פראגע איבער אלטערנאטיווע אשכול

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אחראי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2011 2:51 pm

פראגע איבער אלטערנאטיווע אשכול

תגובהדורך אחראי » מאנטאג פאברואר 06, 2017 11:32 pm

באקומען אין אישי דאס פאלגענדע, לאמיר הערן דעם דעת הקהל דערויף.


מגיב: איך האלט אז דיזע סארט אשכולות איז סתם טשעפערייען.‎

אחראי: וואס הייסט? כ'גלייך עס אויך נישט אבער אלץ וואס איז עס אומבארעכטיגט‎

מגיב: מען קען די זעלבע תגובות שרייבן אין די "טראמפ טעגליכע נייעס" אשכול, און עס וועט נישט אזוי אנצינדען די טראמצפיסטען ווי ווען עס שטייט אינעם "אלטערנאטיווע פאקקטן" אשכול.
#הכל בתר רישא‎

אחראי: אז מ'רייסט אראפ טראמפ פאר זיינע ליגענטס, אדער גוזמאות‎?

מגיב: נישט דאס אראפרייסן איז וואס איך זעה אלס אישו.
נאר די 'לעבעל' פון 'אלטעררנעטיווע פאקטן'.‎

אחראי: דאס אליינס איז גענוג אן ארגומענט?‎
דאס איז א טיטל וואס קאנועי איז אויפגעקומען ...‎

מגיב: זעהסטעך ס'שטערט מיך, איך ווער ממש צוקלאפט יעדעס צמאל איך זעה אז "מיין" היראא פרעזידענט איז "אלטערנעטיוו"....‎
נמביגד"פ ‎

אחראי: דאס איז באמת די פראבלעם וואס די פרא טראמפ גייען האבן א גאנצן צייט.

מגיב: קאנוועי איז אויפגעקומען מיט די 'מיטל'.
נישט די "טיטל"‎

אחראי: טראמפ אויפן פאפיר אנעם אפלערנען דעם תוכן רעדט ער ווי א שיכור‎
כ'מייןו זי הט עס אנגערופן אז זי האט אלטערנאטיווע פאקטן איבער דימסמפר מענשטן ביים איגנארעישאן‎

מגיב: אפילו מיטן פארשטיין!
ער 'איז' א שיכור. געזונטערהייט.
אבער פארוואס זאלן אידן, בני ישראל ווערען מיטגעשלעפט מיט בא'טיטל'ן איינער דעם צווייטענס "צד" מיט צינעמען‎

אחראי: סאו ווען מ'טענה'ט זיך איבער זיינע סטעיטמענטס, זענען אלץ די שפעטערס ידם על העליונה, און שטאף גייט זיין איבער גענוג‎
די נעים קאלינג אויף די שטיצערס האצעך מיינעך געענדיגט ‎יעדע תוגבה וואס האט דערנידערונג אויף טראמפיסטן מעקט מען

מגיב: ריכטיג.
אבער עס ברויך נישט זיין א "ספעציעלע" אשכול, נאכדערצו מיט די שפעט-נאמען "אלטערנעטיוו פאקטן"‎

אחראי: אז יענער האט עס אויפגעמאכט צוזאמצוקלויבן די ליגענטס, וואס קאנוועי האט אנגערופן אלטערנאטיווע פאקטן‎ קען מען נישט אנצייגן אן אומרעכט‎

מגיב: די טראמפ חברה קענען ווערען צוקלאפט יעדעס מאל די נעוועריסטען ניצן די "אלטערנעטיוו אשכול" צו 'צימבלען' בתורת "נבל ברשות התורה" די טראמפ חברה‎

מגיב: אפשר שייך צו מאכן די קעפל:
טראמפ / מידיע / פאקטען / (אלטערנעטיוו)‎
כאפסט?
די ווארט 'אלטערנעטיוו' אינעם זעלבען שורה מיט 'טראמפ' און 'פאקטען' איז אביסעל "ציפעדיג..."
טאקע דערפאר וואס קאנוועי האט עס געניצט ווי א זויערע-לוזער


און מיר האבן שוין חוץ מזה באקומען אסאך טענות פון די פרא טראמפ איבער דעם אשכול, איז די שאלה פארוואס קען טאקע נישט די נייעס ווערן אויסגעשמועסט אין די געווענליכע אשכולות? פארוואס דארף עס זיין ווי א שאנד-סלופ אשכול?

#לכו נא ונווכחה

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג פאברואר 06, 2017 11:48 pm

אלס אייוועלט זייענדיג א רשות הרבים נייג איך מער צום צד המגיב.
הגם איך נעם געווענליך נישט אנטייל אין די 'אלטערנעטיווע' אשכולות. קענעך פארשטיין אז א טראמפ שטיצער זאל כאפן א קיצל ווען דער אנטי טראמפ ניק ניצט די "אלטערנעטיוו פאקטן" שלאגווארט....

שטעלדיך פאר דיין רבי'ס גבאי רעדט שטותים והבלים, דו שעמסטעך דערמיט אבער דו ברויכסט דאך פארטייגידן דיין רבי'ן ש'מערגעדאכט....
דאן ווערט דעם גבאי'נס ווערטער פובליצירט אימעטום אלס 'טשעפע ווארט'...
כ'מיין... ס'וואלט נישט געווען אזוי איינגענעם, וואלסט געשפירט א דראנג גאר אפט צו דארפן פארטיידיגען דאס וואס ווערט באריכטעט אלס 'אלטערנעטיוו פאקט'.... און וואלסט געשפירט פארקנאקט יעדעס מאל די 'שונאים' ניצן דעם שטעקן...

דעריבער איז מיין מיינונג אז מען קען האבן איין גרויסע טשולענט אשכול איבער 'מידיע - טראמפ - קעגענגעזעצטע באריכטען'...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג פאברואר 06, 2017 11:53 pm

וואס האט דער געוועזנער וויצע פרעזידענט אריינצורעדן אין טראמפישע ענינים?....
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מאנטאג פאברואר 06, 2017 11:54 pm

איך בין א טראמפ שטיצער און זע נישט וואס סשלעכט מיט אלטערנאטיווע פאקטן.

די ווארט אלטערנאטיוו איז רעלאטיוו, ווען ס'ווערט גענוצט קעגן ''מידיע פאקטן'' איז ''אלטערנאטיווע פאקטן'' טייטש אמת'ע פאקטן. און דאס האט קאנוועי געמיינט.

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » דינסטאג פאברואר 07, 2017 12:05 am

איך בין שאקירט צו זעהן אז מענטשן נעמען עס אזוי ערנסט! און בדרך אגב איז עקלדיג און גרויליג דאס צו בכלל צוגלייכן צו להבדיל א רבי'ן .

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג פאברואר 07, 2017 12:29 am

לפי דעתי העני׳ זע איך נישט קיין פראבלעם מיט דעם אשכול, עס איז העכסט נארמאל צו טשעלענדזשן א פרעזידענט און פעקט-טשעקן זיינע ווערטער (איבערהויפט דעם איצטיגן ירום הודו).

א פרעזידענט טראגט רעספאנסעביליטיס און די וואס ווילן מיטגיין מיט זיין וואגן ברויכן זיין גרייט צו לייגן א האנט...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5289
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג פאברואר 07, 2017 12:30 am

און מיר מאכט נערוועז אז יעדע נייעסל אדער סטעיטמענט וואס האט מער ווי פינף-צען תגובות ווערט אדער געמעקט אדער א נייע אשכול, (ווי למשל די סטעיטמענט צו מ'האט גענוג באריכטעט טעראר אטאקעס).

כ'האב שוין געווארט אז די עלעקשאנס זאלן אריבערגיין אז כ'זאל שוין נישט ווערן דיזי פון אזויפיל ענליכע אשכולות מיט אנדערע נעמען, דערווייל געשעט עס נאך אויף א גרעסערע פארנעם און גאר דורך די הנהלה.

(בנוגע מיין אויבן-דערמאנטע משל, פעלן דען מידיע בייעס אשכולות דאס אריינצושמעלצן? מ'גיימיר דא האבן נייע אשכולות אויף יעדע פראוואקאטיווע טוויט און סטעיטמענט די קומענדיגע פיר\אכט יאר?)

עניוועי, צום קעפל, מיט די צענדליגע פרא און אנטי טראמפ אשכולות קען דאס אויך מיטגיין, זיי מאכן מיר אייניג דיזי.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6510
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג פאברואר 07, 2017 12:35 am

יעדער זאל שרייבען וואס ער וויל און וויאזוי ער וויל! וואס די משוגעת פון די לעצטיגע אנלערנען אדער אראפרייסען א ניק וואס שרייבט דא?!

איך האב גראדע זייער פיינט געהאט צוויי ניקים דא אויף אייוועלט און עס איז מיר קיינמאל נישט איינגעפאלען צו בעטן די הנהלה יענעם צו פארשפארען אדער האבען טענות פארוואס מען לאזט זיי שרייבען דא, יעדער מעג דא שרייבען פונקט ווי דיר.

It's a free country .

פארשטייט זיך נאר וואס דער אויבערשטער לאזט. ובזה יצאתי ידי חובתי.
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג פאברואר 07, 2017 5:02 am

ניין איך האלט אז יענער איז מגזים נאכדערצו אז יעצט איז עס איין אשכול אויף די מידיע אויך
נאר וואס יא אז ווען עס איז געווען צוויי עקסטערע אשכולות און פאר א פאר טאג איז נאר די אנטי טראמפ געבליבען אפען און די אנדערע צוגעמאכט איז עס געווען א גאר ריזיגע עוולה
איינער האט עס דאמאלטס געוואלט ענטפערען אז עס איז ווייל איינס איז קעגען ניקס און איינס קעגען טראמפ אבער עס איז נישט געווען אמת ווייל די אנטי טראמפ עט דעט פוינט איז שוין אויך געווען קעגען פרא טראמפ ניקס און די זעלבע זאך פארקערט די פרא טראמפ איז געווען בעיקר קעגען די מידיע

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דינסטאג פאברואר 07, 2017 9:20 am

אלס איינער פון די פרא טראמפ לאגער מוז איך זאגן אז איך האב ספעציעל הנאה פון די אלטערנעטיוו אשכול צוליב וואס די ליגנט מצב איז ממש א שרעק דארט ממש די קאנוועי קען לייקענען צו טאג איז נאכט ממילא איז עס גאנץ זיס אויסצושמועסן די ליגענט, זאל מיר איינער פון די אנטי אלטערנעטיוו אשכול זאגן אז ער האט נישט הנאה געהאט פון די שחיטה אין באולינג גרין....
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג פאברואר 07, 2017 9:49 am

פלטיאל האט געשריבן:לפי דעתי העני׳ זע איך נישט קיין פראבלעם מיט דעם אשכול, עס איז העכסט נארמאל צו טשעלענדזשן א פרעזידענט און פעקט-טשעקן זיינע ווערטער (איבערהויפט דעם איצטיגן ירום הודו).

א פרעזידענט טראגט רעספאנסעביליטיס און די וואס ווילן מיטגיין מיט זיין וואגן ברויכן זיין גרייט צו לייגן א האנט...



זייער פיין, קענעס אבער אריין גיין אין ירוחם'ס 'פאקטן טישל'

פארוואס א נייע אשכול, און דוקא מיט א פראוואצירנדע קעפל?


(הגם מיר פערזענדליך באדערט נישט צופיל די קעפל, באדערט מיר מער די קינדערישקייט שבו אז יעדע נייעס דארף א עקסטערע אשכול, און נאך מיט אזאנע נעמען... די זעלבע מיט א אשכול למשל ווי 'טראמפ רעדט שטותים און ליגענטס.. נאו וואט?' איינער פארשטייט פשט פון אזא אשכול? כאטש ליגטעס אין קרעטשמע...)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8729
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג פאברואר 07, 2017 10:45 am

דער פותח האשכול האט געבאדערט אז מען טוישט די קעפל און ער איז טאקע נישט אקטיוו די לעצטע פאר טאג

ער האט גארנישט געטוען שלעכט אבער געוויסע האבן גענומען דעם טראמפס אלץ זייער "פערזענליכע היראו" און עס באדערט זיי ווען מען ברענגט אים אביסל אראפ

די זעלבע מצב וואס הערשט יעצט האט אויך פאסירט אינמיטן די פריימעריס ווען טראמפס האט געהאט עטליכע שווערע וואכן האט מען פלוצלונג אנגעהויבן הערן פון אלע זייטן אז מען טשעפעט ניקס און תגובות האבן אנגעהויבן פליען רעכטס און לינקס. (ווער געדענקט נאך די פאליטישע דעבאטעס און קריגערייען אשכול)

מיין מיינונג: טועט ווי איר פארשטייט, איך קער נישט... איך בין נישטא קיינעם וויי צוטוען! אבער נאר אויב די טענות קומט פון עמיצער וואס גיבט צו כאטש א טייל פון וויפיל דער וואס מען בארעדט שטעלט אהער... פרילאודערס זאלן גיין ליינען דראדש רעפארט! ותמצא נחת...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6283
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג פאברואר 07, 2017 10:47 am

וואס איז שלעכט מיט קנא פאקטן טישל?

נישט יעדע דזשאוק פארדינט דערפאר א קעסטערע אשכול, און אויב יא איז עס גוט פאר די ערשטע פאר טאג.

איינמאל ס'וועפט אויס קעמען צוריק גיין צו די אלטע אשכול
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג פאברואר 07, 2017 10:56 am

יש ברירה האט געשריבן:אבער נאר אויב די טענות קומט פון עמיצער וואס גיבט צו כאטש א טייל פון וויפיל דער וואס מען בארעדט שטעלט אהער... פרילאודערס זאלן גיין ליינען דראדש רעפארט! ותמצא נחת...

;l;p-

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג פאברואר 07, 2017 11:19 am

יש ברירה האט געשריבן:דער פותח האשכול האט געבאדערט אז מען טוישט די קעפל און ער איז טאקע נישט אקטיוו די לעצטע פאר טאג

ער האט גארנישט געטוען שלעכט אבער געוויסע האבן גענומען דעם טראמפס אלץ זייער "פערזענליכע היראו" און עס באדערט זיי ווען מען ברענגט אים אביסל אראפ

די זעלבע מצב וואס הערשט יעצט האט אויך פאסירט אינמיטן די פריימעריס ווען טראמפס האט געהאט עטליכע שווערע וואכן האט מען פלוצלונג אנגעהויבן הערן פון אלע זייטן אז מען טשעפעט ניקס און תגובות האבן אנגעהויבן פליען רעכטס און לינקס. (ווער געדענקט נאך די פאליטישע דעבאטעס און קריגערייען אשכול)

מיין מיינונג: טועט ווי איר פארשטייט, איך קער נישט... איך בין נישטא קיינעם וויי צוטוען! אבער נאר אויב די טענות קומט פון עמיצער וואס גיבט צו כאטש א טייל פון וויפיל דער וואס מען בארעדט שטעלט אהער... פרילאודערס זאלן גיין ליינען דראדש רעפארט! ותמצא נחת...

מיין ארימע מיינונג אויף דיינע נקודות, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.

דער פותח האשכול, איז אויך אפוועזנד געווען נאך די וואלן פאר א וויילע, און איז צוריקגעקומען מיט א שרעקליכע נעגעטיוועטי אזש מ'האט געקענט טויב ווערן, איך פריוואט אפרשיעט זייער זיינע רעפארטן און וויסנשאפט, אבער קאם אן ביזט מער מעטשור פון דעם.

דאס וואס די פרא טראמפ נעמען טראמפ אלץ זייער היראו, איז די זעלבע ווי די אנטי טראמפ נעמען די מלחמה אלץ זייער פערזענליכע, חושבנא הדין כחושבנא הדין, דוק וטישטעך.

אויף דעם פרט פון אינמיטן פריימעריס געדענק איך נישט פונקטליך ווא סאיר מיינט.

וואס געבט רעכט פאר איינעם וואס גיט אסאך צו צום וועלטל צו רעדן מיט א שפראך וואס אינסאלט אנדערע? בעסער געפרעגט, צו ווא סוויל עראפילו רעדן אזא שפראך? איז נישט מער ווי ערווארטעט אז ווען איינער הערט אז זיין וועג פון רעדן באדערט א צווייטן, זאל פשוט ניטמאהל ווילן אזוי רעדן מער, און זיך באדאנקן פאר ווער ס'האט עהם אויפמערקזאם געמאכט?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג פאברואר 07, 2017 11:27 am

נישט אלע אשכולות זענען וויכטיג, אבער דער אשכול טרעקט א וויכטיגע - און צענטראלע - פענאמענאן אין די טראמפ וועלט, אוודאי איז עס ווערט א אשכול פאר זיך, כאטש עס מוז נישט זיין דוקא אין נייעס. דעם נאמען פארן אשכול האט נישט קיין אנטי טראמפ'ער אויסגעטראפן, דאס קומט פון די העכסטע פענסטער אין לאנד, פון די באולינג גרין אפטיילונג אין די ווייט האוז.

אז עס שמעקט נישט פאר טראמפ שטיצער קיינע פאקטן, ווייל די פאקטן זענען נישט אויף זייער גוטע זייט, און מה"ט ברויכן זיי דאך צוקומען צו אלטערנאטיווע פאקטן, זאל מען עס וועגן דעם צענזורירן? מאכט נישט קיין סענס צו מיר.

אגב, סתם נייגעריג וואו די אלע קריטיקירער זענען געווען ווען די שנאת אבאמא דא האט געגרייכט מאנסטערישע פראפארצן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג פאברואר 07, 2017 11:29 am

איך פערזענליך האב עס דאן אויך נישט דערליטן, די בלינדע האס צו אבאמא.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דינסטאג פאברואר 07, 2017 11:31 am

עקבי הצאן האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:דער פותח האשכול האט געבאדערט אז מען טוישט די קעפל און ער איז טאקע נישט אקטיוו די לעצטע פאר טאג

ער האט גארנישט געטוען שלעכט אבער געוויסע האבן גענומען דעם טראמפס אלץ זייער "פערזענליכע היראו" און עס באדערט זיי ווען מען ברענגט אים אביסל אראפ

די זעלבע מצב וואס הערשט יעצט האט אויך פאסירט אינמיטן די פריימעריס ווען טראמפס האט געהאט עטליכע שווערע וואכן האט מען פלוצלונג אנגעהויבן הערן פון אלע זייטן אז מען טשעפעט ניקס און תגובות האבן אנגעהויבן פליען רעכטס און לינקס. (ווער געדענקט נאך די פאליטישע דעבאטעס און קריגערייען אשכול)

מיין מיינונג: טועט ווי איר פארשטייט, איך קער נישט... איך בין נישטא קיינעם וויי צוטוען! אבער נאר אויב די טענות קומט פון עמיצער וואס גיבט צו כאטש א טייל פון וויפיל דער וואס מען בארעדט שטעלט אהער... פרילאודערס זאלן גיין ליינען דראדש רעפארט! ותמצא נחת...

מיין ארימע מיינונג אויף דיינע נקודות, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.

דער פותח האשכול, איז אויך אפוועזנד געווען נאך די וואלן פאר א וויילע, און איז צוריקגעקומען מיט א שרעקליכע נעגעטיוועטי אזש מ'האט געקענט טויב ווערן, איך פריוואט אפרשיעט זייער זיינע רעפארטן און וויסנשאפט, אבער קאם אן ביזט מער מעטשור פון דעם.

דאס וואס די פרא טראמפ נעמען טראמפ אלץ זייער היראו, איז די זעלבע ווי די אנטי טראמפ נעמען די מלחמה אלץ זייער פערזענליכע, חושבנא הדין כחושבנא הדין, דוק וטישטעך.

אויף דעם פרט פון אינמיטן פריימעריס געדענק איך נישט פונקטליך ווא סאיר מיינט.

וואס געבט רעכט פאר איינעם וואס גיט אסאך צו צום וועלטל צו רעדן מיט א שפראך וואס אינסאלט אנדערע? בעסער געפרעגט, צו ווא סוויל עראפילו רעדן אזא שפראך? איז נישט מער ווי ערווארטעט אז ווען איינער הערט אז זיין וועג פון רעדן באדערט א צווייטן, זאל פשוט ניטמאהל ווילן אזוי רעדן מער, און זיך באדאנקן פאר ווער ס'האט עהם אויפמערקזאם געמאכט?

RT לייק

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4746
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג פאברואר 07, 2017 11:36 am

ממש ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ ווי ס'קען באדערן פאר איינעם די קעפל פון אן אשכול
אין ווייסט פון וואס מען רעדט אין דעם אשכול ? נישט פון זיין רבי'ן צו זיין מורה דרך
מען רעדט דא פון א פאלנער גוי
ממש איך בין ערשטוינט
לאור המצב איז אבאוט טו עקספייער, פליז אופדעיט יאור אקאונט

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג פאברואר 07, 2017 11:40 am

ניס קראכער האט געשריבן:ממש ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ ווי ס'קען באדערן פאר איינעם די קעפל פון אן אשכול
אין ווייסט פון וואס מען רעדט אין דעם אשכול ? נישט פון זיין רבי'ן צו זיין מורה דרך
מען רעדט דא פון א פאלנער גוי
ממש איך בין ערשטוינט

אשרינו ומה טוב חלקינו, אז מיר אייך די זכיה צו האבן בינינו!
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8729
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג פאברואר 07, 2017 11:42 am

ער מעג זיין ווי נעגעטיוו ער וויל ער האט קיינעם נישט געטשעפעט און דאס וואס איר שרייבט איז גראדע יא א טשעפע...

און איר האט זייער גוט ארויסגעברענגט מיין נקודה, נעגעטיוועטי קעגן טראמפ איז נישט קיין אומרעכט! און קיינער דארף עס נישט פערזעהנליך צו באדערען, איך ווער נישט געטשעפעט פון בלינדע פאזעטיוועטי פאר טראמפ און איך האב נאך קיינמאל זיך נישט אפגערעדט צו די הנהלה אז איינער איז צו שטארק פאר טראמפ און עס מאכט מיך נערוועז, איך וועל אים זאגן מיין מיינונג און געגאנגען ווייטער, קיינמאל נישט גענומען פערזעהנליך און נישט ארויפגעקומען און מיין געדאנק צו בעטן פארשפארן אדער מעקן אזא סארט שמועס (יא, איך בענק מיך צו פאליק!)

יענער - וואס האט זיך באקלאגט אויף די אשכול - באדערט אז מען שרייבט טראמפ אין די זעלבע שורה ווי די פראז "אלטערנאטיווע פאקטן" האט מען צוגעלייגט די ווארט מידיא, און יענער איז נישט צופרידן, איך מיין אז ער נעמט עס צו פערזעהנליך, עס טועט אים וויי, איי דאונט געט איט.

האקט אין גרויסן

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5875
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג פאברואר 07, 2017 12:40 pm

איך קען פארשטיין אז די קעפל זאל זיין מעסיגער געשריבן. נישט אז עס איז א פראבלעם ווי ס׳יעצט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » דינסטאג פאברואר 07, 2017 1:41 pm

דעתי הקלושה:

ביידע זענען גערעכט און אומגערעכט...

ואסביר, דער מגיב איז גערעכט מיט די טענה אז "דיזע סארט אשכולות זענען סתם טשעפערייען" בבחינת "הע, קוק וועם די שטיצט, שעם אן יו" עס ברענגט נישט גארנישט פאר קיינען חוץ קאנטער תגובות און אשכולות מיט די פארקערטע טשעפערייען בבחינת "קוק ווי מוצלח ער איז, ענק קענען עס נעבעך נישט שלינגען" וכדומה

הצד השווה שבהן, עס איז סתם קינדערישע צייט פארברענגעריי וואס ברענגט נאר פראבלעמען,

העצה היעוצה, עס זאל נישט ערלויבט ווערן קיינע דעדיקעטעד אשכולות נאר פאר אזאנע צוועקן, עס זאל זיין איין גרויסע שמעלץ טאפ אין "פארברענגען" וואו יעדער קען שרייבן מה שאיגא חפץ...

אבער דאס נעמען דאס ענין אזוי פערסענאל (אויף ביידע זייטן) איז נישט גוט... (גלייך נאך די עלעקשאן האט איינער ארויפגעלייגט א בילד ווי מ'נעמט אראפ די סטיקערס פון די "סטראנגער טוגעטער" עראפלעין, א אנדערע ניק האט עס גענומען פערסאנעל און אנגעהויבן שרייען אז ער זאל עס פארמעקן ווייל ער טשעפעט סתם...)

דער אחראי איז גערעכט מיט זיין טענה אז דאס עצם שרייבן אזוי איז נישט קיין "אומרעכט" און ס'בארעכטיגט נאכניש צו מעקן,

אבער די בייעס און "נעים קאלינג" ( :wink: ) מיט וואס ער שרייבט (רעדט ווי א שיכור וכדומה...) פאסט נישט פאר אן אחראי...
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג פאברואר 07, 2017 2:44 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:אבער נאר אויב די טענות קומט פון עמיצער וואס גיבט צו כאטש א טייל פון וויפיל דער וואס מען בארעדט שטעלט אהער... פרילאודערס זאלן גיין ליינען דראדש רעפארט! ותמצא נחת...

;l;p-


;l;p- ;l;p-

יעצט לעניננו, איז מיין מיינונג, וועם ס'געפעלט נישט א געוויסע אשכול, מוז נישט ליינען, מ'צווינגט קיינעם נישט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג פאברואר 07, 2017 10:25 pm

מיין בליק גייט אויף ביידע וועגן, די שפרעכווארט גייט אז אויב דערהייבסטו נישט די היץ דאן גיי ארויס פון קאך, דאס גייט אן סיי ביי איינער וואס ווערט פערזענדליך באליידיגט ווען מען מאכט חוזק פון זיין באליבטע פאליטישאן צו יענער איז פרעזידענט צו געוואלט זיין פרעזידענט, און סיי ביי איינער וואס אויב טוישט מען די קעפל פון זיין אשכול נישט לויט זיין געשמאק סטראשעט ער מיטן אויפהערן שרייבן.

און איך פארשטיי אז כדי צו האלטן די מצב רואיג דארף מען מעקן, און אז מען מעקט איז נישט מעגליך נישט צו מאכן א טעות, און מען קען נישט האבן קיין טענות.
אויב זעט איר א תגובה וואס געפעלט אייך נישט וואס איר האלט אז דאס דארף מען ווען יא מעקן, למשל די תגובה איבער טשעלסי קלינטאן, האסט איר די ברירה צו טון וואס אנדערע האבן געטון מיט די תגובה וואס איר האט גראדע יא געגליכן, דזשאסט טו עס ריפארטן, און אויב וועלן די אחראים איינזען אז עס טויג נישט וועלן זיי עס מעקן.

ווי אויך שטערט מיר ווי יעדע נערישע ווארט איבער טראמפ, צו פאלעסי פון טראמפ פארדינט א נייע אשכול, כ׳מיין וויפיל איז די מאס פון טראמפ אשכולות אז מען זאל זיך אויפוועקן, און יעדעס מאל איך האב א נייעסל דארף מען דן זיין אין וועלעכע אשכול עס קומט יא און וועלעכע נישט, און ביז איך טרעף די אשכול פארגייט שוין די אפעטיט צו עס אפשרייבן, און ווען איך שרייב עס שוין ווי מיר זעט אויס אז עס קומט, שרייען אפאר ניקים אז די באס צוריק צום נושא פארט שוין פון לי קאר ראס.

עס דארף ווען זיין א אשכול פאר טראמפס פארעין פאלעסי, וואס אין דעם זאל אריינגיין פון איראן ביז מעקסיקא.....

טראמפ אין לאנד פאלעסי....

און טראמפ פערזענדליכע נייעס וואס זאל אינקלאדן זיינע טריפס ווי דער פרעזידענט פארט, סטעיטמענטס וואס א פרעזידענט לייגט ארויס, נייעס וואס פאסירט ארום די פרעזידענט צו איינער האט געווארפן א שיך אויף אים צו עפעס אנדערש, און אלע זיינע משגעתן איז אינקלאדעד...


און פאר די וואס האבן טענות אויף די באערדע דא, סאם האו האב איך באוויזן צו נישט האבן אסאך מיט זיי, פארוואס? ווייל זיי שטערן מיר נישט בכלל.
צו מען האט מיר געמעקט? זיכער אז יא, אבער איך פראביר צו שרייבן וואס מען מעקט נישט, און אז מען מעקט יא פארשטיי איך אז עס איז פאר די טובה פון די סייט, און ווען מען מעקט ווען נישט דא וואלט איך לכאורה שוין לאנג נישט דא געווען, מען וואלט געקענט ברעכן פון זיין דא...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט