גייט פרעזידענט טראמפ ווערן אימפיטשט?

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וויפיל פארצענט געבט איר אז טראמפ גייט ווערן אומפוטש ?

0
80
59%
25
29
21%
50
9
7%
75
4
3%
100
7
5%
האב נישט קיין מיינונג
7
5%
 
סך הכל שטימען: 136

אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10682
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

דממה דקה האט געשריבן:די יעצטיגע סדר איז
דאנעלד טראמפ
מייק פענס
נענסי פעלאוסי
טשאק גרעסלי
מייק פאמפעא
סטיוו מנוטשין
די נעקסטע צוויי זענען אומבאשטעטיגטע פאזיציעס

מעקאנאל קומט נישט אריין בילד ?
האט ער אזא שוואכע כח ?
און בכלליות ווערט איז שטערקער מעקאנאל אדער פאלאסי ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

eller האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:די יעצטיגע סדר איז
דאנעלד טראמפ
מייק פענס
נענסי פעלאוסי
טשאק גרעסלי
מייק פאמפעא
סטיוו מנוטשין
די נעקסטע צוויי זענען אומבאשטעטיגטע פאזיציעס

מעקאנאל קומט נישט אריין בילד ?
האט ער אזא שוואכע כח ?
און בכלליות ווערט איז שטערקער מעקאנאל אדער פאלאסי ?

ניין מעקאנעל קומט נישט אריין אין די ליין אויף סוקסעשען.

ביידע האבן די זעלבע כוח אין זייערע טשעמבערס, אבער אין ריעל לייף ווערט די סענאט קאנסידערט מער פאוערפול ווי די האוז, אין פאקט עס מאכט זיך ווייניג אז סענעטארן זאלן לויפן אלץ קאנגרעסלייט, נאר געווענליך וועלן קאנגרעסלייט לויפן פארן סענאט.


ביידעוועי דאס איז די יעצטיגע ליסט אוו פרעזידענטשל סוקסעשען, גענומען פון וויקיפידיע.
אטעטשמענטס
2019-01-15.png
2019-01-15.png (55.51 KiB) געזען 940 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די סענאט איז לכאורה טאקע וויכטיגער, אבער דאס אז קאנגרעסלייט וועלן לויפן פאר סענעטארן איז א קנאפע ראי', פשוט אין סענאט איז מען איינס פון 100, אין די האוז איז מען איינס פון 435.

און בד"וו, מעקאנעל האט ווייט "נישט" די מאכט אין סענאט ווי פעלאוסי האט אין די האוז, וועגן צוויי טעמים, קודם איז פעלאוסי אפיציעל די בעה"ב אין די האוז, מעקאנעל'ס פאזיציע ווייסעך אפילו נישט אויב עס האט לעגאלע האפט, אין געזעץ מיינעך האט ער די זעלבע מאכט ווי אלע סענעטארן, און טאקע וועגן דעם איז ער נישט אין די סוקסעשן ליין בכלל, נאר וואס דען, ער איז ערוויילט דורך די מיאריטעט גרופע אין סענאט אלס זייער פירער, און דא קומט מען צו די צווייטע זאך, די מינאריטעט אין קאנגרעס האט כמעט גארנישט קיין ווארט, משא"כ די מינאריטעט אין סענאט, שומער האט אסאך מער מאכט ווי מעקארטי.

אויך מיינעך אז אין סענאט האבן פשוטע מעמבערס א גרעסערע כח אנדערש ווי אין די האוז ווי די לידערשיפ פירט אלעס.

א אינטרעסאנטע זאך זעהט מען אויף די ליסט, אז מעקאנעל'ס רביצין, די טרענספארטעישן סעקרעטערי, וואלט געדארפט זיין נאך די 12טע, אבער זי איז נישט, ווייל זי איז נישט געבוירן אין אמעריקע, און נישט אלס סיטיזען.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3639
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

ארויף, איך כאפ נאר נישט צו מען רעדט דא פון אימפיטשמענט אדער רימאוועל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לויט ווי איך פארשטיי רעדט דער אשכול פון רעמאוול.

וזכר לדבר, די רעפאבליקאנער זענען נאך דעמאלטס פעסט געווען בעה"ב אין די האוז אויך.

טראמפ פלעגט האבן אסאך מער כח ביי די רעפאבליקאנער אין די האוז ווי אין סענאט.
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

Re: גייט פרעזידענט טראמפ ווערן אימפיטשט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

צווייטע אימפיטשטמענט פראסעס איז אויפן וועג
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: גייט פרעזידענט טראמפ ווערן אימפיטשט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

פרעזידענט טראמפ האטעך געראטעועט אמעריקע
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”