בלאט 1 פון 4

איך וואונדער מיך....

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 11:02 am
דורך אנדי פעטיט
דאס איז אן אשכל ווי מען קען אנפרעגען און דורך טון אלעס וואס איר זענט נייגעריג צו וויסען.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 11:04 am
דורך אנדי פעטיט
ווען איז דאס געווען?

וואס איז געשען יענער טאג אז די עולם איז זיך אזוי ציזאם געלאפען?

ווי אזוי איז געווען די טרעפיק?

וויפול תגובות זענען צוגעקומען יענער טאג?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 11:16 am
דורך 3x0
איך וואונדער מיך וויפיל מאל מען גייט נאך פרעגן די זעלבע זאך... כ'וועל דיר אנצייגן אפאר לינקס ווי מען האט שוין דיסקאסט דיין וואונדער.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=2157
http://www.ivelt.com/forum/viewtop ... 7660#47660
http://www.ivelt.com/forum/viewtop ... 7633#47633
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=2810

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 11:34 am
דורך אנדי פעטיט
אודה ולא אבוש,

איך האב שוין אפאר מאל פרובירט צו ניצען די חיפוש און עס איז צו קאמפלעצירט.
איך האב נאך קיינמאל נישט געטראפען וואס איך האב געזוכט, למשל יעצט ווען איך האב געזוכט איבער דער נושא.

עניוועי אפילו אזוי, די אשכל האט דאך נאך א מטרה פאר אנדערע נייגעריגע מענטשען.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 1:20 pm
דורך אנדי פעטיט
איך וואונדער מיך, וויפול איז געווען די ווייניגסטע תגובות פער וואך אין די היסטאריע פון די קרעטשמע?

פארוואס וויל איך וויסען?

ווייל איך וויל זען אויב די וואך וועט מען ביטען די רעקארד.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 3:08 pm
דורך אלעקסיי
אוי זאגסטו גוט, קענסט נאך פארעכטען צו ברעכן די פארקערטע רעקארד.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 5:52 pm
דורך דארפסמאן
אנדי די ביסט נאך נישט דא געווען דעמלץ ?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 5:58 pm
דורך איך_הער
איך וואונדער מיך, ווען אנדי גייט אמאל שרייבן אזאנס און אזעלכעס, אז דער עולם זאל דארפן טראכטן צוויי מאל, הזה אנדי?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 5:58 pm
דורך אנדי פעטיט
נאופס, קוק לעבען מיין ניק וועסטו זעהן.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 6:00 pm
דורך איך_הער
פארשטייעך נישט, איך רעד פון אן ארטיקל, אז די בולעטין מיטן פארווערט'ס זאלן זיך רייסן ווער ס'נעמטעס ערשט.

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 6:05 pm
דורך אנדי פעטיט
איכער,

מיין ענטפער איז געווען געצילט צו דארפסמאנס פראגע.

לגבי דיין שאלה,

איך האב דאך שוין אן ארטיקען אויף די אידישע וועלט, וואס דארך איך מער?

חוץ מזה,

האסטו נישט געזען מיינע דעילי ארטיקלען פון די קרעטשמע קאפירט אין די דעילי ניוז ספארטס סעקשאן?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 6:08 pm
דורך איך_הער
אנדי פעטיט האט געשריבן:איכער,


איך האב דאך שוין אן ארטיקען אויף די אידישע וועלט, וואס דארך איך מער?


דו דארפסט מער? איך דארף מער, איך דארף דא.

אנדי פעטיט האט געשריבן:חוץ מזה,

האסטו נישט געזען מיינע דעילי ארטיקלען פון די קרעטשמע קאפירט אין די דעילי ניוז ספארטס סעקשאן?


ניין, און דו?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 6:09 pm
דורך אנדי פעטיט
און דו?


פרעגסט שוין ציפול קשיות!

געשריבן: מיטוואך יאנואר 16, 2008 6:20 pm
דורך איך_הער
צוויי ווערטער, און דאסי צופיל קשיות? (יעצט עסטע מער נאך מצטט זיין דאס אויך, און ווייזען אז כאנאך קשיות, הא? [האסטע שוין צוויי דא אליינס.])

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 17, 2008 9:48 am
דורך אנדי פעטיט
איך ווייס נישט אויב איך מעג דיר ענטפערען.

איז עס מענין האשכל אדער פארפארט מען?

דאס איז מיין וואונדער אויף היינט.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 17, 2008 5:31 pm
דורך abimlaibt
מיין וואונדער איז?
איך זעה אסאך מענטשען האבען ארום זייער בערזל א ראבער באנד,
וואס האט דאס מיט געלט צו טאן? אדער וואס האט דאס מיט אלע אנדערע זאכען אחוץ געלט דארט אינעם בערזל?
העלפט מיר איך בין געפערליך נייגעריג. ספעציעל ווען איך זעה אז עס כאפט זיך אריין ביי די אינגערע פון צווישן אונז.
און מענטשען פרעגען מיך נו "אבי" 'וואו איז דיין ראבער' אד"ג.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 17, 2008 5:46 pm
דורך אנדי פעטיט
איך קען דיר נישט ענטפערען ווייל ביי מיר איז עס א ראבער במקום בערזעל.

איך האלט מיין געלט מיט א ראבער בענד און מיינע קארטלעך מיט א ראבער בענד אז עס זאל נישט ארום פליען.

איך קען נישט פארנעמען די באלקישקייט פון א בערשעל.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 17, 2008 5:49 pm
דורך abimlaibt
גוט וועל איך מוזען ווארטען פאר די וואס קענען יא ענפערען,
הע וואס טראכסטו?

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 17, 2008 5:50 pm
דורך אנדי פעטיט
abimlaibt האט געשריבן:גוט וועל איך מוזען ווארטען פאר די וואס קענען יא ענפערען,
הע וואס טראכסטו?
יעצט וואונדערסט דיך שוין וואס איך טראכט?

דאס איז פאר מי טו נאו ענד פאר יו טו פיינד אוט.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 17, 2008 5:51 pm
דורך abimlaibt
אהא הייסט דו וואונדערסטעך צו איך וואונדערזיך?
ניין איך פערזענליך וואונדער עך זעך ניטש.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 17, 2008 7:21 pm
דורך קרעמער
די געשפרעך דערמאנט מיר א מעשה: ר' יאנקל מיללער האט זיך אמאל דערזעהן מיט א צוריסענעם זויל, די פאדערשטע טייל האט זיך אויפגעמאכט בפה מלא, ווי מען רופט דאס א "מויל" (נישט מער געדאכט). וואס טוט מען? ער געפונט זיך אין א פרעמד פלאץ, ער פרעגט זיך נאך וואו מען קען טרעפן א איד א נגיד וואס זאל אים באצאלן א נייע פאר שיך. איינער זאגט אים ער זאל גיין צו מעכיל ביים עק בלאק, ער זיצט אויף שווערע מעלאנעס, ער וועט אים זיכער געבן א צופרידנשטעלנדע נתינס.

ר' יאנקל פוילט זיך נישט, מיט די צוריסענע שיך טאנצט ער אריבער צו יענעם, צו זיין גרויס מזל איז מעכיל טאקע געווען אין שטוב, ער נעמט אים אויף שיין און דרוקט אויס מיטגעפיל אויפן אינצידענט. ער רופט אים אריין אין שאץ קאמער... עס ווערט יאנקל'ן ליכטיג פאר די אויגן, ליגן אויסגע'שורה'ט אינעם אוצר פעקלעך איבער פעקלעך גלאטע הונדערטערס!

מעכיל נעמט אראפ איין גרויסן באנד קעש, יאנקל האלט זיך דעם אטעם... מעכיל נעמט אראפ דעם ראבער-בענד פונעם פעקל און זאגט צו יאנקל'ן: נאדיר, דאס וועט דיר צוזאמהאלטן די זויל אויף ביזדערווייל...

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 17, 2008 7:51 pm
דורך לאקשען ברעט
אנדי פעטיט האט געשריבן:אודה ולא אבוש,

איך האב שוין אפאר מאל פרובירט צו ניצען די חיפוש און עס איז צו קאמפלעצירט.
איך האב נאך קיינמאל נישט געטראפען וואס איך האב געזוכט, למשל יעצט ווען איך האב געזוכט איבער דער נושא.

עניוועי אפילו אזוי, די אשכל האט דאך נאך א מטרה פאר אנדערע נייגעריגע מענטשען.


די בעסטע וועג פאר חיפוש איז צי זיכען דורך גוגעל
מיט דעם איז עס סאך גרינגער צי טרעפען
כ'האב עס שוין געטרייט אין עס איז זייער גוט
אויז זוכט מען מיט גוגעל
מען לייגט אריין אזוי : site:ivelt.com/forum
נאכדעם א ספעס אין נאכדעם וואס מען זוכט

געשריבן: פרייטאג יאנואר 18, 2008 10:22 am
דורך אנדי פעטיט
עס איז דא א זאך וואס איך וואונדער מיר שוין א לאנגע צייט און איך האב נאך נישט געהערט קיין געהעריגע עקספלענעישאן דערווייל.

אויך די וועטער נאווי הערט מען אלץ די פאלגענדע,

"די וועטער וועט זיין 18 דעגריז און מיט די ווינט טשיל וועט זיך פילען ווי 8 דעגריז."

איך פארשטיי נישט??????????????

ווען איך וועל ארויס לייגען א טערמאמעטער אינדערויסען וואס וועט שטיין דערויף ? 8 אדער 18? מעיק אפ יאר מיינד!!!!

אויב מיט די ווינט ווייזט די טערמאמעטאר 8 דעגריז דאן איז די וועטער 8 דעגריז נישט 18!!!!!!!!

געשריבן: פרייטאג יאנואר 18, 2008 10:33 am
דורך מיללער
אנדי פעטיט האט געשריבן:עס איז דא א זאך וואס איך וואונדער מיר שוין א לאנגע צייט און איך האב נאך נישט געהערט קיין געהעריגע עקספלענעישאן דערווייל.

אויך די וועטער נאווי הערט מען אלץ די פאלגענדע,

"די וועטער וועט זיין 18 דעגריז און מיט די ווינט טשיל וועט זיך פילען ווי 8 דעגריז."

איך פארשטיי נישט??????????????

ווען איך וועל ארויס לייגען א טערמאמעטער אינדערויסען וואס וועט שטיין דערויף ? 8 אדער 18? מעיק אפ יאר מיינד!!!!

אויב מיט די ווינט ווייזט די טערמאמעטאר 8 דעגריז דאן איז די וועטער 8 דעגריז נישט 18!!!!!!!!


אנדי
דא האט איר א לינק וואו דער וועטער טעמע איז ברייט אויסגעשמועסט, מ'וועלמיר זעהן צו איינער האט שוין גערעדט דערפון דארט.

געשריבן: זונטאג יאנואר 20, 2008 4:38 pm
דורך אנדי פעטיט
איך וואונדער מיך פארוואס מעמבערס קומען דא אריין אין שרייבען אבער זיי זענען חבוי?

וואס איז די סבה דערפאר?