יתגדל! וואס? נישט קיין תחנון? וואסי היינט?..

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

יתגדל! וואס? נישט קיין תחנון? וואסי היינט?..

תגובהדורך לייבעלע הירש » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 11:13 am

לידועת הציבור, ווער ס'קען אריינשטעלן דא א פולקאמער ליסט פין אלע טעג וואס מען זאגט נישט קיין תחנון ביי כלל ישראל בכלליות

אויכעט ווערט דר'עולם געבעטן אריינצישטעלן ווען מ'זאגט נישט ביי געוויסע קרייזן ווי למשל
סאטמאר פרייטיג
זידיטשוב זינטיג
יומא דהילילא'ס

ווי אויך וועלכע ס'מעדרעש האט א ברית צימארגנס, זאל מען אריינשטעלן דא א טאג בעפאר

אזוי וועט זיך די בייזע בליקן ענדיגן ווען עמיצער שרייט ת'גדל!!
טעות לעולם חוזר

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

ברית אי"ה מארגן מיטוואך חיי שרה

תגובהדורך לייבעלע הירש » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 11:42 am

יאוואזשנא - וויליאמסבורג
סטראזשניץ - וויליאמסבורג

טאלטשאווע - ק"י
טעות לעולם חוזר

yakovb
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:47 pm

תגובהדורך yakovb » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 2:03 pm


אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 1:47 am

האבעך אמאל געשריגן יתגדל שטייענדיג ביי די לעצטע באנק דער בעל תפלה האט זיך אויפגערעגט דרייט ער זיך אויס און ווייזט מיר פונטערווייטנס 'למה'? פארוואס??? האב איך עם צוריק געוויזן אויפן זייגער 'ווייל ס'שוין שפעט'....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 12:12 pm

געהערט אמאל נאכזאגן בשם ר' יענקעלע: איינער האט געפרעגט פארוואס עפעס האנט זאגט מען נישט תחנון? האט ער געענטפערט אז איינער שרייט יתגדל ויתקדש שמיה רבה ווי וואגסט צו זאגן נישט יתגדל?
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

ברית אי"ה מארגן דאנערשטיג חיי שרה

תגובהדורך לייבעלע הירש » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 3:25 pm

וויזניץ - 186 ראסס
ראב"ד - ראסס
טעות לעולם חוזר

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3730
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 11:05 am

ס'יעצט נתפרסם געווארן א ווידעא פון כ"ה חשון תשמ"ח אין 770. יענעם טאג האט די אפיעלס קאורט אפגעווארפן די טענות קעגן די נידריגערע געריכט וואס האט גע'פסק'נט לטובת אגודת חסידי חב"ד אין די משפט הספרים און ס'איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן אז ס'געהערט צו אגודת חסידי חב"ד.

יעמאלט האט געהערשט א אומבאשרייבליכע פרייד ביי חסידי חב"ד און די טענץ האט אנגעהאלטן פאר שעות. צו מנחה, איז די רבי אראפגעקומען דאווענען מיט'ן עולם און מ'האט געדאווענט מיט'ן יום טוב'דיגע נוסח. ווען מ'האט געענדיגט הויכע שמונה עשרה האט די בעל תפילה אנגעהויבן "יתגדל" אבער די רבי האט זיך גלייך אויסגעדרייט צום בעל תפילה מיט א פארווינדערטע שטרענגע בליק ווי איינער פרעגט וואס איז בכלל די הו"א אויסצולאזן תחנון?
איך ברענג עס אלס מעשה רב ווי מ'זעהט אז אויסלאזן תחנון איז נישט קיין פשוטע זאך.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 11:12 am

פון חב"ד איז נישט קיין ראיה ווייל פון ג' תמוז תשנ"ד האט די רבי געהייסן אויסלאזן תחנון אן קיין שום סיבה פארוואס,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 11:27 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:פון חב"ד איז נישט קיין ראיה ווייל פון ג' תמוז תשנ"ד האט די רבי געהייסן אויסלאזן תחנון אן קיין שום סיבה פארוואס,

:lol:
געהערט האב איך אמאל פון א אלטן אידן אז ווען די גויים זאלן וויסן וואס פאר א הנאה האבן די אידן מיטן קלאפ 'קדיש!' וואלטן זיך אלע מגייר געווען...

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 11:44 am

כא כא כא האט געשריבן:האבעך אמאל געשריגן יתגדל שטייענדיג ביי די לעצטע באנק דער בעל תפלה האט זיך אויפגערעגט דרייט ער זיך אויס און ווייזט מיר פונטערווייטנס 'למה'? פארוואס??? האב איך עם צוריק געוויזן אויפן זייגער 'ווייל ס'שוין שפעט'....

איך אמאל געהערט א הלצה אויף דעם אז ווען מען האט נישט קיין צייט זאגט מען נישט קיין תחנון מקל וחומר אז מה דאך ווען מען א יאר צייט זאגט מען נישט קיין תחנון, איז ווען מען האט נישט קיין מינוט צייט זאגט מען זיכער נישט קיין תחנון.
זה הקטן גדול יהי'

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 12:03 pm

יודל קליין האט געשריבן:
כא כא כא האט געשריבן:האבעך אמאל געשריגן יתגדל שטייענדיג ביי די לעצטע באנק דער בעל תפלה האט זיך אויפגערעגט דרייט ער זיך אויס און ווייזט מיר פונטערווייטנס 'למה'? פארוואס??? האב איך עם צוריק געוויזן אויפן זייגער 'ווייל ס'שוין שפעט'....

איך אמאל געהערט א הלצה אויף דעם אז ווען מען האט נישט קיין צייט זאגט מען נישט קיין תחנון מקל וחומר אז מה דאך ווען מען א יאר צייט זאגט מען נישט קיין תחנון, איז ווען מען האט נישט קיין מינוט צייט זאגט מען זיכער נישט קיין תחנון.

איינס א גוטס,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 12:40 pm

מים שלנו האט געשריבן:געהערט אמאל נאכזאגן בשם ר' יענקעלע: איינער האט געפרעגט פארוואס עפעס האנט זאגט מען נישט תחנון? האט ער געענטפערט אז איינער שרייט יתגדל ויתקדש שמיה רבה ווי וואגסט צו זאגן נישט יתגדל?


אמאל ווען א רבי איז געקומען און שטאט האט מען נישט געזאגט קיין תחנון.
דער אהבת ישראל איז אמאל געווען אין א שטאט, האט מען נישט געזאגט קיין תחנון, האט איינער נישט מחסידיו געפרעגט פארוואס זאגט מען נישט קיין תחנון האט מען אים געענטפערט "די רבי איז דא". איז ער געגאגען פרעגן די אהבת ישראל (לכו' נישט אזוי דרך ארץ) האט די אהבת ישראל געענטפערט "א יוד וויל זאגן יתגדל ויתקדש שמי' רבה זאל איך זאגן ניין"


נ. ב. נישט קיין סתירה מיט די מעשה פון ר' יענקעלע

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » דינסטאג נובעמבער 06, 2018 8:11 pm

צ/ק צום באדויער האט מיין מנין יא היינט געזאגט תחנון
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
ישראלי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

תגובהדורך ישראלי » דאנארשטאג נובעמבער 08, 2018 10:13 am

אז מרעדט שוין וועגן תחנון שטעל איך א שאלה, פארוואס אסאך קהילות חסידים, (איך האב עס געזעהן אין וויזניץ, סאטמער ועוד) נתפשט המנהג נישט זאגן תחנון אין מנחה בכלל, אבער אין די סידורים איז דאס יא געדריקן.
פארוואס?
ארץ הצבי מה צבי זה אין עורו מחזיק את בשרו אף ארץ ישראל בזמן שיושבין עליה רווחא ובזמן שאין יושבין עליה גמדא..
מיט א תפילה צום באשעפער - אנא, השב שכינתך לציון עירך...

Haklal
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 6:15 pm

זייער קלוג האט געשריבן:צ/ק צום באדויער האט מיין מנין יא היינט געזאגט תחנון

צ/ק צו די פרייד פין אלע מתפללים האט מען יא געזאגט תחנון, עס איז מסוגל פאר פרנסה

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 726
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 9:34 pm

ישראלי האט געשריבן:אז מרעדט שוין וועגן תחנון שטעל איך א שאלה, פארוואס אסאך קהילות חסידים, (איך האב עס געזעהן אין וויזניץ, סאטמער ועוד) נתפשט המנהג נישט זאגן תחנון אין מנחה בכלל, אבער אין די סידורים איז דאס יא געדריקן.
פארוואס?

ס'איז זייער א האבע זאך צו זאגן תחנון ביינאכט, ממילא דארט ווי מ'דאווענט שפעט מנחה, האט מען נישט געזאגט תחנון אלץ א חשש פון זאגן תחנון ביינאכט,
מהאי טעמא איז דא וואס זאגן נישט תחנון פרייטאג, ווייל פרייטאג נאך חצות טאר מען נישט זאגן קיין תחנון, אויב דאווענט מען דעמאלטס, זאגט מען שוין נישט.
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5107
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג דעצמבער 14, 2018 8:33 am

יש בו האט געשריבן:
ישראלי האט געשריבן:אז מרעדט שוין וועגן תחנון שטעל איך א שאלה, פארוואס אסאך קהילות חסידים, (איך האב עס געזעהן אין וויזניץ, סאטמער ועוד) נתפשט המנהג נישט זאגן תחנון אין מנחה בכלל, אבער אין די סידורים איז דאס יא געדריקן.
פארוואס?

ס'איז זייער א האבע זאך צו זאגן תחנון ביינאכט, ממילא דארט ווי מ'דאווענט שפעט מנחה, האט מען נישט געזאגט תחנון אלץ א חשש פון זאגן תחנון ביינאכט,
מהאי טעמא איז דא וואס זאגן נישט תחנון פרייטאג, ווייל פרייטאג נאך חצות טאר מען נישט זאגן קיין תחנון, אויב דאווענט מען דעמאלטס, זאגט מען שוין נישט.

פרייטאג האט נישט מיט דעם, ווייל מען טאר נישט דאווענען נאך סוף זמן תפילה, פרייטאג איז ווייל עס האט שוין אביסעל קדושת שבת, אזוי ליל שישי איז נישט שורה קיין דין און מען מעג לערנען תורה שבכתב.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 726
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » פרייטאג דעצמבער 14, 2018 2:39 pm

מען רעדט פון צדיקים וואס האבן דעמאלטס געדאווענט.......
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

מחאה
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » מיטוואך דעצמבער 26, 2018 3:07 pm

אין זידיטשוב האט מען נישט געזאגט אין א פארוואלקענטער טאג.......
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2018 9:16 am

צ/ק

פרעג ווייניגער קשיות.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט