אלעס צוזאם - איר פארשטיייט מסתם - בלויז אויפן גראם!

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך וואלט דיר געראטן
עס וועט דיר זיכער נישט שאטן
זאלסט טוישן אוועטער גיך
דער נערווירט מיך
ער פירט זיך ווי א גוי
מיט אלע קריסטן גענוי
מעג זיך רופן רבי אדער אדמו"ר
נישט ווערט מער ווי עם הדומה לחמור
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

רביש האט געשריבן:ער האט מיר דעררציילט אז דאס איז די רבי פון מאלטא
און ער זאגט אז ס'איז נייעס נישט אלטע

ווייסט איינער מן הסתם
פון ווי איז זיין אפשטאם
זאל איינער מיר טוען א באגנאדונג
ווייל ווער ער איז האב איך נישט קיין אנונג


דער מאלאטא רבי איז היבש א ווילדער
איך האב פון אים אסאך בילדער
ער וואוינט אויף אן אינזל נעבן איטאליע
און פראוועט דארט מיט זיין פמליא
ער שערט זיך נישט אפ קיינמאל זיין האר
ער איז ווילד באוואקסן ביז גאר
מיט א קוטשמע א גרויסן אויפן קאפ
און הענטשוך ווייסע פון זיינע הענט גייען קיינמאל אראפ
ער שרייבט זיך אונטער אלס פועל ישועות
און אסאך מענטשן וויינען צו אים מיט בכיות
א קייטל פון קמיעות אויפן האלז עס הענגט
און זיין אינטערעסאנטע הנהגה פול וואונדער עס ברענגט.
אויך גייט ער מיט ספעציעלע שיך גאר אינטערעסאנטע
וואס נאר דער פויפסט זעלבסט טראגט אזא סארט עלעגאנטע
א שטעקן פול מיט שמות אויסגעקריצט ער האלט
און זיין התנהגות איז ענליך צו גלחים און קריסטליכע מאנאכן אין וואלד
ער איז זייער מאדנע און אינטערעסאנט
און איבער זיין ביאגראפישע שטריכן איז נישט צופיל באקאנט.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

רביש האט געשריבן:יעצט געהערט פון א חבר אין אישי
זאגט ער מיר אז סאמטינג איז פישי


סארי אז ב'האב דיר נישט געענטפערט אין אישי אליין
זאלן זיך נאך אידן מחיה זיין
הערן פון א איד מאדנע ביז גאר
וואס דו טראגסט זיין אוועטאר
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

נאכ'ן דורך גיין אזויפיל רדיפות
פרובירט אנקומען צו מיין שאיפות
איך האב די גאנצע עוילעם געטון רופען
מ'זאל אויפזיכן ציווישן די בעסטע פרצופין
עפעס א בילד פארן אוועטאר
און איך זאג אייך קלאר
איך בין נישט קיין ליגינער
מ'האט מיר דא צאמגעברענגט יעדער מישיגינער
קודם איזמיר אויפגעקומען דא איינער
וואס דער איז געווען א נושא נישט א קליינער
שפעטער האב איך דעם מאלטא רבן זיך באגעגענט
און אויך פון אים האב איך מיר שנעל געזעגנט
יעצט בעזר הוי"ה יתברך
האב איך דורך געקוקט די גאנצע שלחן ערוך
און קיין פראבלעם איז נישטא טוה איך האפן
אויף די בילד וואס איך האב ענדליך געטראפן
א יוד מיט וואס איז נישט אריבער די שואה
נאר סטראקעס מיט אבעקיטשע א בלויע
מיט זיינע אויגן גרויס
האלט זיך אז ער האט יעדע זאך ארויס
און מ'זעט אין די אויג זיין שווארץ אפל
און קוק נאר גוט אויף זיין גרויס קאפל...

איך וויל דאס מאהל
הערן פונעם גאנצען ציבור דעת הקהל
איך בעט מ'זאל ויפהייבן די טאן
מיר זאגן וויאזוי עטס קוקטס עס אן

און ווער ס'וויל זאגן
אז עס איז נישט גוט וויל ער קלאגן
זאל ביטע נעמען די כיבוד געטריי
און שאפן א אוועטאר א ניי
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

איך האב נישט קיין נייע פאר דיר
אבער טוה דאס נישט צו מיר
קודם די איצטיגע אראפנעמען
איך האף איך טוה אייך נישט פארשעמן
בעסער ליידיג אויפדעווייל
וויאיידער אייער פרעסטידז אראפברענגען 100 מייל
אייער שיעור אין מאור עינים טוט א הערליך רוחניות בילד אהערשטעלן
און א רעספעקפול בילד וועט בעסער געפעלן
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

האב איך שוין גאזאגט
אז די האסט אומזיסט געקלאגט
און זאל זיך דיינע האר פון קאפ אויפשטעלן
און אפילו די גייסט גאר שטארק וועלן
וועל איך נישט מיין אוועטאר נישט בייטן
אפי' די וועסט אויף מיינע נערווען רייטן
נאר מיט איין תנאי
און איך בעט דיר טאקע הלואי
אז די וועסט מיר א צווייטע דערלאנגען
טראכטן וועל איך אנפאנגען
און אויב די קענסט ממש נישט געבן א קוק
וויל איך דיר בעטן זיי נישט גורס מיין ניק

סתם סתם הרב נודה לך
איך האב גארנישט געמיינט יעצט דא
נאר פשוט פון טוישען אוועטאר'ן בין איך נמאס
און משלים זיין מיט די מצב ממוז
איז פארגעס וואלט איך דיר געראטן
הכו"ח אני הקטן
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

די מח איז מיר אזוי צושפרייט
און די נערוון איז מיר אזוי צעשרויפט
אין רוסלאנד וואלט מען און אזא צייט
א גלעזע וואדקע אריינגעזויפט
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

מיט א גראם זיך אויסטשוכען
אזוי טוט א חכם

מיט שיינע חרוזים געשריבן
ווערט די מרה שחורה פארטריבן

אין דעם אשכול מ'קומט אריין
פארגעסט מען פון יעדע פלאן

מ'ווערט פריש און דערקוויקט
ווען אין דעם אשכול מ'גיט א קוק...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

איך האב מורא
אז שמעלקא מיינט לכאורה
אז א חכם איך בינישט
ווייל מיט א גראם זיך אויסטשוכען איך טינישט
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

איז מיר פיין און וואויל
אז איך האב איצט געטראפן דעם אשכול
ווי מען טוט זיך איינער דעם אנדערען גריסן
און פארשטייט זיך מיט גראמען זיך אויסשמועסן

״איי״ דאס איז דאך א ״וועלט״
אזוי גוט אהערגעשטעלט
אזויפיל ידיעות פון דא איך לערן
היסטאריע, תורה, און שיינע מוזיק טוט מען הערן.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

אזוי לאנג האט גענומען פארן "גראמער"
צו טרעפן וואפארא שיינע אשכול אונז האמיר
אז דער גראמער אליינס איז דא
ווארט מיר אויף אט די שעה
וואס דער גראמער וועט זיך אויפשטעלן
און לאזן הערן די חרוזים, אויסהערן מיר וועלן
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

א שטילקייט האט דא ארומגענומען
זעהט אויס דער עולם איז פארנומען
די הייליגע יום טוב צו אויסניצן כדבעי
מיט מצות היום כיאות וכראוי
פארברענגען מיט די משפחה
להלל ולהודות כהלכה
זאל מען זיין פארנומען מיט גוטע ענינים
ימי שמונה קבעו שיר ורננים
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

שוין לאנג נישט געווען דא געסט
דער ציבור איז פארנומען
מיט די שרייב פארמעסט
וואס האט דעם אויבנאהן פארנומען
צו זען ווער קען די בעסט
און די טיטל ראשעקאל באקומען
יעדער מיט דורשט שלינגט און הונגער עסט
די סחורה וואס ליגט אינדערינען
דערפאר איז פארלאזט און פארנעסט
די גראמען אשכול וואס פלעגט איבערינען...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

יא יא די עוילעם דארף זיך אנגראטלען פון פריש
נישט זיך באהאלטן אונטערן טיש
מ'קען זיין ביזי מיטן פארמעסט און שרייבן דא אויך
ווייל הערן גראמען פון די עוילעם איך ברויך
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אז רביש בעט אזוי שיין א גראם
קומט זיך אים עס מסתם.

אוי לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ
טאנץ אריין אין דעם טאפ
באק דיר אפ זייער זייער פיין
דערנאך וועסטו אין ביר אריין.

יוונים ווונים
א פאטש אין פנים
אזי
עס קומט זיך פאר זיי...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

אזוי שיין א גראם א קלארן
דערמאנט מיינע יונגע יארן
אבער איך האב מיר געטון רישען
אויף איינע פון דיינע חידושים
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

שוין לאנג נישט דא געווען
נישט אז כ'האב עס פארזעהן
נאר פשוט פלעין
ס'קען ביי יעדעם געשעהן
איך האב כמעט נישט קיין צייט
צו קוקן אויף די זייט
אפילו כ'האב אזויפיל הנאה געהאט
נאר וואס טאקע פשט
דא טוט זיך ס'דרייט זיך איבער א וועלט
די אלע נייעס וואס מען האט לעצטענס דא ארויסגעשטעלט
יעדער שרייבט דא וואס אים געפעלט
איינער קריגט זיך מיט דעם אין דער אנדערער קוועלט
און ווער רעדט נאך ווען ס'איז די פארמעסט אנגעקומען
איז מען דאך פארשטייט זיך נאר מיט דעם פארנומען
אזוינע שיינע זאכען נישטא אויף וואס צו קרומען
און מען דארף דאך זעהן פארוועם צו שטומען
ווער קען נאך דעמאלס דא אריין קומען
בפרט אז איך בכלל נישט קיין צייט איבריג
אין צו ליינען די אלע וויכטיגע זאכען איז מיר גענוג
ממילא אריין צוקומען אין דער אשכול האלט איך מיר צוריק
אבער יעצט ווען איך האב געזעהן אז דער ניק
הרב הגאון המפורסים רשכבה"ג מורינו הצדיק
כ'מיין איך האב שוין געריבן גענוג שטיק
הרב רביש וואס האט א גרויסע חשובות
איז אנקומען צו 250 הערליכע רייכע תגובות
האב איך קיין ברירה ניט
אין איך דארף טוען די ריכטיגע שריט
אין אים געבן א מזל טוב אין זיין מינוט
א ניק מיט אזא שיינע שניט
נאכדערצו מיט אזא רבישע אפעטיט
וואס יעדער וואס האלט נאר מיט
זאגט אז עס איז אויסטערליש גיט
נו אלץ הכרות הטוב
נאכן אונז געבן אזוינע שיינע אין גיטע שטאף
איז אונז א חוב
אים צו געבן א גרויסע מזל טוב !
איך זאג דיר דיר נישט קיין בלאפ
מיר ווארטן אויף נאך .מיר קוקן שטארק ארויס דערויף.
...
לעצט פארראכטן דורך eller אום זונטאג יאנואר 01, 2017 5:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

איך האב פרובירט מיט אלע מיטלען
צו פארשטיין די אלע טיטלען
וואס די האסט מיר פארגונט
זאלסטו נאר זיין געזונט
זאלסטו וויסען אז פון דיר און פון יעדע ניק
שעפ איך גרויס חיזוק
עס געבט מיר די עהרע צו שרייבן
און אויף אידישע וועלט בלייבן
ס'האט ביי מיר א שטארקער ערך
צו ווייטער גיין אויף דעם דרך
איך קוק מיר אויף מיין זייגער
איך עפן די הויזן טראגער
איך דארף שוין באלד כאפן א געלייגער
אויב וויל איך נישט בלייבן אויף ווי ר' עקיבא אייגער
חוץ פון דעם אז איך האב דאך קינדער וואס לויפען נאך ווי א וויידעל
זיי ווילען שוין שפילען דריידעל...
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

זאת חנוכה אויף דער וועלט
אזא לעכטיגן יו"ט ב"ה אריבער
פון די גרויסע אורות מ'שעפט און קוועלט
עס טוט אויפהייבן עטליכע טפחים דעם ציבור!

א יו"ט פול מיט תוכן אנגעפולט
אין א זייט אויך אן עונג גשמי צוגעלייגט
ווען אין די שלייער פון אוועקשטיין פונעם יווני איינגעהילט
האט אונז דער כשר'ער הערליכער "אייוועלט פארמעסט" באגלייט!

דער שפראך איז ארעם און דער ווערטער בוך ליידיג
ווען מ'וויל אויסדרוקן די געפילן וואס רוישן מיט גרויסע כוואליעס
מיר געדענקען דער עיקר תורה ויראת שמים איז ערשט ביי אונז אייביג
און מיט דעם דערקוויקט זיך קודשא ברוך הוא און זיינע ריזיגע הייליגע פמליא'ס!!!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

נאכן אזויפיל צוגעבן צו די אשכול. פיל איך אז כ'דארף עס דא אויך ארויסברענגען מכח אל הפועל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ש א שא !! יעדער זאל זיין שטיל נישט רעדן שרייען אדער ברומען.
מ אכטס פלאטץ הרב שמעלקא זאפטיגער איז צו טויזענט תגובות אנגעקומען.
ע ס איז נישט פארשטיין קוים ארויפגעשווימען דא אויפן וועלט.
ל אזט זיך אבער זאגען אז ער האט א פרישע גיטע ליפט דא ארויפגעשטעלט.
ק יין אין הרע אבער אזוי טאלאטפול אזא געשמאקע פען אין שפראך.
א לע זיינע טויזענט תגובות אזוי הערליך און רייך.

ז אכליכע ארטיקלען, היסטארישע קאפיטלען,מיט אלע טיטלען.
א פגערעדט זיינע גראמען, אזוי קונצליך צוזאמען,עס האט דאך אלע טעמים .
פ ון ווערטלעך ביז קריטיק, נייעס און פאליטיק, איבעראל ווי מען געבט נאר א קוק.
ט רעט ער דארט אריין, מיט די געשמאקע חדושים זיין, ס'לאזט איבער א ספעציעלע שיין.
י א פארפאלען אז טויגליך מען איז, ארויסזאגען מען מוז, דיר צו בארומען איז מיר א זכות.
ג עבסט דאך אזויפיל צו דא, יעדע מינוט אין שעה, האבן מיר פון אייך הנאה.
ע ס איז כשמו כן היא, זאפטיג יעדע פון זיינע ווערטער דאהי, די נאמען איז אמת ביסט עס ראוי.
ר עכסט אונז באמת אויף, מיר קוקן עס שטארק ארויף, אויף די הערליכע תגובות דערויף .

מ
יר ווילן אייך נאר בעטן, זאלסט נישט פון דא אפטרעטן, נאר מיט דיר דא א ספעציעלע חשובות הא ט .
ז יי גארנישט משנה, אונז ווייטער זיי מהנה , מיר קוקן גאר שטארק ארויף דערצ ו
ל אמיר אלץ הכרות הטוב , ארויסווייזען אונזער חוב, און אים אויסשרייען א הויכע מזל טו ב !!!!!
לעצט פארראכטן דורך eller אום דינסטאג יאנואר 03, 2017 2:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

אפגעבן א מזל טוב פאר די @זאפטיגער
איז יעדעמס באגער
טויזענט תגובות דעגרייכט
די גאנצע אייוועלט באלייכט
ווי מגייט און ווי משטייט
שמעלקא לייגט צו א האנט
בפרט אין תורה'דיגע היסטאריע
שטעלט ער יעדע וואך צו א שיינע טעאריע
איך בין זיך מצטרף צו אלעמענס בקשות
פין דא זאלסטו נישט אפטרעטן ווייל די עולם וועט שיעור פאלן חלשות
מזל טוב
מזל טוב
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

און די היגע אשכול'ן
אינטערעסאנט אויף צו מערקן,
אז אין די גאנצע פארמעסט
איז נישט דא קיין שום טעיסט,
פין די ווינטל וואס האט זיך לעצטענס אראפגעלאזט
די עולם האט זיך דא אביסל צולאזט,
צו באגראמען יעדע זאך
איז געווארן די פאך.
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דאס איז נישט קיין שאלה
אז איך דאנק אייך אלע

פארן אנערקענען אין מיין ארבעט די שווערע
און באשקויעחן מיט קאפלימענטן מערערע

אבער דער אמת דערצייל איך טאקע
עס איז פאר אייך נייעס אפשר נישט אזא געשמאקע

אבער איך הייב אן צוליב פארשידענע סיבות צו זען
אז מיינע באזוכן אויף אייוועלט וועט נישט אזוי אפט קענען געשען

דערווייל בין איך נאך דא ביז נאכן ווינטער שרייב פארמעסט
צו זען צו דער עולם האלט במסתרים אויך אויב זאפטי איז די בעסט

אז נישט בלייבט מיר אלע געזונט און שטארק
האט הנאה ווייטער צו שטייגן אויף דעם קאלירפולן בארג

בפרט אין די לעצטע צייט
וואס חדשים לבקרים יעדע טאג כמעט

קומען מיט א פרישקייט א רייע מיט פרישע ניקן
און טוען גאר זאפטיגע און מאסיווע סחורה אריינשיקן

ממילא וועט נאכאלץ זיין גענוג וואס צו ליינען
אזוי אז ס'א שאד מיר צו באוויינען...
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע: איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

ניין ניין ניין ניין ניין!!!!
אונז טארן דיר נישט לאזן גיין
חס ושלום זאלסטיך נישט געוואגען
ווייל מיר וועלן עס נישט פארשווייגען
די ביסט באמת איינגערעדט
אז איינער אזוי ווי דיר קומען וועט
די טארסט נישט פאר אונזער וועלטל געבן א גט
מיר האבן פון דיר גרויס הנאה
איז חברה ס'גייט ארויס א מחאה
ווייל אויב גייט ער פון דא גיין
גייט זיך נישט אויפהערן די געוויין
טוה מיר א טובה אונזער זאפטי
את דבריך מה אהבתי
איך האף די וועסט מיר פארשטיין
און נישט זיין צו אונז אזוי געמיין
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

דו טוסט אזוי וויינען און ברעטשן
אין דיין קאפ דו טוסט זיך שוין מעטשן

אז איך מאך א ביי ביי
און פון אייוועלט איך גיי

א שאד זאלסט זיך מוטשען
און צו מיין אוועקגיין זיך רישן

איך האלט נאכנישט ביים פאקן פעק
ס'האלט נאכנישט ביים אוועקגיין בעק

פשוט מיינע פלענער אויף ווייטער כ'טו שפעקולירן
אז די באשלוס וועט לויטן פארמעסט זיך טון באזירן

האלט אייך רואיג מאכט נישט קיין פראטעסטן
זייט גערישט אויף אלעם און האפט אויפן בעסטן...

דערווייל לאמיר גראמען אינאיינעם
און נישט פארשמירן דעם אשכול די שיינעם

א שאד צו דעבאטירן נארישקייטן
און זיך באציען מיט טעראר איינער צום צווייטן!
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”