א ווייטאג...

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

א ווייטאג...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

כ'מיין אז איך דארף אייך נישט צופיל ערקלערן. דער היינטיגער טאג איז דאך נישט עפעס בלויז אן איינפאכער טאג אויפן האריזאנט,
ס'איז דאך זונטאג
+ ס'איז ממחרת אן אזוי גערופענער פארברענג...
+די שווארצע דיקע וואלקענעס וועלכע האבן זיך צעשפרייט איבערן קלארן בלויער הימל
= דריי פונטלעך [כזה] ... און פילט אליין אריין אייער צושטאנד...

אבער, אחי ורעי, מורי ורבותי, טייערע ידידים, חברים, קרעטשמע זיצער/שמועסער/פארברענגער/וויילער און וואס אלץ איר ווילט. לא בשביל זה באתי, נישט צוליב דער אויבנדערמאנטער סך הכל בין אצינד געקומען. ניין, נישט דער גיסטע האט מעך געשטופט אצינד זיך צונעזאם צונעמען אלע מיינע אויסגעדינטע כוחות און זיך אראפזעצן עפענען אטא דער אשכול. ניין! און אויסדריקלעך ניין! צוליב די סיבה אליין האב איך דאך שוין אין די לעצטערע תקופה געגרינדעט א מעיאנטיק מיט אשכולות און תגובות, טא צואוואס נאכאיינס? נישט אזוי? כ'מיין, סתם אייך צו קריכן אויף די נערווען בין איך דאך נישט דערביי, און כ'האלט גאר אז מ'טאר דאס נישט טאן, ווארן די טעמע קריכט דאך שוין ארויס פון די נאז לעכער און ס'שוין נישט אינטערסאנט. כ'מיין, אז כ'מעג שוין אויפקומען מיט עפעס פריש'ס. אמת? יא, אמת! און טאקע מהאי סיבה האב איך מקדים געווען אז לא בשביל זה באתי.

טא בשביל מה באתי? וואס איז טאקע דער אורזאך וואס האט מיר באוואויגן צו עפענען אטא דער פריש געשאפענער אשכול, אונטערן קעפל "א ווייטאג", צולייגנדיג דער אריינפיר מיטן חשבון פון א פלוס און עיקוועלס? (גוט געזאגט עיוועלס?) אט הערט:

אמת, דער היינטיגער טאג איז מיר א מורא'דיגער פראבלעם, און טאקע דערפאר ווייל דער פראבלעם איז גוברות והולכות האב איך באשלאסן זיך אריינצוזעצן אין דער קרעטשמע און אביסל אפאטעמען. ס'הייסט, כ'על זיך זעצן אין דער ווינקל און אביסל פארקירעווען מיינע מחשבות פונעם עולם הווירקליכאלי און איר אריינפירן ראשו ומוחו אינעם עולם הווירטואלי.

כ'אזעך א שטייגער געמשל'ט ווי איך זע אצינד ווי 'אנדי' שטופט דעם חבוי דארט, און דער חבוי דארט שטופט דעם שכן זיינעם, און דער שכן, ווידער, שטופט די צייט... וכמה דאת אמרי אינשי: "איך שטופ דיך און דו שטופ די צייט"...

און ליידער, ליידער, צום סוף, מה עלתה בידי? גארנישט! בגפי באתי ובגפי אצא...

ס'זיצן זעך דא אזוי 10-11 רשומים בשמיך "ניק'עס", טייל באתגליא און מערסטענס באתכסיא, און גארנישט! ס'שא שטיל א ווי כאילו ס'וואלט יעצט געווען אינמיטן א שיינעם יום הבהיר וואס דער עולם איז פארטאן אין עפעס א גוט געשעפט...

נו, פרעג איך אייך איז דאס נישט קיין ווייטאג?!

זיץ איך דא אפ אביסל נהנה צו זיין, און נישט נאר איך, זען זע איך גאר אז ס'געפונען זיך דא אפ א שיינער ציבור יודן, און גארנישט! ס'שא שטיל...

נו, גיי ווייטאג...
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איי עם אלל די וועי ווי יו זארעך, יעצט רעכן איבער..

זארעך
+פלוס מיללער
=איקוועלס, זארעך מיללער........

שוין אויס וויי-טאג?

פריער איז געווען א טאג פון וויי, פשוט און שיעף, וויי אין די ווארלד איז סאו עמפטי היער? וויי איזנט עניוואן ריספאנדינג?

יעצט איז אנאנאדערע מעשה, עס איז ווי אבדה זארעך.....

[גענוג שטוסים?]
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

Re: א ווייטאג...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

זארעכפעפער האט געשריבן:און טאקע דערפאר ווייל דער פראבלעם איז גוברות והולכות האב איך באשלאסן זיך אריינצוזעצן אין דער קרעטשמע און אביסל אפאטעמען. ס'הייסט, כ'על זיך זעצן אין דער ווינקל און אביסל פארקירעווען מיינע מחשבות פונעם עולם הווירקלי"כאלי" און איר אריינפירן ראשו ומוחו אינעם עולם הווירטואלי.

כ'אזעך א שטייגער געמשל'ט ווי איך זע אצינד ווי 'אנדי' שטופט דעם חבוי דארט, און דער חבוי דארט שטופט דעם שכן זיינעם, און דער שכן, ווידער, שטופט די צייט... וכמה דאת אמרי אינשי: "איך שטופ דיך און דו שטופ די צייט"...

ס'זיצן זעך דא אזוי 10-11 רשומים בשמיך "ניק'עס", טייל באתגליא און מערסטענס באתכסיא, און גארנישט! ס'שא שטיל א ווי כאילו ס'וואלט יעצט געווען אינמיטן א שיינעם יום הבהיר וואס דער עולם איז פארטאן אין עפעס א גוט געשעפט...

זיץ איך דא אפ אביסל נהנה צו זיין, און נישט נאר איך, זען זע איך גאר אז ס'געפונען זיך דא אפ א שיינער ציבור יודן, און גארנישט! ס'שא שטיל...

נו, גיי ווייטאג...


אייביג מיין איך אז מען מיינט מיר?

אצינד, מיין טייערער רבי זארעכ.
ווי איז דער דין ווען ווייסע וואלקענעס צושפרייטן זיך, אבער צו באלאנסירן דעם ווייס-שווארץ קאנטראסט, וואס שאפט אויטאמאטיש אן אויבערהאנט פאר די שווארצע וואלקענעס, קומט צו דער פאקט אז דער ווייסער האט זיך נישט באגעניגנט, מיט דעם פריווילעגיע וואס ער האט צום גוטן, אז ער האט די ערלויבעניש ארומצושוועבן אין די אויבערשטע ספערן ווי אין טאטענ'ס וויינגארטן, נאר לכבוד יום ב' שהוכפל בו המעונן'ס, איינס לשם חנוכה און איינס לשם ראש חודש, האט ער זיך צושפרייט מלא על כל גדותיו, אז ס'האט זיך איבערגעגאסן פונעם הבדלה בעכער, ביזן כדור הארצי, לכל יושבי הארץ.

דאס איז פשט אין פסוק ושאבתם מים בששון, די שואבי מים האבן געמאכט ששון...

אגב, קען מען עס א נאמען געבן, "יום המעונן נומער צוויי".

מילער, רעד מער די שפראך, דאס שאפט הנאה, פאר אזעלכע וואס נוטיגן זיך אין שטופעריי. אז דו קאנסט איז דאך א שאד נישט צו נוצן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די ווייטאג איז אז איך בין נעכטן געווען ביזי בזיונות, און דערפאר האט די קרעטשמע מיינער נעבעך אזוי אויסגעקוקט.

בכלל, דארף מען זעהן עפעס צו טאן מיט די קורצע חנוכה טעג, וואס קוים נאך עלינו פון שחרית קען מען שוין גיין פריש אין מקוה פאר די חנוכה ליכט.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

זארעכ, דו ביסט דען נישט חבוי? וואס ווייטאגט דיר?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”