בלאט 1 פון 4

מיינע לעצטע ווערטער אויף אייוועלט

געשריבן: זונטאג פאברואר 25, 2018 9:58 pm
דורך טריסקער
בס"ד
יום א' לסדר "אתם חטאתם חטאה גדולה וכו'
מחני נא מספרך" (כי תשא) תשע"ח לפ"ק

מיט א ציפ אין הארץ און א שווערע געפיל פארלאז איך אייוועלט אויף אייביג, איך בין מודה על האמת, ס'איז זייער שווער, אבער אין מיינע אויגן איז דאס די ריכטיגע שריט וואס פאדערט זיך פון מיר אלס א תורה טרייער איד וואס איז באפוילן געווארן אויף כבוד התורה וחכמיה, אין א צייט וואס עס ווייזט זיך ארויס למפרע א ביזוי כבוד התורה וחכמיה קען איך נישט בלייבן דא אויף א מקום מיט דעם שאנד פלעק.

ס'איז שווער זיך צו געזעגענען, איך האב גאר אסאך משקיע געווען אין ברענגען גאר אסאך תוכן צו אייוועלט, סיי אין נייעס (בעפאר מען האט מיר אנגעהויבן רודפ'ן אויף ציונות אלערטס אויף יעדע קליינע נייעס'ל, וואס ווי מ'קען זעהן האב איך בעיקר באריכטעט ארץ ישראל'דיגע נייעסן), סיי אין פארברענגען, סיי אין העלפן אנדערע, און בעיקר אין יחוס ותולדות הצדיקים לדורותיהם וואס דערין האב איך אריינגעלייגט גאר אסאך צייט און מח, איך האב פראבירט צו באלייכטן די אויגן פון די יחוס ליבהאבער מיט מיינע פולע ידיעות און חקירות אין דעם תחום.

ס'איז שווער צו זעהן אזויפיל ארבעט און השקעה ווערן מיטאמאל אפגעטיילט פון זייער איבערגעבער, ס'איז שווער צו זעהן די ארטיקלן וואס זענען געקומען אין א גוטן מינוט ווערן אפגעזונדערט פון זייער שרייבער, ס'איז שווער צו זעהן די גראמען און פאעזיע וואס זענען געקומען פון טיפן הארץ ווערן אפגעריסן פון זייער פראדוצירער, ס'איז זייער א שווערע געפיל.

אבער לא עת לחשות, אז מ'קען נישט קען מען נישט, מיינע רבי'ס האבן מיר אויסגעלערנט דעם דרך התורה און איך בין מחוייב זיי צו פאלגן נישט קיין חילוק וואס אנדערע האלטן, ועשית ככל אשר יורוך איז א דאורייתא, דאס איז די שליסל פון שמירת התורה והמצוות, דאס האט דאך דער באשעפער אליין באפוילן אז די כהן שבימיך וועט ווייזן דעם וועג פאר זיינע נאכפאלגער, און דערין איז קיין ספק נישטא.

לאור די לעצטע אנטוויקלונגען מוז איך מקיים זיין די ציווי התורה וואס נעמט זיך אוודאי אן פאר אירע לומדים און ממיתים באהלה, און אזויווי דא איז מחולל און מבוזה געווארן שם שמים און כבוד התורה שפיר איך מחובתי צו פארלאזן דעם מקום אן קיין פשרות, זיכער נישט בעפאר מען נעמט אראפ די שאנד פלעק.

זייטס מיר געזונט טייערע חברים, עס איז געווען א פארגעניגן צו פארברענגען מיט אייך, און בעיקר צוצוגעבן צו ענקערע ידיעות מאוצרי. עס וועט זיך בענקן נאך אייך, אבער איך וועל כאטש וויסן אז איך האב געטוהן א ריכטיגע שריט בעיני.

א דאנק אייך אלע, אלע העלפערס, צוגעבערס, און אויך שטערערס... און איבערהויפט א דאנק פאר דער מנהל הרב 'למעלה משבעים' פארן מיר שטיין צוהילף און פראבירן צו פארשטיין, יבוא על שכרו משמים.

נישט צום ווידערזעהן
החותם בדמע
הק' טריסקער

געשריבן: זונטאג פאברואר 25, 2018 10:03 pm
דורך יאיר גאלד
אינטערעסאנט, מיר האט נישט אויסגעקוקט ווי מען מאכט דא חוזק פון יואלי לעבאוויטש אדער פון זיין פורים אפטיילונג. פארקערט, דער עולם שרייבט צופרידענע קאמענטס דערויף.

געשריבן: זונטאג פאברואר 25, 2018 10:10 pm
דורך שמועסער
:o :o :o
נאו ווארדס!! מיר וועלן זיך בענקן!
בזמן שהרבי בעיר..

געשריבן: זונטאג פאברואר 25, 2018 10:28 pm
דורך מטעמים
איך בין בכלל נישט מסכום! אין קעיס יו קעיר.

זייט ווען לויפט ביים רעבין אזעלכע דינע בלוט.

געשריבן: זונטאג פאברואר 25, 2018 10:42 pm
דורך tech yid
:-( כליפ כליפ נאָך א קרבן אויף די (פאלשער) קרבן פון...
מיר וועלן זיך שטענדיג בענקן, און א דאנק פארן מהנה זיין ביז אהער

געשריבן: זונטאג פאברואר 25, 2018 10:44 pm
דורך מי הוא זה
א שאד דיך צי זען גיין, מיר וועלן זיך אלע בענקען

געשריבן: זונטאג פאברואר 25, 2018 11:18 pm
דורך שמואל בארג
נאר איך בין דער נאר, וואס פארשטייט נישט פון וואס די רעדע איז דא, ועל מה יצא הקצף?

'טריסקער' מיר האבן אסאך הנאה געהאט, און מיר וועלן זיך בענקן (פארשטייט זיך נאר אויב דו גייסט טאקע אוועק...).

געשריבן: זונטאג פאברואר 25, 2018 11:40 pm
דורך לכאורה
קיין וועג!

NO WAY!

דו מיינסט דו גייסט, אבער דו גייסט נישט!

איך האב אויך אמאל אזוי געמיינט...

דו בלייבסט דא!!!!!!!!!!!!!!!!

זאכן וועלן זיך אי"ה בארוהיגן און דו וועסט צוריקקומען

ידידך, לכאורה

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 12:22 am
דורך נודה לך
לכאורה האט געשריבן:קיין וועג!

NO WAY!

דו מיינסט דו גייסט, אבער דו גייסט נישט!

איך האב אויך אמאל אזוי געמיינט...

דו בלייבסט דא!!!!!!!!!!!!!!!!

זאכן וועלן זיך אי"ה בארוהיגן און דו וועסט צוריקקומען

ידידך, לכאורה

גא"מ ידידך נודה לך!!

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 12:32 am
דורך אויבער-חכם
אוי לנו כי חטאנו...
הרב טריסקער ביפאר מ׳גייט דארף מען שטעלן א ממלא מקום אויפן בענקל,
ווער וועט אונז אפדעטן יעדע מוצ״ש אויף די מספר תגובות, ווער וועט שרייבן די אלע בתי חיים׳ס, ווער וועט אונז שרייבן די שיינע מאמרים, איי די תוכן׳דיגע גראמען, די הומער, די קלארקייט,
אוי לספינה שאבדה ...

איינער קען מיר שרייבן אין אישי אויף וואס פינקלעך מ׳רעדט דא?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 1:39 am
דורך תן חיוך
שמואל בארג האט געשריבן:נאר איך בין דער נאר, וואס פארשטייט נישט פון וואס די רעדע איז דא, ועל מה יצא הקצף?

).

עמך אנוכי בצרה...

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 4:20 am
דורך לאנדאנער
תן חיוך האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:נאר איך בין דער נאר, וואס פארשטייט נישט פון וואס די רעדע איז דא, ועל מה יצא הקצף?

).

עמך אנוכי בצרה...

גא''ם

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 5:43 am
דורך זענדל
אויבער-חכם האט געשריבן:איינער קען מיר שרייבן אין אישי אויף וואס פינקלעך מ׳רעדט דא?

פארוואס אויף אישי?
אלע ווילן וויסן על מה יצא הקצף, אז דער רבי שליט"א גייט מוז מען דאך וויסן די סיבה.
רבינו טריסקער, ווארט א מינוט....
אפשר.......
א רגע!!!

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 6:13 am
דורך תחשוב טוב
תן חיוך האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:נאר איך בין דער נאר, וואס פארשטייט נישט פון וואס די רעדע איז דא, ועל מה יצא הקצף?

).

עמך אנוכי בצרה...

וגא"מ

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 6:20 am
דורך פאקטען
הרב טריסקער עס איז אביסל געליטשעדיג אינדרויסן, איר ווילט מ'זאל אייך באשטעלן א קאר?

איי.. כי מלאכיו יצוה לך.... לשמרך בכל דרכיך..
שטיפץ ניש מאך פלאץ נו... נא.. דרך ארץ

אונז געזעגענען זיך פונעם רבין מיט פריילעכע הערצער, וואס זאל איך טוהן מ'טאר נישט זיין טרויעריג און דעם חודש אונז ווארטן אויפן רבי'נס צוריק קער מיט משיח צדקינו ב"ב

הצלחה וברכה, און א שמחת תמיד

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 9:00 am
דורך שמעלקא זאפטיגער
טריסקער איז הייליג גערעכט.

די שפיכות דמים וואס קומט פאר אויפן בארד פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע איז אריבער אלע גרעניצן!!!

מ'בעט די אלע אזויגערופענע וועלט פארזארגער זאלן בלייבן שטיל, און אויפהערן צו פארטרייבן יעדער איינציגסטער ניק וואס ברענגט עפעס תוכן פארן וועלטל!

הרף!!!

טריסקער, כ'ווייס נישט צו דו לייענסט מיינע ווערטער אדער נישט, אבער האסט געטון די ריכטיגע זאך! כאטש עס שמעקט מיר גאנץ ווייניג!

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 9:20 am
דורך תחשוב טוב
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:טריסקער איז הייליג גערעכט.

די שפיכות דמים וואס קומט פאר אויפן בארד פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע איז אריבער אלע גרעניצן!!!

רח"ל, אבער ווי וואס ווען ?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 10:19 am
דורך נא_שכל
טריסקער האט געשריבן:בס"ד
יום א' לסדר "אתם חטאתם חטאה גדולה וכו'
מחני נא מספרך" (כי תשא) תשע"ח לפ"ק

מיט א ציפ אין הארץ און א שווערע געפיל פארלאז איך אייוועלט אויף אייביג, איך בין מודה על האמת, ס'איז זייער שווער, אבער אין מיינע אויגן איז דאס די ריכטיגע שריט וואס פאדערט זיך פון מיר אלס א תורה טרייער איד וואס איז באפוילן געווארן אויף כבוד התורה וחכמיה, אין א צייט וואס עס ווייזט זיך ארויס למפרע א ביזוי כבוד התורה וחכמיה קען איך נישט בלייבן דא אויף א מקום מיט דעם שאנד פלעק.

נישט צום ווידערזעהן
החותם בדמע
הק' טריסקער

ויאמר... "מי אשר חטא לי אמחנו מספרי. ועתה לך נחה את העם וגו'"

מיט גרויס פרייד קומט אן די בשורה אז מורינו הרב הגאון וועט זיך צוריקבאווייזן בקרוב ממש במלוא הדרו ויפיו. אזוי ווי עס פאדערט זיך פון אזא געטרייע מנהיג ורועה נאמן לעדתינו פה ק"ק אייוועלט.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 10:37 am
דורך ידען נאמן
נא_שכל האט געשריבן:

טאקע? הלוואי!!!...
מקור?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 10:40 am
דורך סידיראם
לאנדאנער האט געשריבן:
תן חיוך האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:נאר איך בין דער נאר, וואס פארשטייט נישט פון וואס די רעדע איז דא, ועל מה יצא הקצף?

).

עמך אנוכי בצרה...

גא''ם

ווי וואס ווען?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 11:39 am
דורך זענדל
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:טריסקער איז הייליג גערעכט.

די שפיכות דמים וואס קומט פאר אויפן בארד פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע איז אריבער אלע גרעניצן!!!

מ'בעט די אלע אזויגערופענע וועלט פארזארגער זאלן בלייבן שטיל, און אויפהערן צו פארטרייבן יעדער איינציגסטער ניק וואס ברענגט עפעס תוכן פארן וועלטל!

הרף!!!

טריסקער, כ'ווייס נישט צו דו לייענסט מיינע ווערטער אדער נישט, אבער האסט געטון די ריכטיגע זאך! כאטש עס שמעקט מיר גאנץ ווייניג!

אדרבה, ווייז אונז ווער און מיר וועלן זיך נעמען צו זיי...
וואס איז דא? א הפקר וועלט???!!!

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 11:57 am
דורך שמעלקא זאפטיגער
ווייל מ'רודפט אים און נאך אנדערע אידן, אונטער א מאסקע פון קנאות.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 12:01 pm
דורך ידען נאמן
טעות

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 12:04 pm
דורך סידיראם
שמעלקא וויבאלד געוויסע שלעכטע מענטשן רודפן אנדערע מענטשן, פארשטיי איך נאך אלס נישט וואס עס האט מיט אייוועלט, דא רודפט מען נישט קיינעם, די הנהלה גיבט פיין אכטונג אז יעדע סארט רדיפה קעגן גדולי ישראל ווערט דא נישט טאלערירט.

עס זעהט אויס ווי דיר באדערט עפעס, אבער דא אויף אייוועלט איז אלעס פיין און וואויל

געשריבן: מאנטאג פאברואר 26, 2018 12:04 pm
דורך ניס קראכער
יש"כ שמעלקא פארן ענטפערן די מיסטעריע
טריסקער מיט דיר זענען ביידע הייליג גערעכט!

א שאד אז מיר פארלירן אזא ניק ווי טריסקער!
א ניק פון תורה/ידיעות/חסד/ושמחה/אין וואס נישט
איך פארשטיי אים זייער גוט
חבל וחבל