בלאט 1 פון 2

לייג איך אוועק מיין מקוה האנטוך?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 10:50 am
דורך טשאלענט
גייענדיג היינט אין מקוה האב איך אויפגעכאפט אן אינטרעסאנטע זאך...

איך האב זיך אומגעקוקט אויף די שמוציגע האנטוכער אויף די ערד, און געקלערט אז די זעלבע אידן וואס לאזן די האנטוכער אויפן פלאר קומען נאכדעם און רעדן זיך אפ אז די האנטוכער זענען שמוציג און אויסגעדינט.

בכלל די גאנצע פרשה ארום די האנטוכער איז א זאך וואס מען דארף צונעמען אויף קליין געלט...

אנגעהויבן ביי די מקוואות וואס געבן א אויסוואל פון אלע מיני האנטוכער וואס יעדער קען זיך אויוועלן לויט זיין עידש\ משפחה\ גערוך\ פערסענאליטי\ הייעך\ בארד\ רעקל א. א. וו.

מען קען דארטן טרעפן אן אויסוואל פון קאלירן און פארומס, געלע גרינע בלויע ווייסע און שווארצע, גאנצע\ צוריסענע\ באקסעדיגע\ טרייענגל\ המן טאשן\ מצה טאשן\ טרעקטארס און נאך און עס קומט ארויס יעדן טאג נייע ווערזשענס...

עס זענען דא וואס קומט מיט האר אינווייניג אדער אן האר...

ווידער אום זענען דא מקוואות (געווענליך די 'בעסערע' מקוואות) וואס נעמען שוין פון יענע נייע קאמפאני וואס פארדינגט האנטוכער, זיי ברענגען און פיקן אויף, זיי וואשן עס אויס, א. א. וו.

אבער הצד השוה פון אלע מיני האנטוכער איז אז 50% ווישט אפ נאכן זיך אפווישן אויך די זייף, און 90% לייגט אראפ אויפן ערד די האנטוך און מען טרעט ארויף דערויף לקיים מה שנאמר ככה יעשה להאנטוך... (אויסער אין די קאנטריס ווי די מקוה שטעלט נישט צו קיין האנטוכער, דעמאלטס ברענגט מען מיט אייגענע, און דו וועסט כמעט נישט זעהן איינער וואס טרעט ארויף דערויף, טאמער יא ביטע פאר דיין טובה וועגן גיי זיי בודק טאמער ער האט נישט אפגעצויגען מיט קיין צווייטענס ווייל מארגן קען ער נעמען דיינס...).

באמת קען איך נישט קיין טענות האבן ווייל איך טוה אויך די זעלבע, (איך האב לעצטענס געזאגט פארן משמש ביי אונז אין ביהמ"ד אז טאמער וויל ער אז דו האנטוכער זאלן זיך האלטן לענגער זאל ער ביטע זיכער מאכן אז די ערד זאל נישט זיין שמוציג...) אבער נאכדעם לאזן רובא דרובא אידן די האנטוכער אויפן פלאר, און עס ווערט צוטרעטן פון אנדערע אידן...

אויף דעם איז שוין נישט דא די תירוץ אז די פלאר איז שמוציג... אפשר קען מען ענטפערן אז ישראל קדושים און זיי יאגן זיך זייער שטארק ארויס פון מקוה, אבער למעשה זעה איך וואו ער מאכט זיך נאך די פייקעס, און ער שיקט נאך א טעקס.

ממילא סתם פאר אינטרעסאנטקייט וויל איך דא זעהן וויפיל פראצענט פון די אידן לייגן די האנטוכער אין די ספעציעלע מיסט קאסטענעס...

ביטע גיבט אפ אייער שטומע, און דערנאך לאזט דא הערן אייער מיינונג...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 10:53 am
דורך איש חמודות
וואסערע שייכות האט די אוועקלייגן די האנטוך מיטן יא אדער נישט לייגן די האנטוך אונטערן פיס?

איך קען נישט שטימען, ווייל מיין אפציע איז נישטא דא!

איך לייג די האנטוך אונטער מיין פוס נאכן זיך אפווישן, אבער נאכן זיך אנטון לייג איך די האנטוך אין די ספעציעלע קאסטן

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 10:57 am
דורך טשאלענט
איש חמודות האט געשריבן:וואסערע שייכות האט די אוועקלייגן די האנטוך מיטן יא אדער נישט לייגן די האנטוך אונטערן פיס?

איך קען נישט שטימען, ווייל מיין אפציע איז נישטא דא!

איך לייג די האנטוך אונטער מיין פוס נאכן זיך אפווישן, אבער נאכן זיך אנטון לייג איך די האנטוך אין די ספעציעלע קאסטן

דו קענסט שטימען אויף 2 אפציעס!

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:09 am
דורך וואוילע שעפעלע
וואף... דער טשאלנט האצעך אויפגעריסן... חברה, ס'קומט גוטע צייטן!!

איך האב געשטימט יא אוועקלייגן -נישט אונטער פיס

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:12 am
דורך יאצמעך
אנדערע מיינען אז דאס איז זייער פערזענדליכע טאש טיכעל..

די פראבלעם פון די האנטעך אויף דער ערד איז נישט נאר די שאדן פון די האנטעך נאר די אויב קומט די אינשורענס קאמפעני אראפ פאר א אינספעקשאן (מעשה שהיה) און ס'פליען האנטעכער אויף דער ערד, גייט די פרימיום זייער שטארק ארויף.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:18 am
דורך טריסקער
טשאלענט, א שפראך ;l;p-

געשטימט: אוועקלייגן ס'האנטעך, און מאכן מיט דעם א ככה יעשה...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:19 am
דורך טשאלענט
טריסקער האט געשריבן:טשאלענט, א שפראך ;l;p-

געשטימט: אוועקלייגן ס'האנטעך, און מאכן מיט דעם א ככה יעשה...

פאר דיר קומטזיך אן עקסטערן שכח...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:22 am
דורך טריסקער
טשאלענט האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:טשאלענט, א שפראך ;l;p-

געשטימט: אוועקלייגן ס'האנטעך, און מאכן מיט דעם א ככה יעשה...

פאר דיר קומטזיך אן עקסטערן שכח...

אז ס'גייט זיך גיסן אזעלכע סחורה פון דיר אפט, דאן אדרבה! דיר דארף מען דא!!

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:24 am
דורך קעניינעהארע
איך האב יעצט געשטימט, איך לייג אייביג די האנטוך אונטער מיין פוס, און איך לייג עס אוועק נאר ווען איך געדענק,
אפשר יעצט נאך טשאלענט'ס אויפוואכונג וועל איך מער געדענקען עס אוועק צולייגן[offtopic]איך מיין אז מען דארף מאכן אנקעטע ווער עס האט ליב טשאלענט'ס תגובות (איך מיין אז עס איז בעסער ווי א פליישיגע זאפטיגע טשאלענט)[/offtopic] :lol: :lol: :lol:

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 4:01 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
אז מרעדט שוין פון די נושא, נעכטן (פערצופאל) זיץ איך אויפן באנק אין מקוה קומט אריין א יונגערמאן ער גייט צו צום באנק סיז געליגן דארט צוויי געניצטע האנטוכער סיז געווען א עק סאו 5 אינטשעס פון אים איז געווען א ליידיגע קען אריינצולייגען די געניצטע האנטוכער, ער כאפט אן ביידע האנטוכער מיט די הענט און טראסקעט עס אראפ אויף דער ערד נעבן מיר, איי מין אביסל מענטשליכקייט!! מילא ער עקלצעך וואלט איך פארשטאנען, ער האט עס אבער אנגעכאפט מיט די גאנצע הענט!! גיי פארשטיי..

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 5:00 pm
דורך טשאלענט
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:אז מרעדט שוין פון די נושא, נעכטן (פערצופאל) זיץ איך אויפן באנק אין מקוה קומט אריין א יונגערמאן ער גייט צו צום באנק סיז געליגן דארט צוויי געניצטע האנטוכער סיז געווען א עק סאו 5 אינטשעס פון אים איז געווען א ליידיגע קען אריינצולייגען די געניצטע האנטוכער, ער כאפט אן ביידע האנטוכער מיט די הענט און טראסקעט עס אראפ אויף דער ערד נעבן מיר, איי מין אביסל מענטשליכקייט!! מילא ער עקלצעך וואלט איך פארשטאנען, ער האט עס אבער אנגעכאפט מיט די גאנצע הענט!! גיי פארשטיי..

דאס מיינט אביסל התבוננות...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 5:04 pm
דורך טשאלענט
למעשה זעה איך אז דו וואל אויסגאנג איז אביסל אנדערש ווי געראכטן

דער גרעסטער טייל פונעם ציבור האט געשטימט אז זיי לייגן יעדן טאג אוועק די האנטוכער...

אין מיין מקוה קוקט נישט אויס אזוי, אבער אפשר ווייל דארטן דרייען זיך בעיקר מענטשן וואס שטייען אויף פרי, אפשר האבן זיי פשוט נישט קיין צייט דא אהער צו קומען אפגעבן זייער שטימע.

(האסט נישט געוואוסט אז ווען דו זעסט א מענטש אויפשטיין פרי מוז זיין אז ער איז ביזי א גאנצן טאג? גראדע קען איך א איד וואס איז שוין אנעפלוימענט 6 א האלב יאר ל"ע און ער שטייט אויף יעדן טאג 5 אזייגער, ער דאווענט מיט די ערשטע מנין, און ער יאגט אייביג די בעל תפילה, און ער שרייט אז טיים איז מאני...
למעשה מאכט עס א גוטע רושם, און מענטשן וואס קענען אים נישט מיינען אז ער איז באמת א פארנומענע מענטש...)

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 7:50 pm
דורך מה פתאום???
איך לייג נישט אוועק די האנטוך, און איך לייג עס אויף די ערד. מקוה געלט צאל איך פאר א סיבה.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 8:20 pm
דורך מיסטעריעז
פאר וועלכע?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 8:27 pm
דורך מה פתאום???
סעררוויס

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:36 pm
דורך סאדאם חוסעין
מה פתאום??? האט געשריבן:סעררוויס

טאקע?
איך האב געמיינט אז פאר זייף און פאר די ארבעט פון קלינען יעדען טאג די בור, מאכן טעגלעך די השקה, איינמאל אין א שטיק צייט קלינען די בור מי גשמים,
וואשען די האנטיכער, צאם לייגן די האנטיכער,
אז דו ווילסט אויך דעי סערוועס פון אויפהייבן פון די פלאר נאו פראבלעם באט עס מיינט נאך איין גוי, עס קומט אויס בערך נאך 25 סענט א מקוה,, פער יאר נאך ארום 80 טאלער

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:42 pm
דורך מה פתאום???
די זייף האב איך אייגענע. ער קען בעטן וויפול ער האלט אז ס'איז ריכטיג, איך באצאל פאר סערוויס וואס דאס רעכנט אריין אויך אויפהייבן די האנטוכער. נאך א גוי? פארלאנג מער (מ'טוט עס שוין מסתמא, עפעס א בודשעט איז דא).

והיינו טעמא דספרים פאקער, א מין פאנני זאך דאס אז א באצאלטע ארבעטער זאל בעטן אדער זאגאר פארלאנגען פונעם ציבור צו "טוהן זיין ארבעט", די ארבעט אויף וואס ער ווערט באצאלט. איי לא תרדה בו בפרך? נו אפשר גייסטוצו די גאלדען פלאו פעקטארי און דו נעמסט דיין פלאש מילך? ווי קענסטו לאזן דעם טראק דרייווער ארבעטן?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:49 pm
דורך סאדאם חוסעין
מה פתאום??? האט געשריבן:די זייף האב איך אייגענע. ער קען בעטן וויפול ער האלט אז ס'איז ריכטיג, איך באצאל פאר סערוויס וואס דאס רעכנט אריין אויך אויפהייבן די האנטוכער. נאך א גוי? פארלאנג מער (מ'טוט עס שוין מסתמא, עפעס א בודשעט איז דא).

והיינו טעמא דספרים פאקער, א מין פאנני זאך דאס אז א באצאלטע ארבעטער זאל בעטן אדער זאגאר פארלאנגען פונעם ציבור צו "טוהן זיין ארבעט", די ארבעט אויף וואס ער ווערט באצאלט. איי לא תרדה בו בפרך? נו אפשר גייסטוצו די גאלדען פלאו פעקטארי און דו נעמסט דיין פלאש מילך? ווי קענסטו לאזן דעם טראק דרייווער ארבעטן?


ווען איינער נעמט פריוואט אויף א פאקער בוסטו גערעכט די פראבלעם איז נאר אז דו ווילסט אז די ציבור זאל עס צאלן, אמת די לא תרדה בו בפרך איז נישט די ריכטיגע פסוק, אבער עס איז קהל'ס געלט און עס איז מענטשלעך צו אליין אוועק פאקען די ספרים, און ווער עס איז נישט קיין מעמבער און די קהילה איז עס אפשר גניבה,
שריי ניש איך האב נאר געזאגט אפשר!!!

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:51 pm
דורך מה פתאום???
איך שריי נישט...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 9:53 pm
דורך סאדאם חוסעין
מה פתאום??? האט געשריבן:איך שריי נישט...

שוגנער, וואס שרייסטו נישט אין א גרינעם דינסטאג ביטס עפעס א נאנאח.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 12:31 am
דורך באגלייבט
מה פתאום טייערע, טראכט אביסל פון די מענטשן וואס קומען נאך דיר אין מקוה, קומט זיך זיי נישט קיין קלינע פלאר/פלאץ? איז דען אזוי שווער אריינציווארפען די האנטוך אין די קען?

דעי מין עטיטוד אז אלעס קומט זיך מיר און איך טאר גארנישט אליין טוהן, קומט געווענטליך נישט פון די בעסטע מידות (איך מיין נישט דיר).

לגבי ספרים פאקן. קהל בעט זייער שיין ״ביטע פאקט אוועק אייערע ספרים נאכן לערנען״. סיי אז ווער עס קומט נאך דיר זאל טרעפן די ספר וואס ער זיכט, און סיי אז די טישן זאלן זיין ליידיג און באקוועם צום לערנען. איי פארוואס צאלט מען פאר א פאקער? פאר אזאלעכע מענטשן ווי דיר.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 3:57 am
דורך אויסגערעכנט
איך זע אז דער גרעסערע עולם האט געשטומט אויף יא אוועקלייגן די האנטוכער, איי די מציאות אין מקוה ווייזט אנדערש... שוין איך פרעג נישט.

אבער ווען עס איז געקומען צום וואוטן בין איך געווען אין א פארלעגענהייט, זאל איך אויך שפילען די שפיל פון "נארמאלע מענטש" אדער פארציילן די אמת, למעשה האב איך דיסייד אז קיינער קען מיר סיי ווי נישט דא, און אפילו יא האב איך מיר נישט פארוועם צו געפעלן ווען איך פלאן נאך נישט צן אויסהערן קיין שדוכים פאר מיין זון איז פולע 18 (לאנג וועי טו גאו), ממילא האב איך געוואוט אז איך לייג די האנטוך אונטער די פיס ממש יעדען טאג און עס אוועקלייגן ווענצעך צו איך געדענק.

ס'איז בישות... הא..? איך פייף ענק אן...

איך טריי צו פיגערן וואס אנדערע האבן געטראכט פארן שטומען.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:00 am
דורך סאדאם חוסעין
אויסגערעכנט האט געשריבן:איך זע אז דער גרעסערע עולם האט געשטומט אויף יא אוועקלייגן די האנטוכער, איי די מציאות אין מקוה ווייזט אנדערש... שוין איך פרעג נישט.
שוין זעסטו שוין וויפיל אידען גייען טעגליך אין מקוה ב"ה, אז די האנטיכער וואס אונז זעהן מיר אויפן פלאר זענען גאר די מועט
אבער ווען עס איז געקומען צום וואוטן בין איך געווען אין א פארלעגענהייט, זאל איך אויך שפילען די שפיל פון "נארמאלע מענטש" אדער פארציילן די אמת, למעשה האב איך דיסייד אז קיינער קען מיר סיי ווי נישט דא, און אפילו יא האב איך מיר נישט פארוועם צו געפעלן ווען איך פלאן נאך נישט צן אויסהערן קיין שדוכים פאר מיין זון איז פולע 18 (לאנג וועי טו גאו), ממילא האב איך געוואוט אז איך לייג די האנטוך אונטער די פיס ממש יעדען טאג און עס אוועקלייגן ווענצעך צו איך געדענק.
יעדער לייגט אוועק נאר אויב מען געדענקט די שאלה איז נאר אויב מען געדעקט געווענליך אדער נישט.....

ס'איז בישות... הא..? איך פייף ענק אן...
יאפס די רבי האט געהייסען פייפן, [בפרט ביי על אחת כמה וכמה]

איך טריי צו פיגערן איך האף אז דו טרייסט נישט צו פייגערן אבער אויב יא איז דא די וואשינגטען בריטש נעקסט צו ווילי וואס אנדערע האבן געטראכט פארן שטומען. אנדערע הייבן בכלל נישט אן צו שטימען אפגערעדט פון טראכטען בכלל,

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:26 am
דורך טשאלענט
אויסגערעכנט האט געשריבן:איך זע אז דער גרעסערע עולם האט געשטומט אויף יא אוועקלייגן די האנטוכער, איי די מציאות אין מקוה ווייזט אנדערש... שוין איך פרעג נישט.

איך מיין אז דער גרעסערע עולם האט זיך געשעמט אויסצוזאגן די אמת...

(טאמער האבן זיי זיך פארגענומען אז פון היינט און ווייטער גייען זיי עס אוועק לייגן, מיין איך אז עס הייסט נישט קיין ליגענט)

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 10:29 am
דורך טריסקער
און איך טרייסט מיך נאך אז כ'בין ביי ביידע פון די מערהייט...