א שבת אין סקולען

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

רוויגו
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

א שבת אין סקולען

תגובהדורך רוויגו » דאנארשטאג יולי 27, 2017 8:13 pm

איך וויל מיטהאלטן בעהש"ית א שבת אין סקולען, אינאיינעם מיט מיינע קינדער.

נו, ווער לאזט דיר נישט? - אדרבה ואדרבה...

איז די מעשה אזוי: וויסנדיג אז אונטער די הנהגות און ניגונים לבית סקולען, באהאלט זיך פיל היסטאריע, וויל איך קענען מאכן א הקדמה פאר מיינע קינדער (און פאר מיר), זיי זאלן וויסן וואס צו ערווארטן און פארוואס. לדוגמא, איך האב געהערט אז אין סקולען זינגט מען א שנעלע לכה-דודי און עס איז פארבינדן מיט א מעשה, אז ווען דער רבי איז געווען אין תפיסה, האט ער געזינגען א שנעלער ניגון, ווייל ער האט שוין געדארפט גיין צו די אויספארשונגען (איז די מעשה אמת?)... אזא מעשה, איז כדאי צו דערציילן פאר די קינדער פאר שבת, אז בשעת לכה דודי, זאלן זיי וויסן, פארשטיין און מיטהאלטן.

אזוי אויך מיט אלע ניגונים, נסחאות און מנהגים, איז בוודאי כדאי די קינדער זאלן האבן א שטיקל הכנה.

דעריבער קום איך דא מיטן אשכול דנן, אויב איינער קען מיטיילן סיבות פאר מנהגים, ניגונים וכו' וכו' וואס מען זינגט יעדע וואך, תבוא עליו ברכת טוב, ויהא מברך מפי עליון.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג יולי 27, 2017 8:47 pm

דאכט זיך עס איז דא א ברייטער אשכול בנוגע סקולען ניגונים און נסחאות דארף מען בעטען די ארכעלאגען זאלען עס אפיר זיכען

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג יולי 27, 2017 9:16 pm

איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
מער ווייניגער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 08, 2017 10:26 am

תגובהדורך מער ווייניגער » מוצ"ש יולי 29, 2017 4:19 pm

דער עיקר וואס איך קען דיר זאגן אז אויב גייסטו אויף שבת אין סקולען און דו ווילסט אינאיינוועגס הנאה האבן זאלסטו נישט גיין, א שבת אין סקולען איז א עקסטערע מסירת נפש פאר זיך, אריינגערעכנט אין דעם סטעיטמענט איז אויסגעצויגענע אבער געחיפערטע דאווענען, שטופערייען און שרייערייען ביי אלע טישן, אן אנלייגעניש ביי של"ס א.א.וו. די סיבה פארוואס דאס איז געקומעןם אויף סקולען איז וויבאלד דער רבי שליט"א איז מקרב יעדן יוד זענען פילע צעבראכענע נפשות אנגעקומען אהין און זיי לייגן זיך אן אויפן ציבור, די היסטאריע פון די ניגונים איז מיר אויך באקאנט אבער לאמיר עס לאזן פאר א צווייטע מאל, גיי מיט דיינע קינדער ביי מלוה מלכה ווי עס הערשט עטוואס רואיגקייט.
אדער מער אדער ווייניגער נישטא אינדערמיט!

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מוצ"ש יולי 29, 2017 10:34 pm

מער ווייניגער האט געשריבן:דער עיקר וואס איך קען דיר זאגן אז אויב גייסטו אויף שבת אין סקולען און דו ווילסט אינאיינוועגס הנאה האבן זאלסטו נישט גיין, א שבת אין סקולען איז א עקסטערע מסירת נפש פאר זיך, אריינגערעכנט אין דעם סטעיטמענט איז אויסגעצויגענע אבער געחיפערטע דאווענען, שטופערייען און שרייערייען ביי אלע טישן, אן אנלייגעניש ביי של"ס א.א.וו. די סיבה פארוואס דאס איז געקומעןם אויף סקולען איז וויבאלד דער רבי שליט"א איז מקרב יעדן יוד זענען פילע צעבראכענע נפשות אנגעקומען אהין און זיי לייגן זיך אן אויפן ציבור, די היסטאריע פון די ניגונים איז מיר אויך באקאנט אבער לאמיר עס לאזן פאר א צווייטע מאל, גיי מיט דיינע קינדער ביי מלוה מלכה ווי עס הערשט עטוואס רואיגקייט.

ווינטער אויך?
ונזכה כולנו לבנין ירושלים. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

מודה אני
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 4:56 pm

תגובהדורך מודה אני » מוצ"ש יולי 29, 2017 10:52 pm

די מנהג איז לעצטנס ווען מען ברענגט אריין די פיש ביי שלוש סעודות זינגט מען דעם ניגון שבת הוא מלזעוק וכו'

גולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 05, 2011 8:53 am

תגובהדורך גולם » זונטאג יולי 30, 2017 8:17 am

מער ווייניגער האט געשריבן:דער עיקר וואס איך קען דיר זאגן אז אויב גייסטו אויף שבת אין סקולען און דו ווילסט אינאיינוועגס הנאה האבן זאלסטו נישט גיין, א שבת אין סקולען איז א עקסטערע מסירת נפש פאר זיך, אריינגערעכנט אין דעם סטעיטמענט איז אויסגעצויגענע אבער געחיפערטע דאווענען, שטופערייען און שרייערייען ביי אלע טישן, אן אנלייגעניש ביי של"ס א.א.וו. די סיבה פארוואס דאס איז געקומעןם אויף סקולען איז וויבאלד דער רבי שליט"א איז מקרב יעדן יוד זענען פילע צעבראכענע נפשות אנגעקומען אהין און זיי לייגן זיך אן אויפן ציבור,
די היסטאריע פון די ניגונים איז מיר אויך באקאנט אבער לאמיר עס לאזן פאר א צווייטע מאל, גיי מיט דיינע קינדער ביי מלוה מלכה ווי עס הערשט עטוואס רואיגקייט.


now in the summer is not so bad
בינעך א ליימענע גולם

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5555
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג יולי 30, 2017 1:22 pm

אלץ בחור פלעג איך דיין יעדעס יאר פאר איין - צוויי שבתים אין קאנטרי ..
איי איז דאס געווען טעם גן עדן ! געווען רואיג קוים צוואנציג אידן . מיר האבן אנגעהויבן די ניגונים זיכענדיג אין א תהילים . באקומען שריים פון אלעס. אין פארשטייט זיך אן א שטיפעריי.
מ'פלעגט אנפאנגען די טיש 12 אין ענדיגן צום עלות און דערנאך זיך געלייגט שלאפן ביז 11 און דערנאך געדאווענט אין געגעסן די סעודה מיטן הייליגן רבין און געענדיגט בערך 5-6 און נאך א קורצע שינה בשבת תענוג געווען ביי שלש סעודות וואס מ'האט געענדיגט בערך 12 מוצאי. און דערנאך די הבדלה פון בערך א שעה. מ'האט געזעהן ווי יעדע ווארט די טייטש . די שווערעקייט פון זיך געזעגענען פונעם הייליגן שבת... אונז וועל מיר דאס קיינמאל נישט פארגעסן. און פארשטייט געהאט די זכיה צו רייכערען אביסל חמין במוצאי שבת. (אלץ חתן האב כ'געגבן די ציגרעטעל פארן רבין אין באקומען א ספעציעלע ברכה). און אזוי ווייטער די מלוה מלכה וואס מ'האט געענדיגט ביז כמעט די עלות פון זונטאג.....
די געפילן פונעם שבת גייט מיר נישט ארויס פון די קאפ.....
אגם היינט קען מען נאך אלעס מיטהאלטן אין חצר קודש אין ב"פ אבער ס'קומט נישט צו צו די גיטע און רואיגע שבתים אויף די בערג.....
#יום שבתון אין לשכוח !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5555
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג יולי 30, 2017 1:24 pm

אגב די מאמענט פון שבועות באשרייבט זייער גיט די גאנצע שבת. מיט די טעמים פון די מונהגים
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
מער ווייניגער
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 08, 2017 10:26 am

תגובהדורך מער ווייניגער » זונטאג יולי 30, 2017 2:38 pm

איך האב הנאה אז די חברה דא האבן מיר נישט קריטיקירט פאר מיין תגובה וואס וואלט זיך געקענט לאזן פארשטיין זייער שארף, איך האב אינגאנצן געמיינט ארויסצוברענגען אז זייענדיג א מקורב אין סקולען ב"ה און זייענדיג נאנט מיטן רבין שליט"א ווייס איך זייער גוט וואס דאס מיינט פאר א יוד וואס איז נישט ממש א סקולענער פנים זיך אריינצולאזן אין אזא זאך, עס איז פשוט זייער זייער שווער, אבער דער וואס מאכט עס איז אשרי לו ואשרי חלקו, ווי אלע ווייסן איז דער רבי שליט"א איינער פון די שיירי כנסת הגדולה פונעם פריערדיגן דור, א ריכטיגער אוהב ישראל און רך לבב, א צוגעלאזענער צו יעדן קינד, אין די לעצטערע יארן איז דער רבי זייער אפגעשוואכט געווארן בעווה"ר און עס קומט אים אן זייער שווער דאס פראווענען און עס זענען דא אזוינע וואס האבן זיך משתלט געווען אביסל מער ווי גענוג אויפן מצב און דאס ברענגט א מוראדיגן אומהיימליכקייט אויפן פלאץ, דאס איז דאס גאנצע וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען אין מיין תגובה.
אדער מער אדער ווייניגער נישטא אינדערמיט!

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג יולי 30, 2017 2:55 pm

מער ווייניגער האט געשריבן:איך האב הנאה אז די חברה דא האבן מיר נישט קריטיקירט פאר מיין תגובה וואס וואלט זיך געקענט לאזן פארשטיין זייער שארף, איך האב אינגאנצן געמיינט ארויסצוברענגען אז זייענדיג א מקורב אין סקולען ב"ה און זייענדיג נאנט מיטן רבין שליט"א ווייס איך זייער גוט וואס דאס מיינט פאר א יוד וואס איז נישט ממש א סקולענער פנים זיך אריינצולאזן אין אזא זאך, עס איז פשוט זייער זייער שווער, אבער דער וואס מאכט עס איז אשרי לו ואשרי חלקו, ווי אלע ווייסן איז דער רבי שליט"א איינער פון די שיירי כנסת הגדולה פונעם פריערדיגן דור, א ריכטיגער אוהב ישראל און רך לבב, א צוגעלאזענער צו יעדן קינד, אין די לעצטערע יארן איז דער רבי זייער אפגעשוואכט געווארן בעווה"ר און עס קומט אים אן זייער שווער דאס פראווענען און עס זענען דא אזוינע וואס האבן זיך משתלט געווען אביסל מער ווי גענוג אויפן מצב און דאס ברענגט א מוראדיגן אומהיימליכקייט אויפן פלאץ, דאס איז דאס גאנצע וואס איך האב געוואלט ארויסברענגען אין מיין תגובה.

במחילת כבודכם פארשטיי איך נישט קיין ווארט וואס איר זאגט דא, אני הקטן האב די זכי' שוין אסאך יארן צו זיין נאנט אל הקודש ביים רבי'ן שליט"א, און איך בין ב"ה פון די מתפללים קבועים מדי שבת בשבתו, און איך קען זאגן נאר אזויפיל: יעדע וואך זענען פארהאן געסט פון אומעטום וואס זיי ווערן גאר שיין אויפגענומען און מען שטעלט זיי אלעס צו, און זאל דא דערמאנט ווערן לשבח מיינע חשוב'ע ידידים די געציילטע עסקנים וועלכע געבן זיך אוועק מדי שבת בשבתו צוצושטעלן די סעודות שב"ק פאר די געסט בהרחבה גדולה אלעס אן קיין שום אפצאל! בשעת זיי אליין האבן שווערע חובות פון דעם ריזן אונטערנעמונג אהערצושטעלן אזעלכע סעודות יעדן שב"ק פאר ארום 50 געסט!
דאס איז יא אנדערש ווי אמאל אז עס איז שווערער צוצוגיין צום רבי'ן שליט"א ווי מען האט געקענט אמאל, וואס מען דארף דאך אליינס פארשטיין אז דער רבי איז לכאורה נישט געווארן יונגער אין די לעצטע צענדליגער יארן,
און טראץ דעם וואס אמאל האט מען גרינגער געקענט צוקומען דארף מען אננעמען מיט קענטעניס דאס וואס די גבאים מוזן האלטן ארדענונג ארום דעם רבי'ן שליט"א, טראץ דעם וואס אפילו פאר אונז מתפללים קבועים שמעקט דאס אויך נישט אלעמאל, וד"ל.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6303
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:06 am

גא"מ לדברי היהודי הפשוט.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:25 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:גא"מ לדברי היהודי הפשוט.

אגב, שטייענדיג אין די טעג פון תשעה באב שיתהפך לנו לששון ולשמחה ב"ב, איז א מחזה הוד ונורא מיטצוהאלטן ווי דער אלטער צדיק קרוב צו די מאה זיצט אויף דער ערד במשך די גאנצע קינות [וואס דאס יאר האט מען זיך געדארפט ממש בעטן ביי אים ער זאל מסכים זיין צו זיצן אויף א קישן] און קלאגט אויפ'ן חורבן.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:30 am

רוויגו האט געשריבן:איך וויל מיטהאלטן בעהש"ית א שבת אין סקולען, אינאיינעם מיט מיינע קינדער.

נו, ווער לאזט דיר נישט? - אדרבה ואדרבה...

איז די מעשה אזוי: וויסנדיג אז אונטער די הנהגות און ניגונים לבית סקולען, באהאלט זיך פיל היסטאריע, וויל איך קענען מאכן א הקדמה פאר מיינע קינדער (און פאר מיר), זיי זאלן וויסן וואס צו ערווארטן און פארוואס. לדוגמא, איך האב געהערט אז אין סקולען זינגט מען א שנעלע לכה-דודי און עס איז פארבינדן מיט א מעשה, אז ווען דער רבי איז געווען אין תפיסה, האט ער געזינגען א שנעלער ניגון, ווייל ער האט שוין געדארפט גיין צו די אויספארשונגען (איז די מעשה אמת?)... אזא מעשה, איז כדאי צו דערציילן פאר די קינדער פאר שבת, אז בשעת לכה דודי, זאלן זיי וויסן, פארשטיין און מיטהאלטן.

אזוי אויך מיט אלע ניגונים, נסחאות און מנהגים, איז בוודאי כדאי די קינדער זאלן האבן א שטיקל הכנה.

דעריבער קום איך דא מיטן אשכול דנן, אויב איינער קען מיטיילן סיבות פאר מנהגים, ניגונים וכו' וכו' וואס מען זינגט יעדע וואך, תבוא עליו ברכת טוב, ויהא מברך מפי עליון.


דער סך הכל איז אז מען קען נישט צוריקברענגען די אמאליגע שבתים אין בארא פארק ווען דער רבי שליט"א פלעגט אריינקומען - מערערע מאל אין א כמעט ליידיגע ביהמ"ד - קוים אין די באגלייטונג פון איין גבאי, און אנהייבן פארצוזינגען די זמירות איינער אליין מיט זיין בענקענדיגע שטימע וואס האט זיך געהערט הויך און קלאר איבער'ן גאנצן ביהמ"ד, אוי דאס קען מען נישט שילדערן פאר איינעם וואס האט דאס אפילו נישט איינמאל בייגעוואוינט. וואס היינט אויף די עלטערע יארן פארשטייט זיך אליינס אז דאס איז שוין שווער און ער דארף שוין די הילף פון די חשוב'ע קינדער שליט"א.
אבער למעשה אז איר ווילט קומען אויף שב"ק קיין סקולען, מאכט נישט קיין חשבונות ווייל איר וועט אין ערגעץ נישט אנקומען! הייבט אייך אויף און קומט צו פארן קיין בארא פארק, מיט אייערע קינדער, אבער שוין!

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 11:37 am

וויכטיגע מודעה פאר די אלע וועלכע ווילן מיטהאלטן די "סעודת הודאה" בחצר הקודש סקולען אין בארא פארק, דעם מוצש"ק נחמו הבעל"ט

די סעודת הודאה וועט פארקומען אי"ה אין די זאלן פון "די פאלאס" אויף 780 מעקדאנעלד עוו. און "נישט" אין זאל פון תורה ויראה וואו עס איז פארגעקומען די לעצטע עטליכע יאר

במאמר המוסגר: אויב פלאנט איר צו קומען פון וויליאמסבורג מיט די באן, דער זאל געפינט זיך ממש ביי די שטיגן פון די "דיטמעס עוו." F באן סטאנציע.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 2:02 am

איינפאכער איד האט געשריבן:אבער למעשה אז איר ווילט קומען אויף שב"ק קיין סקולען, מאכט נישט קיין חשבונות ווייל איר וועט אין ערגעץ נישט אנקומען! הייבט אייך אויף און קומט צו פארן קיין בארא פארק, מיט אייערע קינדער, אבער שוין!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5555
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג אוגוסט 04, 2017 11:26 am

איז דא א באס פון וויליאמסבורג צום גרויסן סעודת הודאה מוצאי שבת ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג אוגוסט 06, 2017 5:28 pm

נאר די וועלכע האבן מיטגעהאלטן די התרגשות'דיגע מאמענטן פונעם נעכטיגן סעודת הודאה בחצר הקודש סקולען, וועלן קענען פארשטיין די שטורמישע געפילן וואס האט ארומגענומען די טויזענטער באטייליגטע בליעה"ר, וועלכע האבן מיטגעלגעבט די שעות של קורת רוח פון חצות הלילה ביז'ן עלות השחר ממש, ווען ארום דעם גאנצן זאל שטייען אומצאליגע חסידים ואנשי מעשה אנשים נשים וטף זקנים עם נערים, און זייערע אויגן זענען געוואנדן צום צענטער פון אויבנאן וואו דער צדיק הדור דער רבי שליט"א לייגט אראפ זיין עבודת הקודש אויף א פארנעם וואס איז שוין נישט געווען די פארגאנגענע פאר יאר!

מיר בעטן די חשוב'ע ליינער ווער עס קען אביסל ארויסברענגען זייערע הרגשים פונעם מעמד הנשגב וואס וועט געוויס בלייבן איינגעקריצט אין די ביינער פון אלע משתתפים אויף יארן לאנג!

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2432
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג אוגוסט 06, 2017 6:13 pm

מיר האבן היי-יאר ליידער נישט געהאט די זכי' זיך משתתף צו זיין, נאך וואס די לעצטער יארן בין איך געפארן און זיך דערקוויקט פון די מזון נפשי וואס מען קען שעפן ביים צדיק נאגט מיר דאס הערצעלע.

אוי נחמו, נחמו, נחמו עמי.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 8:55 pm

האט איינער א רעקארדירונג פונעם מעמד?

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:36 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:האט איינער א רעקארדירונג פונעם מעמד?

פרוביר צו רופן דעם האטליין פון ניגוני סקולען 7187519744

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 11:26 pm

זיי האבן נאר דא א רעקארדירונג פונעם הוק־אפ, וואס איז זייער אומקלאר.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט