אלעס צוזאם - איר פארשטיייט מסתם - בלויז אויפן גראם!

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דינסטאג מארטש 07, 2017 1:43 pm

נישט וויינען וועט צוריקברענגען אייוועלט צום לעבן
מ'דארף זיך לערנען פון דעם א מוסר השכל אין זיך אכטונג געבן
די סיבה פארוואס זיי זענען געגאנגען
איז נאר ווייל מ'איז קעגן זיי מסתמא עפעס באגאנגען
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג מארטש 07, 2017 3:56 pm

איך שטעל זיך פאר
אז שמעלקא איז פארנומען ביז גאר
מיר וועלן נאך ווערן קלאר
אז ער האט אונז אינזינען
ער וועט זיין צו געפונען
מיט ארטיקלן שפינען
פשוט צופיל צייט פארברענגט
און די טאג איז געענגט
צו טוהן אלע פליכטן
און עס צו פארריכטן
האט ער געטראכט
און אפגעמאכט
א שטיקל ברעיק צו געבן
און וועט זיין צוריק מיט געזונט צו דערלעבן.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג מארטש 07, 2017 4:00 pm

יאסעלע האט געשריבן:נישט וויינען וועט צוריקברענגען אייוועלט צום לעבן
מ'דארף זיך לערנען פון דעם א מוסר השכל אין זיך אכטונג געבן
די סיבה פארוואס זיי זענען געגאנגען
איז נאר ווייל מ'איז קעגן זיי מסתמא עפעס באגאנגען


איך האלט נישט אזוי
עס קען זיין אנדערש גענוי
פשוט ווען סצופיל צייט פארנומען
טוט מען עכ"פ א וויילע נישט אריינקומען
צו נישט ווערן פארשלעפט דא טאג און נאכט
האלט מען די ניק א וויילע פארמאכט.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דינסטאג מארטש 07, 2017 4:05 pm

פארוואס ער איז געגאנגען איך בין נישט באקאנט
איך האף אז וואס דו זאגסט איז קראנט
מ'דארף זען שוין היינט
ער זאל ווערן עוועלעבל אן א שאנד
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג מארטש 07, 2017 4:23 pm

ער האט זיך נישט אפיציעל געזעגענט פון דא
דאס האט מיך געמאכט טראכטן סאיז נאר לפי שעה
על פי רוב אויב איז די פראבלעם גילוי
קען מען טוען א פשוטע פעולה
עפענען א ניק א נייע
און ווייטער פארברענגן א מחי'ה

אגב "רביש" איז לעצטענס דא געווען
עלמיר מוזן ווארטן זעהן וואס וועט געשעהן.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דינסטאג מארטש 07, 2017 4:48 pm

כליפ כליפ

א טרער אויפן סקרין
ווי טוט מען זיך אהין,
עס טוט מיר באנג
שמעלקא איז געגאנגען א גאנג,



נאך אזאנע ווערטער פון עללער
האף איך ער וועט מאכן א יאא טורן ווי שנעלער
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דינסטאג מאי 02, 2017 8:52 pm

מיר טוען זיך פרייען מיט נחת
היינט האמיר געהאט סאכדעס
אויך שמעלקע צוריק פריש
מט רייכע סחורה אויפן טיש
מאשקע געשריצט היינט ווארע
דער עולם אין א רינג א סעקולארע
קומט צוריק נאך און נאך
האט מיר אלע א גוטע וואך...
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

לכבוד הרב @לכאורה שליט"א

תגובהדורך eller » דינסטאג מאי 09, 2017 6:59 pm

(נישט געפינענדיג קיין פלאץ ווי איך קען עס ארויפלייגן
האב כ'באשלאסן דא עס צו צייגען.)

כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא !!!

כ ' בין שוין טאקע שפעט אבער דאך קען איך מיר נאך אלץ נישט געהעריג קאנצעטרירן.
ל יגענדיג אין מיין קאפ א גאנצען צייט מחשבות מיט וואס כ'קען מיר נישט מאבילעזירן.

ה אב איך באשלאסען מיינע מחשבות פאר אייך אביסל צו מיטטיילען און אדרעסירן.
מ יט אפאר חדשים צוריק געווען א 'הערליכע ווינטער פארמעסט' וואס האט יעדעם געטוען אינטערסירן.
צ יקערדיגע און זאפטיגע ארטיקלען איינס ביי איינס, אבער דאך איינס האט ארויסגעשיינט מיט ספעציעלע שיינענדיגע קאלירן.
י א דאס איז טאקע די איך בין הונגעריג ! א געשיכטע וואס גלייבט זיך שווער אז אזוינס קען נאך היינט פאסירן.
ל יינענדיג ווי איינער לאזט זיך הונגערען נאר ווייל א צווייטענס צער טוט אים בארירן.

נ ישט זיך האלטענדיג פאר ראוי אבער דאך וויל איך אייך שטארק אפלאדירן.
פ ארן טוען אזא הייליגע שריט וואס טוט אונז ממש עלעקטעריזירן.
ש ענער ווי דעם ווי איז דען דא , מי כעמך ישראל ! מיר טוען מיט אייך שטאלצירן.

א ינאמת'ן שטייט שוין פון ספרים אז די אויבערשטער האט ספעציעל אריין געלייגט אין די נאטורן.
ח סדים גדולים, אז יעדע מענטש האט צוויי אפהעניגע באזונדערע נירן.
ת נתן במתנה צו קענען ארויסהעלפן און געבן פאר א צווייטען וואס זיינס טוט שוין נישט פונקצענירן.

מ יט מיינע גרעסטע דמיון קען איך נישט מיר נישט אויסמשלען און פאנטעזירן.
י א אז א יונגע געזונטע מענטש זאל נישט עסן און זיך לאזן הונגערן מיט שווערע יסורין.
ש ניידענדיג שטיקער באקוועמליכקייט פון זיך אלעס ווייל מ'טוט יענעמס צער און ווייטאג מיט שפירן.
ר עכענדיג זיך אז דאס איז נאר די התחלה צו וואס די ריכטיגע זאך גייט אריינפירן.
א ז מען גייט זיך נאר צוליב א צווייטע צובראכענע אידיש קינד זיך לאזן אפערירן.
ל אזענדיג אז א צווייטער זאל אויך קענען פון דיין ניר בענעפטירן.

כ 'האב נישט די ריכטיגע ווערטער און די פאסיגע מילין יקירין .
א אויסצוהייבן אייער אויסערגעווענליכע שריט וואס איר האט געטאן פראקטעצירן.
י ענע איד קען שוין יעצט ב"ה פון זיין נייע לעבן אויך געהעריג קוואלעפעצירן.
ל כאורה ! איין זאך קענען מיר אייך גאראנטירן.
ו וי גרויס אייער זכות איז נישט שייך אויסצומשלען און צו שפאקאלירן.

ק יין שום גאלד, זילבער, און געלד קען עס נישט באלענסירן.
י א ! אויך נישט קיין שום פאום אדער עד אפילו אויף די שענסטע פאפירן.
י עדעס מאל די איד טוט א מצוה טוט עס אייך אויך באצירן.
ם יט מיינע טיפסטע הרגשים וויל איך אייך דא א ברכה אויספירן.

ע ס זאל זיין די לעצטע מאל וואס אין שפיטאל מען טוט אייך פלאצירן.
ו ואס דו טוסט נאר זאלסט האבן כל הברכות בתורה אמורין.
ל עכטיגע אידיש נחת פון אלע קינדער, איידימער און שנירן.
ם יט הרחבות הדעת גערינגערהייט זיי קענען אונטער די חופה פירן.

מ יט הויפענעס געלד איר זאלט זיין פון די רייכסטע באנקירן.
ל עולם זאלט איר האבן געזונט , פרנסה, נחת, באנפה נהירין.
א ין זכות פון די געוואלדיגע מצוה זאל אונז שוין משיח קיין ירושלים אהיימפירן....
לעצט פאראכטן דורך eller אום דינסטאג מאי 09, 2017 8:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2572
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג מאי 09, 2017 7:15 pm

אזוי רירענדיג. הארצליך.
ספעציעל.
שכויעח ר' eller

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 09, 2017 7:24 pm

משוגע צו ווערן! טאלאנט וואס גיסט זיך פון יעדע אנהייב און ענדע שורה, און א שטיק הארץ!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך מאי 10, 2017 1:27 am

עללער, ס'רינט מיר טרערן פון די אויגן, אזוי רירנד און הארציג. שוין אפגערעדט פון די מייסטערהאפטיגע גראם וואס בלייבט ס'זעלבע ביי אזויפיל שורות!

וואלט נישט די גראמען געפאסט אינעם 'איך בין הונגעריג' אשכול אליין?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מאי 10, 2017 7:05 am

עס פאסט טאקע דארטן, און איך האב עס אהינגעשטעלט בשמו.
viewtopic.php?p=1438455#p1438455
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך מאי 10, 2017 11:07 am

שכח פאר די שיינע שורות
גרויס חיזוק פאר מיר איז
אבער צו אייך ידידים אין די חבורות
מן הסתם פון גרויס מהירות
האט עטץ נישט געהאט זהירות
ווייל אין די אשכול נאר גראמען ערלויבט אין איר איז
טא טריי עס אויס און פראביר עס
אבער א דאנק נאכאמאל פאר די קאמפלימענט שטארק איך שפיר עס
----
אין צו דיר טריסקער אויף דיין פראגע
האב איך טאקע געהאט די זעלבע דאגע
אבער די אשכול וואס האט געהאט א גרויסע נאכפראגע
האט מען לויט לכאורהס פארשלאגע
עס אוועקגענומען און פארמאכט
נישט מער געדאכט
אבער ב"ה צוליב דיין שאלה האסטו געמאכט
אז מען האט אונז גענומען אין אכט
אין מיר האבן דערגרייכט
אז ממש איבערנאכט
האט מען עס צוריקגעלייגט מיט גרויס פראכט
די אשכול וואס ס'שיינט אין לייכט
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
דזשעימס קאומי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 10, 2017 9:47 am
לאקאציע: אין גרויסע טראבל

תגובהדורך דזשעימס קאומי » דאנארשטאג מאי 11, 2017 2:38 pm

אויף eller'ס פארלאנג
געשפירט א דראנג
אהער צו קומען
דאס פעדער מיטגענומען
צו גראמען זיין גרייט
צו אלעמענ'ס פרייד!

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג מאי 11, 2017 3:21 pm

דזשעימס קאומי האט געשריבן:אויף eller'ס פארלאנג
געשפירט א דראנג
אהער צו קומען
דאס פעדער מיטגענומען
צו גראמען זיין גרייט
צו אלעמענ'ס פרייד!

געלויבט דער ישתבך שמך
ס'איז אונז א געוואלדיגע שמחה
צו אויפנעמען די גרויסע מומחה
איינער וואס זיין נאמען ווערט ערווענט
אויף אלע נייעסער . פאפירען און ווענט.
מיט אלע מינע שטותים שוין אלץ געבלענט
אבער ב"ה ער האט זיך גענומען אין די הענט
און אונז פון זיין טייערע צייט געספענט
מיטן אונז אנרייצען און אנציען
אז ער גייט זיך באמיען
לאמיר שוין טאקע זעהן וואס דו קענסט טוען....
הייב שוין אן מיט דיינע טאלאנט
עס צו מאכן וואויל באקאנט
פאר אלע גיטע פריינט
וואס קוקן ארויס היינט
צו זעהן צו דיין נייע זשאב איז טאקע אינטערסאנט ....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

תגובהדורך הכנעה » דאנארשטאג מאי 11, 2017 3:36 pm

איך טוה קלערן
אז מוועט נישט ברוגז ווערן
די אונהאלטספולע תגובה שעירן
מיט נאך ליינערס זיך פארמערן
און הנאה האבן זייער גערן...

דזשעימס קאומי האט געשריבן:א שיין רואיג ווינקעלע געטראפן
די דרויסענדיגע שמוץ נישט באטראפן
עס שיינט ארויס פון יעדע ווינקל
ריין מסודר אזויווי עס פאסט
אויף אן איידלקייט עס ווייזט
דא הערשט דאס אידישע פונק'ל

ווי געשמאק און טייער
חשוב איז עס זייער
אז אזא ארט איז פארהאן
תורה'דיג און אויסגעהאלטן
עס שרייט ארויס פון די שפאלטן
עס גייט אין די ריכטיגע שפאן

מיר אידן זענען דאך אויסגעקליבן
נאר מיר זענען געטריי געבליבן
אשר בחר בנו מכל עם
ביים בארג סיני צוזאמענגעקומען
דארט האבן מיר די תורה אנגענומען
נאר מיר האבן דעם זיסן טעם

דורכאויס אלע דורות שטרענג געהיטן
אלע מצוות אלע געבאטן
זיך אפילו מוסר נפש געווען דערויף
געגאנגען אין פייער למען שמו
אסאך פון אונזערע זיידעס און באבע'ס אזוי
מיטן שמע ישראל גראד אין גן עדן ארויף

אינעם היינטיגן וועלט מיט אירע שווערע נסיונות
מיט אלע מינע פראבלעמען און פגעים שונות
מיר פירן א מערכה אלע אינאיינעם
פראבירן זיך צו האלטן על דרך ישרה
פירן א מלחמת היצר אן קיין פשרה
גיין צוזאמען אויפן וועג דעם שיינעם

מיר זענען שטאלץ צו פירן א חיים של תורה
אן קיין בושה אן קיין מורא
מיר זענען די עם הנבחר
מיט דעם קענען מיר זיך האלטן
אין דעם לאנגן גלות דעם קאלטן
אזוי בלייבן מיר אן אדם המובחר

ווען מ'זעהט אזא מקום שיין באפוצט
נאר צו גוטע זאכן אויסגענוצט
אן קיין מכשולות קיינע דראונגען
שרייט זיך פון אליין ארויס בתוך קהל
זעהט נאר "מי כעמך ישראל!"
אזוי קענען מיר זיך בארואיגן

דא קען מען שרייבן און גיסן טינט
דא הערשט נישט קיין שלעכטע ווינט
דא איז פאר אונז באשיצט
דא וועלן מיר אנפילן פולע פאפירן
מיט שיינע זאכן באצירן
זייט גרייט! עס קומט גוטס!


פון דא גענומען
צו באגריסן ביטע אריבערקומען

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג מאי 16, 2017 3:28 pm

דזשעימס קאומי האט געשריבן:אויף eller'ס פארלאנג
געשפירט א דראנג
אהער צו קומען
דאס פעדער מיטגענומען
צו גראמען זיין גרייט
צו אלעמענ'ס פרייד!

וואס גייט פאר
פאר א גיט יאר ?
לויט ווי איך פארשטיי עס
פשוט געהאט א חיות
ווען מ'איז געווען אין די נייעס
אין איינמאל אנדערע נייעס איז געבוירען
(וואס בעצם אזא זאך טוט נישט לאנג געדוירען)
בוסטו געווארן פארלוירען...
מיר שטייען נאך אנגעצויגען
מיט אנגעשפיצטע אויגען
די אויערען שוין צוגעבויגען
צו זעהן וואס דער קאומי טוט טויגען
צו ער איז טאקע אזוי כהוגן
אבער ער איז אוועקגעפלויגען
און אפגעצויגען
אן אונז געבן עפעס צו זויגען.

אמתדיג נישט שיין
קוים געקומען צו גיין
מיט עפעס א באזונדערע חן
אין פיינעלי אין די גראמען אשכול אריין
מיט א תגובעלע קליין
אז מיטן פעדער טוט ער גרייט זיין
אבער ביזדערווייל א שטילקייט טוט אנגיין...
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » מיטוואך מאי 17, 2017 12:24 am

איך מיין
עס קען זיין

ער'ט געטוישט ניקס
צו "טראמפ ליעקס"
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:46 pm

אונזער טייערע חבר נודה לך,
האט מיר צוגעצייגט מיט א לינק, קום דא,

מיט די גראמען דיינע,
זיי דעם עולם מהנה,

כ'האב 2-3 גראמעלעך געשריבן,
האט ער מיר דא אריינגעטריבן,

למעשה מיין איך אז ער האט,
מיר נאר געוואלט מאכן צו שאנד און צו שפאט,

ווען מיט גראמען דו עפעס ערווענסט,
זאלסטו נישט מיינען אז דו קענסט,

דא דרייען זיך ריזן אין דעם פעלד,
וואס האבן דיך אין שאטן געשטעלט,

קענסט עפעס אנדערש פרובירן,
אבער אין גראמען וועסטו די פארמעסט זיכער פארלירן,

די חברה זענען שוין אין דעם גראמען אשכול אלט געזעסן,
און דו וועסט זיי קיינמאל קענען אימפרעסן,

אבער מיר טוט עס נישט אינטרעסירן,
כ'וועל זיך נישט לאזן פארפירן,

ווען איך טוה אין א גראם שרייבן,
איז עס בלויז פאר מיין האבי'ן,

וועל איך מיינע ווערטער שליסן,
דער עולם זאל ווייטער אין גראמען שמועסן,

א ספעציעלע דאנק פאר די נודה,
האסט מיר מחי' געווען מיטן דאס ווייזן, בין איך מודה.
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 4:56 pm

וואו איז עללער ווען מדארף אים האבן צו הייטערן די געמוטער
צו אויפנעמן אונזער טאלאנטפולע גראמער ה"ה הרב "שמועסער"
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 5:11 pm

שמועסער איז גוט
גראמען ער טוהט
ווי א זקן ורגיל
גוט גענאגלט

שמועסער טייער
איך בעהט דיר זייער
זיך נישט שעמען
פון סיי וועמען

קענסט זיך גרינג
פארמעסטן פלינק
מיט דיינע סחורה
אן קיין מורא

גיס נאר אויס
דיינע אורות ארויס
צו אונזער הנאה
ברוך הבא!


וועלקאם הרב 'שמועסער' צו די גראמען קלאב!

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 5:47 pm

נודה לך האט געשריבן:וואו איז עללער ווען מדארף אים האבן צו הייטערן די געמוטער
צו אויפנעמן אונזער טאלאנטפולע גראמער ה"ה הרב "שמועסער"

אה איך בין דא
ברוך הבא.....
יא לכבודו פון שמועסער
נאכן הערן פרעגן ווי-איז-ער
בין איך געקומען צו לויפן
טאקע אויפצונעמען הרב שמועסער אויף א שיינעם אופן
איך זאג דיר דא בפניו
אפילו דו האלסטיך פאר א גרויסן עניו
אבער כ'האלט פון אייך זייער
ווערטער אזוי הערליך רייך און טייער
האסט אונז דא געמאכט באקאנט
אז אונז האב מיר שוין נאך א פריינט
וואס האט א מוראדיגע טאלאנט
און ב"ה גענומען די פערדערל אין האנט
און געשריבן גראמעלעך וואס שיינט
טא זארגט אייך נישט
ווערסט בכלל נישט פארווישט
יעדער מיט א שטרעבן
וואס קען גראמען קלעבן
זאל זיך טאקע אהער רוקן דערנעבן
און די גראמען אשכול צוריק אויפלעבן
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2912
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 9:17 pm

אה... טריסקער זיך מקדים געווען
מיט א אויפנאמע א שיינע צו זעהן
און עלער טאקע מיט חרוזים אזוי שיין
פארן חשובן גאסט ווי עס דארף צו זיין
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 11:24 pm

אה! טאקע דו שמועסער.
אזא טאלאנטפולער, אזא זיסער.

טאקע דיך געהאט אינזינען.
א קאמפלימענט דיר צו שפינען.

באמערקט דיינע הערליכע שטאף.
ווינטשנ'דיג פאר סאכדעס א מזל טוב.
לרגל עלותו לשר עשרות אלפים לרוב.

יעצט אונזערע אויגן צו דיר געווענדעט.
דיינע גראמען דורך יעדעם רעקאמענדעט.

שרייבט ביטע נאך שורות.
און ווער נאר מיט א פעדער בלשון ברורות.
זאל זיך אויך אנשליסן בתדירות.
אריינצוברענגן אינעם עולם א פנים מאירות.
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:13 pm

געווען א ליקוי חמה,
איר האט מיטגעהאלטן מסתמא,
א היסטארישע א אויסנאמע,
יעדע געשעפט ארויסגעלייגט א רעקלאמע,
געווען א ריקאל אין הכי נמי,
אבער אונזער גלעזער איז די גוטע אויסנאמע,
פון די בעסטע סאמע,
די גאנצע משפחה צוזאמען מיט טאטע מאמע,
מיטגעהאלטן די זוה'ןס ווארעמע אויפנאמע,
אריבער געלאזט די לבנה די איינזאמע,
אפגעשפיגלט אן הערליכן פאנאראמע,
געווארן א פארטונקעלטע דראמע,
עטליכע אפילו אנגעטוהן די פעזשאמע,
ידענים גע'דשנ'ט מילתא בטעמי,
זה אומר כה וזה כה, כמחלוקת הלל ושמאי,
דאס איז מיינע ווערטער קורצע און שפארזאמע,
שקויעך ענק אלע פארן זיין געהארכזאמע,
כ'האב מער נישט קיין גראמען ווירקזאמע.
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], נאו נעים און 10 געסט