלזן זיך
(דאנעלד טראמפ - סעפטעמבער 2018)

פאקט: די פב"א קאנפערמד אין געריכט אז זיי האבן נישט געקענט טרעפן אפילו איינס אזא בילד.

אט איז זשעימס קאומי רעאגירנדיג צום נייעס.

געשריבן: זונטאג אקטאבער 28, 2018 8:54 am
דורך כאפצעם
פראגע: פארוואס האלטסטו אפ א ראלי נאך אזא מאסן מארד?

טראמפ: נאך 9/11 האט זיך די סטאק מארקעט אויך געפענט א טאג דערויף.

פאקט: ס'איז געווען פארשלאסן פארן וואך.