אלעס צוזאם - איר פארשטיייט מסתם - בלויז אויפן גראם!

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 5:11 pm

איך קען גראמען א פייג
איך הענג אויף א צווייג

עני וועי עלער
אזעלכע זיסע וויין פון קעלער

איך האב געמיזט זאגן שכח
איך פיץ שוין אפ מיט די רויך.
The man who does more than he is paid for will soon be paid for more than he does

אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

תגובהדורך הערשעל פאסטעכער » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 6:26 pm

נישט פשוט האט געשריבן:איך קען גראמען א פייג
איך הענג אויף א צווייג

עני וועי עלער
אזעלכע זיסע וויין פון קעלער

איך האב געמיזט זאגן שכח
איך פיץ שוין אפ מיט די רויך.

האלט דיך נישט אזוי קליין,
די גראמ'סט דאך זייער זייער פיין,
פיץ נישט אפ מיט די רויך,
די וועסט שטייגן גאר הויעך,
טוה מיט אונז דא בלייבן,
און גראמעלעך טוה ווייטער שרייבן,
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 7:53 pm

געהערט פון קראנטע קוועלער
ס'איז דא גראמען פון עללער
לאנגע שורות עטליכע פעלער

אויף נודה'ס עניוות איז ער מוחה
מיר ווילן זיין זוכה
פון דיינע טאלאנטן די הויכע

נודה אונז נישט אנטוישט
אינגאנצן איבערגענומען און בארוישט
עללער'ן באגריסט און צוריק ער שיסט

נישט פשוט זיינע שרעקליכע באריכטן
קען ער נישט פארציכטן
אויף א צווייג, עס הענגט א פייג'

צו דעם נאך צוגעקומען
אונזער פאסטוכער זיך גענומען
א באזוך אונז געגעבן אביסל אויפלעבן

איר פארשטייט מן הסתם
איר אלע צוזאם
כ'האב פראבירט אויפן גראם.......

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 8:10 pm

דער אשכול צוריק אין די הייעך
יעדער שרייבט וואס שייך
אלטע חברים און נייע
סאיז דאך אזוי א מחיה
קיינער זיך נישט האלטן קליין
פרובירן שרייבן סוועט שוין גיין
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 9:17 pm

גראמען איז נישט מיין פאך,
איי יעדער קען יא, קראך.

אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

תגובהדורך הערשעל פאסטעכער » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 9:32 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:געהערט פון קראנטע קוועלער
ס'איז דא גראמען פון עללער
לאנגע שורות עטליכע פעלער

אויף נודה'ס עניוות איז ער מוחה
מיר ווילן זיין זוכה
פון דיינע טאלאנטן די הויכע

נודה אונז נישט אנטוישט
אינגאנצן איבערגענומען און בארוישט
עללער'ן באגריסט און צוריק ער שיסט

נישט פשוט זיינע שרעקליכע באריכטן
קען ער נישט פארציכטן
אויף א צווייג, עס הענגט א פייג'

צו דעם נאך צוגעקומען
אונזער פאסטוכער זיך גענומען
א באזוך אונז געגעבן אביסל אויפלעבן

איר פארשטייט מן הסתם
איר אלע צוזאם
כ'האב פראבירט אויפן גראם.......

כי לו יאה,
איך האב שטארק הנאה...
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...

אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

תגובהדורך הערשעל פאסטעכער » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 9:33 pm

נודה לך האט געשריבן:דער אשכול צוריק אין די הייעך
יעדער שרייבט וואס שייך
אלטע חברים און נייע
סאיז דאך אזוי א מחיה
קיינער זיך נישט האלטן קליין
פרובירן שרייבן סוועט שוין גיין

שיינער ברוך הבא,
פון נודה לך...
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...

אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

תגובהדורך הערשעל פאסטעכער » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 9:35 pm

שמואל בארג האט געשריבן:גראמען איז נישט מיין פאך,
איי יעדער קען יא, קראך.

ר' שמואל בארג,
האלט אייך שטארק,
נישטא אזא זאך,
ווי ''קראך''...
די באווייז,
עס מעג זיין א גרייז,
קיינער וועט דיר נישט געבן א בייס...
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 9:46 pm

ווי א רועה נאמן,
גרייט איינצוטרעינען,
אפילו ס'הייבט ברעמען,
זאגט איר, קיין פראבלעמען.

איך האב פרובירט,
ביטע, גראטולירט.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך נובעמבער 21, 2018 10:00 pm

זייער שיין
מלא חן
פראביר נאך א טריט גיין

טו באווייזן
שיינע פראזן
צוזאמען פלעכטן
אין הארציגע געדיכטן

מיר גראטולירן
לאנגע בלעטער טו אנשמירן
לאז דיך נישט פארפירן
מיר וועלן נאך מיט דיר שטאלצירן

אוועטאר
הערשעל פאסטעכער
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף

תגובהדורך הערשעל פאסטעכער » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 11:15 am

שמואל בארג האט געשריבן:ווי א רועה נאמן,
גרייט איינצוטרעינען,
אפילו ס'הייבט ברעמען,
זאגט איר, קיין פראבלעמען.

איך האב פרובירט,
ביטע, גראטולירט.

האלט אן ווייטער,
גיי ארויף נאך א טרעפל אויפ'ן לייטער,
אנהויב גייט עס שטייטער,
אבער צום סוף ווערט דער טאלאנט ברייטער,
מען דארף נאר זיין א 'פייטער'...
איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 2:02 pm

Wייי Wיי וואס דא גייט נישט אלץ פאר,
די חברה די חברה קענען, איך פיל זיך ווי אן א פאר,
זאלטץ אלע האבן א גיטע יאר.

הערשל געטרייע פאסטיך,
נושויןגוט WOW דער באווייזטעך,
נודה מיט עלער וועררעטיך

שמאול בארג אינטערשאצטזעך
איך פיל זיך ווי א גאנצע יאצמעך
The man who does more than he is paid for will soon be paid for more than he does

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 1:29 pm

דעם נאז זיך דא אריינשטעקן
שוין לאנג נישט געווען דא אין פארברענגען ביים קוועקן
דעם דריי ווערטער אשכול האב איך געוואלט אויס טשעקן
א חורבן איך טו דארט אנטדעקן
פון אונז אוועקגעכאפט פאר אנדערע זינלאזע צוועקן
נישט געוואוסט וואו מיין האנט ווייטער צו שטרעקן
אין וועלכע אשכול אין וועלכע עקן

איך טרעפ מיך דא לחירות
ועל זקני שארית
איך זע דא אלטע פיגורן ווייטער אויף זייער שירות
אויך נייע כוחות מיט גארנישט שוואכערע פירות

ווייס איך שוין וואו צו קומען
ווען איך זוך קונץ צו ווערן באנומען
דא איז עס צוגעשטעלט אויפן העכסטן זינען
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 5:34 pm

מיין בארעגטע מינוט
ווען גארנישט זעט אויס גוט
גארנישט מיין שניט
אלעס פארקערט אין געזיכט

פארכמארט ביז גאר
יעדע מניט איז ווי א יאר
גארנישט איז קלאר
וואס גייט פאר

זיך שטארקן איך גיי
זאגן פאר די געפילן ביי
זיך געבען א באניי
איינס צוויי דריי

סאיז שוין בעסער
איך בין עטוואס גרעסער
ווי דער ארבער מיטן מעסער
ווי די שווארצער זיך דריינידיג אין די געסער
לעצט פאראכטן דורך נישט פשוט אום מיטוואך דעצמבער 12, 2018 6:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
The man who does more than he is paid for will soon be paid for more than he does

יוחנן בן זכאי
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:56 pm

תגובהדורך יוחנן בן זכאי » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 5:44 pm

שיין שנירל
באצירט טירל
גראמען בלויז
די דמיון לויז
פון ארבעל ארויס
Here it goes

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 8:46 pm

שלום עליכם יוחנן בן זכאי
מאכן זיך היימיש דא איז כדאי
טייערע חברים אזוי געטריי
אלע צוזאם אלטע און ניי
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2509
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 8:58 pm

ס'עפעס'ניש..
כ'קעניש,
פיניש!
מיינ'יש,
פון דא אוועק איך גיי'ניש
עס זאל זאגן קיינער'ניש
אז כ'טויג'ניש

אפשר מיט די צייט
העל איך אנקומען ווייט
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
הודו להשם
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו
פארבינד זיך:

תגובהדורך הודו להשם » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 12:14 pm

די אויגן
נוצן כהוגן
נישט אפנויגן
יעדע בליק געוואויגן

אין ספרים שטייט
אַיֵּה הַקְּדֵשָׁה? - ס'איז נישט ווייט
ווען אין גאס מ'גייט
מיט'ן יצה"ר מ'פייט

א מענטשעלע איז זוכה
צו מדריגות גאר הויכע
אין הימל דאן
עת רצון איז פארהאן
יענע מינוטן
זיך אויסבעטן אלעס צום גוטן


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט