משלח מנות תשע''ח - הוצאות

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג מארטש 04, 2018 11:13 pm

וואספארא MAGA שטותים צו פערגלייכען הוצאות שבת מיט יענעם געפעלן. איך גיי שוין איינקויפן א שיינעם דיספאוזעבל שיסל און לייגען דערינען קענדיס וואס ביידע גייען מארגען אין די מיסט און עס שיקען פאר מיין שכן/שוויגער/מאמע/באבע אויפן חשבון פון הוצאות שבת ויו"ט?
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

...... היפך דעת תורה

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג מארטש 06, 2018 4:44 am

דעת תורה.pdf
קול קורא מראש ישבת גייטסהעד זצ"ל
(101.93 KiB) דאונלאודעד 50 מאל
דאס ענין איז מיר געווען אינטרעסאנט האב איך אביסל גענישטערט, און דאס האב איך געפונען, ועיין עוד בספר נטעי גבריאל בהל' משלוח מנות
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2087
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג מארטש 06, 2018 7:32 am

צו געזונט האט געשריבן:וואספארא MAGA שטותים צו פערגלייכען הוצאות שבת מיט יענעם געפעלן. איך גיי שוין איינקויפן א שיינעם דיספאוזעבל שיסל און לייגען דערינען קענדיס וואס ביידע גייען מארגען אין די מיסט און עס שיקען פאר מיין שכן/שוויגער/מאמע/באבע אויפן חשבון פון הוצאות שבת ויו"ט?

לאמיר שפינען ווייטער, וואס די קיגעל וואס די גייסט עסן איז הוצאת שבת? און די שיינע טישטוך? אקעי בלייב מיר אז די איינציגסטע הוצאת שבת איז די מקוה געלט

אוועטאר
פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דינסטאג מארטש 06, 2018 10:15 am

דממה דקה האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:וואספארא MAGA שטותים צו פערגלייכען הוצאות שבת מיט יענעם געפעלן. איך גיי שוין איינקויפן א שיינעם דיספאוזעבל שיסל און לייגען דערינען קענדיס וואס ביידע גייען מארגען אין די מיסט און עס שיקען פאר מיין שכן/שוויגער/מאמע/באבע אויפן חשבון פון הוצאות שבת ויו"ט?

לאמיר שפינען ווייטער, וואס די קיגעל וואס די גייסט עסן איז הוצאת שבת? און די שיינע טישטוך? אקעי בלייב מיר אז די איינציגסטע הוצאת שבת איז די מקוה געלט

נאכאמאל! אפילו מ'האט הנאה פון דעם.. אדרבה מ'דארף הנאה האבן... אבער מ'טוט דאס לכבוד שבת, משא"כ דאס איז נאר צו געפעלן א צווייטער.. גארנישט אנדערש... ריין להנאת גופו בלי שום פניות לשם שמים...
אזוי גייט דאס... מ'ווערט נישט יונגער, מ'ווערט נאר עלטער, אבער בלייבן פריש קען מען שטענדיג...

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג מארטש 06, 2018 10:18 am

מיין קוגל איז לכבוד שבת און יעדער האט הנאה דערפונען, מיין טישטוך בלייבט אויפן טיש און עס האלט זיך פאר יארען און עס מאכט שיין מיין שבת טיש, Happens to be אז מקוה געלט איז אפשר די איינציגסטע נישט הוצאת שבת...
בוי זיך זעלבסט

ראובי
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 1:29 pm

תגובהדורך ראובי » דינסטאג מארטש 06, 2018 5:12 pm

איך בין געגאנגען קויפן קאפווייטאג ערב פורים און איך האב עס געזוכט און יעדע ווינקל און נישט געקענט טרעפן, איך האב געזוכט און אלע איילס, פריזשידער, פריזער, בקיצורביז איך האב עס ענדליך געטראפן ווארטנדיג אין די לאנגע רייע צום באצאלן.

עבודת_הבורא
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 4:22 pm

ווייסט איינער א סטאר פון ווי מען קען שיקן אין יוראפ משלוח מנות

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 4:23 pm

עבודת_הבורא האט געשריבן:ווייסט איינער א סטאר פון ווי מען קען שיקן אין יוראפ משלוח מנות

viewtopic.php?t=22121
איי איי,-וועלט

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 4:47 pm

פורים הוצאות איז שוין באלד ווי פסח.

פארשטעלעכטס - $100
משלוח מנות - קינדער שלוח מנות $150
רבי -טיטשער געלט - 5 קינדער - $300
מתנות לאביונים - משפחה $500
צדקה ביהמ"ד - קינדער ביים טיר - אויסלייז געלט $200
סעודות יו"ט - בשר דגים און וויין - $250

= $1500

און דאס איז ביליגערהייט גערעדט.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט