קריגעלעך אין וויליאמסבורגער נייעס

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:32 pm

בלינצע האט געשריבן:זאגט ווער?

אזוי זאג איך נאכ'ן דורכוואקן איינע פון די כפרה צענטערן ווי ס'זענען געלעגן הונדרעטע טויטע טשיקענס.
חוץ מזה וואס די שטינק איז סאך ארגער אין א הייסע טאג

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:34 pm

דריידל האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:זאגט ווער?

אזוי זאג איך נאכ'ן דורכוואקן איינע פון די כפרה צענטערן ווי ס'זענען געלעגן הונדרעטע טויטע טשיקענס

וועלכע כפרות צענטער און וויפיל אזייגער?

סתם צו זיין זיכער אז די אינפאו איז קראנט, ווייל נישט יעדער האט דאס געזען...
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
לייטער
שר האלף
תגובות: 1882
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובהדורך לייטער » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 2:53 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:זאגט ווער?

אזוי זאג איך נאכ'ן דורכוואקן איינע פון די כפרה צענטערן ווי ס'זענען געלעגן הונדרעטע טויטע טשיקענס

וועלכע כפרות צענטער און וויפיל אזייגער?

סתם צו זיין זיכער אז די אינפאו איז קראנט, ווייל נישט יעדער האט דאס געזען...

מיין ווייב האט געזען לעצטע יאר אדער 2 יאר צוריק 100ער טויטע און האלב טויטע טשיקענס פארן שחטן
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 3:00 pm

Amazing האט געשריבן:
שבת פארטי האט געשריבן:לאזן כפרות אויספייגערן אין די מאסן אין דורשט און היץ איז ריכטיגע צער בעלי חיים וואס גרעניצט זיך מיט א דאורייתא און ווערט נישט נדחה מפני מנהג.
בעיני ראיתי.

נישט עס גרעניץ זיך נאר אטא דאס מיינט די דאורייתא.

עס וואונדערט ווי ביי אונז קנאישע לאגער שומרי משמרת ה' טרעטן בריש גלי אויף די תורה וואס לאזט נישט עסן אינדערפרי ביז מען גיט צועסן פאר די בעלי חיים.

ווען נישט דאס איז א ביזנעס פאר די ישיבה וואלט געווען מוחים

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 3:04 pm

לייטער האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:זאגט ווער?

אזוי זאג איך נאכ'ן דורכוואקן איינע פון די כפרה צענטערן ווי ס'זענען געלעגן הונדרעטע טויטע טשיקענס

וועלכע כפרות צענטער און וויפיל אזייגער?

סתם צו זיין זיכער אז די אינפאו איז קראנט, ווייל נישט יעדער האט דאס געזען...

מיין ווייב האט געזען לעצטע יאר אדער 2 יאר צוריק 100ער טויטע און האלב טויטע טשיקענס פארן שחטן

עס אינטערעסירט מיר נישט וואס דיין ווייב האט געזען.

איך האב געפרעגט @דריידל, און פון אים ווארט איך א תירוץ.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

האיש
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 3:34 am

תגובהדורך האיש » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 4:19 pm

בלינצע האט געשריבן:זאגט ווער?

תורתנו הקדושה

בלינצע
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 4:21 pm

פרשת ? פסוק?

אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 4:36 pm

שטיגליץ האט געשריבן:לדעתי (און טאקע נאר לדעתי) וגו'

גם אני הקטן מצטרף לדעתך.
לאגיש און צום זאך (און גוט געשריבן עס עי באוינעס) פון די ערשטע ביז די לעצטע ווארט.

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 6:05 pm

בלינצע האט געשריבן:
נאו נעים האט געשריבן:
בלינצע האט געשריבן:ערב פסח טרעפן זיי עפעס אנדערש אראפצורייסן. סאיז נישט די כפרות, סאיז די חרדיש'ע אידענטום, 'סיסטעם' בלשונם. די וועמען איך מיין דא, זענען שטענדיג פארנומען צו אראפמאלן די חרדים ווי פארנאטישע אומוויסענדע, חיות און משוגעים.

ברואיגט אייך ביטע, ענד דאונט ג'אמפ טא קאנקלאזענס סאו פעעסט. נישט איינער וואס זאגט אז ס'איז צב"ח איז א סעלף העיטינג דזאו.
ווי אך פארשטיי פון איינע פון אייערע תגובות זענט איר אויך מודה אז יש דברים בגו, נאר 'געב נישט שטאף פאר די חברה בשעת זיי שרייען'. אקעי נו זאג'שע אזוי.


איך באציה מיר ספעשיפיש צו געוויסע ניקים.

אגב, איר מישט מיט א צווייטענס תגובה, איך האב בכלל נישט געשריבן עפעס וואס איז משמע אז יש דברים בגו.

גערעכט, ס'איז געווען @רצון טוב

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 6:11 pm

שטיגליץ האט געשריבן:לדעתי (און טאקע נאר לדעתי) איז נאריש צו זאגן אז די צער בעלי חיים גרופעס איז סתם בלינדע אנטיסעמיטיזם, עס איז ליידער א ליבעראלע וועלט היינט, ווי מער משוגע הרי זה משובח, די געדאנק פון וועדזשעטעריניזם איז א גאנגבאר און ארויפגעקוקטע ארטיקל ביים שמאלקעפיגן המון עם ובפרט אין אזא בלויע שטאט ווי ניו יארק סיטי.

אונזער מנהג פון כפרות שלאגן שטעלט צו א גאלדן גרוב פאר די חברה, פונקט ווי ביי די סיוויל רייט באוועגונג איז געווען גאר אסאך וואס האבן זיך געלאזט ארעסטירן ביי פראטעסטן לטובת גלייכבארעכטיגונג פון די שווארצע, די זעלבע איז היינט, הגם אויף א קלענערע לעוועל, מיט וועדזשעטעריענס, זיך צו באטייליגן אין א ענימעל רייטס פראטעסט איז זייער חלום.

געווענליך האט א ניו יארק'ע ליבעראל נישט די געלעגנהייט זיך צו באטייליגן אין אזא פראטעסט, די שלאכט הייזער זענען היבש ווייט אוועק און עס פעהלט זיך אויס אסאך דעדיקעישן צו טרעוועלן שעות צו פראטעסטירן ביי די פלענטס גופא, הגם עס איז פארהאן גענוג משוגעים וואס טוען דאס אויך אבער ס'רוב זענען נישט אזעלכע בעלי מסירות נפש.

ווען עס מאכט זיך אבער א געלעגנהייט עמהם בבית, און נישט סתם א פארשטיפטע לאקאציע, נאר צענדליגע צענטערס איבערן גאנצן שטאט, אוודאי שפרינגען די חברה אויף, מיר האבן זיי געגעבן די געלעגנהייט אויף א גאלדענע טאץ צו פאוסטן אויף אלע זייער סאושל מידיע פלאטפארמעס אז יא, זיי האבן זיך באטייליגט אין אזא פראטעסט, עס רוקט זיי גלייך ארויף די וועליו מיט נאך הונדערט פונקטן אויפן ליבעראלע ריכטערס וואג.

אוודאי זענען אויך דא אנטיסעמיטן וואס כאפן זיך ארויף אויפן וואגן און ווי אימער סיי ווער וועט פראטעסטירן סיי וועלכע אידישע זאך וועלן זיך די חברה מיטכאפן, אבער ס'רוב זענען פשוטע תינוקות שנשבו פארכאפט אין א קולטור ווי חיות רעכטן שטייגן איבער מענטשליכע.

נישט אז מיר ברויכן זיך דערשרעקן און אנהויבן שלאגן כפרות במחתרת, אמעריקע איז א דעמאקראטיש לאנד, און דעמאקראטיע קומט מיט א פרייז פאר יעדעם זיי האבן אלע רעכטן צו פראטעסטירן, און מיר האבן אלע רעכטן צו ווייטער פראקטיצירן אונזערע הלכות און מנהגים .

אבער צו גיין זאגן אז מיר טארן גארנישט פאררעכטן וויבאלד זיי שרייען, איז אבסורד, ספעציעל ווען די צער בעלי חיים רעדע דא איז א דאוירייתא, פונקט ווי ווען א באקאנטע מחלל שבת וואקט מיר אריבער אין בית המדרש און איז מיר מעורר אז מיין תפילין איז נישט אין פלאץ, איז נעריש צו זאגן אז יעצט קען איך עס נישט פאררעכטן וויבאלד יעצט האט דער בעל עבירה עס געזאגט, די זעלבע דא.

יעדער רעכטדענקיגער מענטש וואס באטראכט די אלגעמיינע וועג ווי די כפרות ליגן אנגעהויפנט פאר טעג אין די היצן, אן נארמאלע עסן אדער טרינקען, פארשטייט גלייך אז עס איז צער בעלי חיים למהדרין מן המהדרין, מען קען נישט האבן קיין טענות אויף אלע יארן וואס מען האט אזוי געטאן ווייל עס איז געווען א הרגלות און מען האט נישט אויפגעפאסט, אבער יעצט אז מען איז יא אויפמערקזאם, נישט קיין חילוק וויאזוי די אויפמערקזאמקייט איז צושטאנד געקומען, ברויך מען עס מתקן זיין.

דאס אז מענטשן זאלן מעגן עסן בעלי חיים איז נישט געווען א זעלבסטפארשטענדליכע זאך, דער באשעפער האט געמוזט געבן א היתר דערויף און האט עס טאקע געגעבן פאר נח נאכן ארויסקומען פון די תיבה, אונז האבן נישט קיין רעכט דאס צו קוועסטשענען, דער זעלבער גאט וואס האט אונז באשאפן און האט באשאפן די בהמות חיות ועופות האט געזאגט אז אונז מעגן זיי עסן.

אבער פון די אנדערע זייט האט דער זעלבער באשעפער אונז באפוילן אין די תורה אז ביזן שחיטה טארן מיר זיי נישט מצער זיין, ווער זוכט עובר צו זיין אויף א איסור דאוירייתא בריש גלי, און נאך אין די ימי הרחמים והרצון?

צום שלוס, מיר מעגן מקיים זיין אונזער מנהג און מיר זאלן זיך נישט דערשרעקן פון קיינעם און עס טאקע מקיים זיין בריש כל חוצות אן קיין מורא, אבער די אומשטענדן אין וואס די הינדלעך ווערן געהאלטן מוז האבן א דראסטישע פארבעסערונג, נישט ווייל PETA שרייט, און נישט ווייל די אנטיסעמיטן שרייען, נאר וויבאלד די תורה האט אזוי באפוילן!

גוט צולייגט ;l;p-

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 10:41 am

יואל שרייבער האט געשריבן:איך בין אמאל געבליבן שטעקן מיט א כפרה אויף א גאנצן טאג, און א דיין האט מיר גע'פסק'נט אז איך טאר נישט עסן פארן געבן די טשיקן צו עסן, און אזוי ווי איך האב נישט געוואוסט וואס צו געבן האב איך פשוט געפאסט ביזן עס שחט'ן.

אפשר פאסטן די בוטשער אייגענטימער עשי"ת.


יא, דעטס די פוינט, יעדער דא שרייבט "צער בעלי חיים" איז א דאורייתא, איך ווייס נישט וואס פונקטליך הייסט שוין די דאורייתא, אבער דאס ווייסעך יא, עס איז פשוט א איסור דאורייתא טועם צו זיין פאר באשעפענישן, די גמרא לערנט עס געהעריג ארויס פון א פסוק וואס מען זאגט אין קריאתשמע יעדן טאג.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 10:42 am

בלינצע האט געשריבן:פרשת ? פסוק?


ונתתי עשב בשדך לבהמתך, והדר ואכלת ושבעת.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

בלינצע
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 12:07 pm

די שמועס איז געווען איבער קענסלען כפרות שלאגן צום גדליה. האט נישט קיין שייכות מיט די פסוק.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 12:11 pm

דו מיינסט צו זאגן יענע פיצי סעגמענט, אקעי. אבער די שמועס איז אויך אין דזשענערעל.

א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

בלינצע
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

תגובהדורך בלינצע » דינסטאג אוקטובער 08, 2019 2:26 pm

מיין שאלה איז געווען געוואנדן וואו אין די תורה שטייט אז מען וואלט געדארפט קענסלען כפרות שלאגן אין צום גדליה. די פסוק זאגט עס נישט.

בכל אופן א גמר חתימה טובה א זיס לעכטיג יאר.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 12:37 am

אין א סייד נאוט, דער אשכול איז פון מיינע בעסטע אשכולות, אפילו דעם נאמען האב איך זייער ליב.

אפשר זאל די הנהלה צושטעלן אזאנע אשכולות פאר אלע אשכולות פון אלע שטעט אין טאפיקס ווערט טיילמאל צו הייס.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אפריל 05, 2020 10:02 pm

פאליציי האבן נארוואס צופראסקעט די לוי׳ פון אב״ד שאפארן ז״ל.

פריער אין טאג, ווען די דאָמינאו פארק איז געווען אנגעשטאפט מיט גוים זענען זיי מסתמא פונקט געווען אויף א לאנטש ברעיק.
בלעק לייווס מערדער.

שאבעלע
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2020 10:12 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך שאבעלע » זונטאג אפריל 05, 2020 10:04 pm

דייטשלאנד 1939

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך פרידן » זונטאג אפריל 05, 2020 10:11 pm

ליידער איז עס נישט דער גוי נאר אונזערע צדיקים וואס זענען נאר ביזי נאכקוקן יעדן צו ער דאווענט אדער לערנט אדער סיי וואספארא סארט אידישע זאך גייט אן

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18044
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אפריל 05, 2020 10:31 pm

נישט די ערשטע לוי' היינט און נישט די ערשטע טאג וואס זיי טוען דאס ליידער

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך צייט שטיפער » זונטאג אפריל 05, 2020 10:38 pm

פארוואס זעה איך נישט איין די שלעכטיקייט מצד די פאליציי? מען פאלגט נישט די רעגולאציעס און מען האט געווארנט אז מען גייט דאס טוהן
מה נשתנה פון א חתונה וואס מוז ליידער ווערן צופראסקעט?

און יא, דער וואס רופט זיי איז אויך נישט קיין קליינע חי'

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך שקר » זונטאג אפריל 05, 2020 10:43 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:פארוואס זעה איך נישט איין די שלעכטיקייט מצד די פאליציי? מען פאלגט נישט די רעגולאציעס און מען האט געווארנט אז מען גייט דאס טוהן
מה נשתנה פון א חתונה וואס מוז ליידער ווערן צופראסקעט?

און יא, דער וואס רופט זיי איז אויך נישט קיין קליינע חי'

פארוואס מעג די subway זיין געפאקט
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך ישראל_הלוי » זונטאג אפריל 05, 2020 10:45 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פאליציי האבן נארוואס צופראסקעט די לוי׳ פון אב״ד שאפארן ז״ל.

פריער אין טאג, ווען די דאָמינאו פארק איז געווען אנגעשטאפט מיט גוים זענען זיי מסתמא פונקט געווען אויף א לאנטש ברעיק.


די זעלבע געווען היינט צופרי אין בפ ביי קאזלוב און יעצט ביינאכט ביי אמשינוב

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אפריל 05, 2020 10:47 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:פארוואס זעה איך נישט איין די שלעכטיקייט מצד די פאליציי? מען פאלגט נישט די רעגולאציעס און מען האט געווארנט אז מען גייט דאס טוהן
מה נשתנה פון א חתונה וואס מוז ליידער ווערן צופראסקעט?

און יא, דער וואס רופט זיי איז אויך נישט קיין קליינע חי'


ווער זאגט אז ס׳איז פון שלעכטיגקייט? ס׳איז אבער נאכאלטס זייער ביטער..

איך לייג ס״ה צו בדרך אגב, אז פריער האט אין די דאמינאו פארק אויסגעזעהן ווי א זונטאג נאכמיטאג ערב קראצמעך, ואין פוצה פה. נישט אז איך וויל אהינשיקן די פאליציי, און נישט אז איך האלט ס׳האט זיי פונקט געכאפט א פוילע מינוט.. איז שמועס פשוט אויס די מציאות הדברים.

אבער סתם קלארצושטעלן.. ביים לוי׳ איז רוב עולם געשטאנען אין גאס, אפגעריקט עטלכע פיס איינער פונעם אנדערן..
בלעק לייווס מערדער.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1371
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: קרישקעלעך און וויליאמסבורגער נייעס

תגובהדורך Haklal » זונטאג אפריל 05, 2020 10:50 pm

ווייסט איינער וואס די העליקאפטער נויז איז געווען דא בערך 920?


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט