בלאט 1 פון 4

עשרה בטבת אשכול

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 17, 2007 9:34 am
דורך יגרסהדותא
היינט געהערט א מורא'דיג ווארט, פון א חבר, ער זאגט:

ס'קומט א טאג, מיטוואך, עשרה בטבת מ'גייט פאסטן. מיר דארפן זעהן קעגן-צו-גיין דעם שונא מיט פילע טאנקן. דערביי ווייזט ער אויף זיין בייכעל...

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 17, 2007 10:26 am
דורך וואס
גאנץ א גוט ווערטל יגר.

די תענית איז אבער גאנץ בחסד, נישט קיין גאנצע צוועלף שעה אפילו.
און מען קען רואיג טרינקען א קאווע פארטאגס, פון 6:03 ביז 5:43, נישט געפערליך.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 17, 2007 12:19 pm
דורך פאטאקי08
מיט אפאר קיכעלעך צי דער זייט (נאך זעקס אבער נאך פארן עלות)

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 17, 2007 12:29 pm
דורך אנדי פעטיט
העפי שרה בתיבה עועורי באדי.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 17, 2007 12:31 pm
דורך פאטאקי08
ווי שטעקט די העפיקייט דא?

מילא העפי שובבים

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 17, 2007 12:33 pm
דורך אנדי פעטיט
וואס הייסט ווי שטעקט העפיניס?

שרה איז אריין אין די תיבה און זי איז געראטעוועט געווארען פון די מבול!

האסטו נישט אויסגעהערט אין כיידער?

לעץ סעלאברעיט!

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 17, 2007 3:11 pm
דורך אלעקסיי
שרה שנירער?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 18, 2007 12:02 am
דורך קרעמער
פאטאקי08 האט געשריבן:מיט אפאר קיכעלעך צי דער זייט (נאך זעקס אבער נאך פארן עלות)


1. מען טאר נישט עסן אין די האלבע שעה פארן עלות.
2. אפילו בעפאר די האלבע שעה מעג מען נאר עסן אויב מען האט זיך אויסגענומען פארן שלאפן גיין אז מען גייט עסן ביים אויפשטיין.
3. לויטן זוהר הקדוש איז גאר הארב דאס עסן נאכן אויפשטיין, אפילו א שעה פארן עלות.

ביי אונז פירט מען זיך צו טרינקן 2 נארהאפטיגע קאוועס, און דאס האלט אן דעם גלייכגעוויכט ביז די קאקאש קעיק 12 שעה דערויף.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 18, 2007 8:35 am
דורך יגרסהדותא
קרעמער;

קרעמער האט געשריבן: און דאס האלט אן דעם גלייכגעוויכט ביז די קאקאש קעיק 12 שעה דערויף.


ארויסקוקן אויף א שטיק קאקאש-קעיק, ווייס איך נישט צו ס'איז אויסגעהאלטן, איר קענט רואיג שרייבן: און דאס האלט אן דעם גלייכגעוויכט ביז מ'קומט אריין אין קרעטשמע.. פון דארט און ווייטער ניטאמאל געדענקט מען אז מ'פאסט.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 19, 2007 10:41 am
דורך צייטליך
להוי ידוע,

מיין "וועקער-זייגער" איז געווען אנגעשטעלט אויף 5:30, א האלבע שעה פריער ווי יעדן טאג, כדי מיר זאלן קענען טועם זיין א ווערימער קאטפי פאר מיר גייען ארויס צום שיעור אינדערפרי,

מה עשה הקב"ה, איך בין אויפגעשטאנען 6:05, ווען? יא, פינף נאך זעקס,

ס'טייטש אזוי, דער עלות השחר ביינונז אין וויליפעס (אפ-טאון) איז געוווען ביי א שנעלקייט פון 6:03 AM, אויפגעשטאנען ביניך פונקט צוויי מינוט דערנאך..

היני דאמרו אינשי: א דורכפאחל!..

(מוששששששי... לעש אויס די הייס וואסער, ס'קאטכט שוין אויס....)

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 19, 2007 7:59 pm
דורך קרעמער
מיין דורכפאל האט זיך נישט אויסגעלאזט מיט אזא אנזעץ: כ'בין אויפגעשטאנען 8 אזייגער! (צוויי שעה אראפ פונעם תענית)

געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2009 4:48 am
דורך לאקשען ברעט
קרעמער ,
כ'האף היי יאר האסטע נישט געהאט אזא דורכפאל

געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2009 12:46 pm
דורך לוסטיג
איך ווייס גאר נישט פון אזא מנהוג נישט צו עסן אין די האלבע שעה פארן עלות, ביי אינז האט מען אנגעהויבן דעם פאסט טאג ביים עלות, נישט קיין מינוט פריער.
וכך הוה....

געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2009 12:52 pm
דורך קרעמער
לאקשען ברעט האט געשריבן:קרעמער ,
כ'האף היי יאר האסטע נישט געהאט אזא דורכפאל

נאופ. געהעריג געטרונקן 2 פיינע קאוועס ארום פערטל צו זעקס.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2009 1:39 pm
דורך scy4851
לוסטיג האט געשריבן:איך ווייס גאר נישט פון אזא מנהוג נישט צו עסן אין די האלבע שעה פארן עלות, ביי אינז האט מען אנגעהויבן דעם פאסט טאג ביים עלות, נישט קיין מינוט פריער.
וכך הוה....


ס'איז נישט אז דאס פאסטען פאנגט זיך אהן א האלבע שעה פאר עלות

דער פראבלעם איז דאס עסען סמוך לתפלה וואס דאס איז דער האלבע שעה.

דער מחבר שרייבט און און סימן פ"ט סעיף ה' "אם התחיל לאכול קודם עלות השחר צריך להפסיק"
ברענגט דער משנה ברורה דארט און ס"ק כ"ז אז דער התחיל לאכול מיינט התחיל בהיתר, מער וויא א האלבע שעה פאר עלות,
ווייל בתוך חצי שעה טאר מען נישט אנפאנגען עסען אוויא דער רמ"א שרייבט ביי לולב און סימן תרנ"ב סעיף ב'
ועיין במשנה ברורה שם בהלכות לולב ס"ק ט'

אבער קוק און משנה ברורה דארט און ס' פ"ט וויא ער מאכט א חילוק וויפיל מען עסט אדער מען טרינקט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2009 1:49 pm
דורך אלף בית
כ'האב גערעדט היינט מיט א קריסטליכער גוי, א גריעק ארדאטאקס. זאגט ער מיר אז ער פאסט אויך, היינט נאכט האבן זיי חאגע, דעריבער פאסטן זיי.
פארשטייט זיך נאך א צוויי מינוט רעדן מיט אים, האט ער מיר פינקטליך מסביר וואס מ'מעג יא עסן און וואס נישט.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2009 2:25 pm
דורך קרעמער
חחחחחחח

עס דערמאנט פון די מאכמאדענער וואס פאסטן כלומר'שט 40 טעג (און פאסטן אויס יעדע נאכט), זאגן די ליצים אז די בתי כסאות זענען גאר אסאך פארנומען אינעם ראמאדאן חגא... בפרהסיא מעג מען דאך נישט עסן...

געשריבן: דינסטאג יאנואר 06, 2009 2:30 pm
דורך קענסט מיך?
מיין מגי"ש אין ישיבה קטנה האט דערציילט אז ער איז געווען אמאל אין א"י, און ס'איז אים אויסגעקומען צו פארן מיט א טעקסי דרייווער אין א יום התענית, פרעגט אים דער דרייווער אינמיטן פארן צו ער וויל אפשר א טרינק וואסער, (ס'איז געווען א הייסער טאג), האט אים דער מגי"ש געענטפערט אז ס'איז א יום התענית און ער טאר נישט! פרעגט אים דער דרייווער (פון די פרייע ציונים ימ"ש) זאג מיר נאר? ווען קיינער זעט נישט פאסטו אויך?

ער האט נישט געגלייבט אז ס'איז דא אזא זאך פון זיין א ירא שמים בסתר "כבגלוי".

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 1:51 pm
דורך פאטאקי08
עשרה בטבת היי יאר קומט אויס יאנוער איינס למספרם, אינטערסאנטע זאך

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 1:52 pm
דורך פער בריסטאו
פאטאקי08 האט געשריבן:עשרה בטבת היי יאר קומט אויס יאנוער איינס למספרם, אינטערסאנטע זאך

פארוואס אינטערעסאנט?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 1:59 pm
דורך פאטאקי08
פער בריסטאו האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:עשרה בטבת היי יאר קומט אויס יאנוער איינס למספרם, אינטערסאנטע זאך

פארוואס אינטערעסאנט?

שוין געווען אמאל? אינטערסאנט אז מען ארבעט נישט געווענליך יאנוער איינס

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 2:47 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
פאטאקי08 האט געשריבן:
פער בריסטאו האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:עשרה בטבת היי יאר קומט אויס יאנוער איינס למספרם, אינטערסאנטע זאך

פארוואס אינטערעסאנט?

שוין געווען אמאל? אינטערסאנט אז מען ארבעט נישט געווענליך יאנוער איינס

תרצ"ט איז אויך אזוי געפאלן.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 3:57 pm
דורך כרם
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:
פער בריסטאו האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:עשרה בטבת היי יאר קומט אויס יאנוער איינס למספרם, אינטערסאנטע זאך

פארוואס אינטערעסאנט?

שוין געווען אמאל? אינטערסאנט אז מען ארבעט נישט געווענליך יאנוער איינס

תרצ"ט איז אויך אזוי געפאלן.

תשצ"ד נאך אמאל

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 5:00 pm
דורך תרנגול
פער בריסטאו האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:עשרה בטבת היי יאר קומט אויס יאנוער איינס למספרם, אינטערסאנטע זאך

פארוואס אינטערעסאנט?

די אינטרעסאנטקייט איז אז לויט דעם קומט אויס אז אין יאר 2014 איז נישטא אזא זאך ווי פאסטן עשרה בטבת...!

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 2:56 pm
דורך ענדע צדיק!
כ'הייב אן ווערן הונגעריג!