שומו שמים!!!

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

שומו שמים!!!

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג יוני 05, 2018 2:01 pm

שומו שמים!!!

וועלמיר פארציילן דברים קאוויטשהאזע (כהוייתן): נאך עטליכע שלאפלאזע נעכט, אלס תוצאה פונעם קינדס ציינדלן און פיבער, האב איך מיר ערלויבט זיך צוריקצולייגן נאכן זמן קרי"ש, איך קען מיר ניש אפרעדן עס איז געווען א פיינעם דרימפל, מ' האט משלים געווען אלע על עיני ותנומה על עפעפי'ויס. ווייל לכאורה איז דאך ממש א סתירה? איין פלאץ שטייט 'המפיל וכו' על עיני ותנומה על עפעפי', און ס'נאנדער פלאץ 'המעביר' וכולי, אבער יעצט ממש אלעס פארענטפערט געווארן עס שטימט הערליך (פרעג מיך ניש וויאזוי), ביני לביני (צווישן קושן און דאכענע) ווערט שוין עלעוו פיפצן, גיימיר מקיים זיין סעיף הראשון, און מען גרייט זיך ארויסצולאזן אויפן וועג צום שוהל, אופס! באמערק איך אז עס שטייט גרייט די אויסגענוצטע ארענדזשוס באטל וואס די כגופו האט ספעשל מכין געווען פאר די חשובע פערזענליכע מאן, אקעי מ'נעמט עס מיט און מ'לייגט עס אינעם ברוינעם קאסטן המיוחד. וואס סאט זיך אפגעטוהן אין מקוה קען איך נישט אראפמאלן מיט ווערטער, איינער רופט זיך אן אז ער איז נישט אין די כוחות האט אים די שכן דערלאנגט אזאנע שפריצעס, נאכאמזל איך בין געווען אין די אנדערע בור, בקיצור אינמיטן קומט א כרוז אז עס שטעלט זיך צאם א מנין וגומר עס איז געווען א פיינעם שחרית.

(ביז אהער איז געווען 'שמים', יעצט וועל מיר שילדערן די 'שומו' חלק)

אויפן וועג ארויס טראכט איך זיך צו מיר אז היינט וועלמיר זיך מכבד זיין מיט א געשמאקן סענדוויטש, איז אזוי, סתם א טונא אדער אייער סענדוויטש דאך נישט אינטערסאנט, זעמיר געקומען אויף גרויס המצאה, איין זייט עג סאלעט אין די אנדערע זייט טונא, און פארשטייט זיך מיט א הפסק מיט כל מיני ירקות ודשאים, שטעל מיר זיך א וועק, מ'נעמט אזא בודזשעט ראול (די מיני וואס די מסיבות שטעלן צו צו קאווערן די בודזשעט), מ'פעניצט אים פיין אפ, אקעי איי ניד וואן סייד טונא ענד די אדער סייד עג סאלעד, עס מוז צוגיין מיט הסברה כדי ער זאל זיך חלילה נישט אויסמישט מיט די גאנצע אייער. קוק איך מיר אזוי צו ווי ער נעמט דאס מעסערל און טינקס עס איין אין די טונא שיסל און נעמט זיך שמירן, איין מינוט דאס איז דאך ממש חוזק? נישט פון דעם האט מען גערעדט?!! העי מיסטער פליז פוט עי עקסטערע סקופ אוו טונא, שוין יעצט טונקט ער איין דעם סקופער ווערט עס מלא על כל גדותיו שארט ער אזוי אראפ ס'יבריגע, די אנדערע זייט זעה איך די זאלבע זאך, ער לייגט דאך אזוי ווייניג אייער ממש א שרעק, זאג איך אים מוסף צו זיין אן סקופ. קעי ער נעמט צוויי אזאנע זילבער פאפיר גראדע אינטערסאנט וויאזוי ער מאכט עס, קנייטש אהער קנייטש אהין, לייגט ארויף אזא איבעריגע $3 סטיקער אויף'ן פעקל, בעהט איך אים נאר ער זאל אזוי גוט זיין און צושניידן דאס סענדוויטש אויף דריי חלקים, אזוי וועלמיר האבן דריי זוגות פון אלע מינים. קעי מ'שטעלט זיך אין די רייע, נישט נעמען דאס גאולה פארן צייט, ענדליך דאס ערווארטעטע גורל'דיגע מינוט איז אנגעקומען, דער פרעגט מיר דארט, דיס איז באגעט? נו ודאי זאג איך אים, פיין מ'סווייפט די ק"ק.

אויפן וועג ארויס באמערק איך אויפן ריסיט נישט ווייניגער און מער ניין דאלער פופציג האטעס געקאסט!!!!!!! שומו שמים והאזינו ארץ!!!!! הישמע כזאת??? איך מיין אז ממש דאס האט מיין רבי אין חדר אונזין געהאט, ווען מ'פלעגט האבן טענות אז זיין חלוקה איז שלא ביושר, פלעגט ער ענטפערן: יושר איז שוין געשטארבן, י'תגדל 'ויתקדש ש'מיה ר'בא איז ראשי תיבות יושר. איז ממילא וויל איך אייך זאגן טייערע ידידים און מעריצים נעקסט טיים עטץ זענטס אין די זעלבע מצב, זאלטס עטס וויסן ביסט שוין מותרה ועומד, בעטסטו עקסטערע סקופ וועסטו האבן אן ארטיקל פאר אייוועלט....

יעצט קעמיר זיך גיין וואשן............
לעצט פאראכטן דורך אדער יא אום מיטוואך יוני 06, 2018 1:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
השתוקקות
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2018 12:29 pm

תגובהדורך השתוקקות » דינסטאג יוני 05, 2018 3:35 pm

אדער יא האט געשריבן:

אייזן הרב אדער יא
פון היינט און ווייטער וועסטו נאך באשטעלן נאך א סקופ טונא אדער יא אדער נישט............

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דינסטאג יוני 05, 2018 6:06 pm

נישט יעדן טאג סענדוויטש'זיך...

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דינסטאג יוני 05, 2018 8:03 pm

חחח...
איך וואלט עס איבער געדעקט מיט אנייער שפייז פון אויבן פאר נאך א סטיקער
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך יוני 13, 2018 6:10 pm

אבער למאנסעע סוכ"ס האט זיך עס געלוינט...

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4049
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג יוני 14, 2018 11:35 pm

נעוואדע אזוי. מ'קען דען עפעס פירן א געשעפט בלויז מיט ערשטמאליגע קונדן?...
Innocent until proven Republican

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 1:22 pm

מעגליך עס לוינט און איז ווערד צו מאכן א קאסטום גראבע סענדוויטש, מען פארדינט פיין דערפון, משא"כ נעמסטע א געקויפטע שפארסטו זיך אויף דער מינוט, אבער מען פילט נישט אזא התחייבות צום ארבעט, אבער נאך א פעטן סענדוויטש טראכט זיך ממילא הלמאי האסט דאך געהאט א סענדוויטש, יעצט ארבעט אריין!!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: האלבע שיך און 17 געסט