תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 16, 2019 1:46 pm
די סענאט איז לכאורה טאקע וויכטיגער, אבער דאס אז קאנגרעסלייט וועלן לויפן פאר סענעטארן איז א קנאפע ראי', פשוט אין סענאט איז מען איינס פון 100, אין די האוז איז מען איינס פון 435.
און בד"וו, מעקאנעל האט ווייט "נישט" די מאכט אין סענאט ווי פעלאוסי האט אין די האוז, וועגן צוויי טעמים, קודם איז פעלאוסי אפיציעל די בעה"ב אין די האוז, מעקאנעל'ס פאזיציע ווייסעך אפילו נישט אויב עס האט לעגאלע האפט, אין געזעץ מיינעך האט ער די זעלבע מאכט ווי אלע סענעטארן, און טאקע וועגן דעם איז ער נישט אין די סוקסעשן ליין בכלל, נאר וואס דען, ער איז ערוויילט דורך די מיאריטעט גרופע אין סענאט אלס זייער פירער, און דא קומט מען צו די צווייטע זאך, די מינאריטעט אין קאנגרעס האט כמעט גארנישט קיין ווארט, משא"כ די מינאריטעט אין סענאט, שומער האט אסאך מער מאכט ווי מעקארטי.
אויך מיינעך אז אין סענאט האבן פשוטע מעמבערס א גרעסערע כח אנדערש ווי אין די האוז ווי די לידערשיפ פירט אלעס.
א אינטרעסאנטע זאך זעהט מען אויף די ליסט, אז מעקאנעל'ס רביצין, די טרענספארטעישן סעקרעטערי, וואלט געדארפט זיין נאך די 12טע, אבער זי איז נישט, ווייל זי איז נישט געבוירן אין אמעריקע, און נישט אלס סיטיזען.
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.
2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.