לאכעדיגע סיטואציעס וואס איר האט אליין בייגעוואוינט

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

לאכעדיגע סיטואציעס וואס איר האט אליין בייגעוואוינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

האסט מיטגעהאלטן עפעס אינטערעסאנט?

זיי מהנה א צווייטן און שרייב עס דא!
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

viewtopic.php?f=21&t=30826
אלס א זייטיגע צוקוקער
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=30826
אלס א זייטיגע צוקוקער

יא יא, דאס האט מיך Inspired...
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייזענדער »

כ'ווייס נישט צי ס'לאכעדיג' אדער צי ס'איז א 'סיטואציע', אבער כ'מיין אז דער עובדה'לע פיט דא אריין, ווייל ווי נישט ווי האב איך דאך דאס 'בייגעוואוינט'...

גופא דעובדא הכי הוי: זיצנדיג אויפן בארא פארק באס, בייגט זיך צו מיר צו א זיס בחור'ל וואס זיצט אויפן צד שכנגד'דיגער זיץ, און פרעגט מיך צי ער קען בארגן מיין פאון. סארא שאלה? זיכער! ענטפער איך ברייט, הגם דער טעלעפאן מיינער האט שוין געסטראשעט 'לאו בעטערי', אבער פארט מי שאמר לבעטערי וידלק יאמר אז ס'זאל ווייטער ארבעטן אזוי לאנג ווי דער בחור'ל וויל מאכן זיין אזוי-וויכטיגער פאון קאל. כדי נישט נכשל צו ווערן אין אל תהי' כנושך האט דער מסבב כל הסיבות צוגעפירט א גאנצע רייע מיט שטייעדיגע פערזאנען וואס טיילט אפ כמסך המבדיל צווישן מיר אין מיין טעלעפאן-בארגער אזוי קען ער רעדן ווי לאנג ער וויל אן דארפן זיין אונטער פרעשור זייענדיג אויסגעשטעלט צו מיינע אומגעדולדיגע בליקן...

אנקומענדיג נאנט צו וויליאמסבורג, נאכן רייזן באלד 40 מינוט, כאפעך זיך אז דער טרייבל ליגט נאך ביי דעם בחור'ל אלס פקדון, איך זיך דעם בחור'ל זייענדיג מציץ מן החרכים צווישן דעם מענטשן-חומה, טרעף איך ענדליך דעם בחור'ל, אבער צו מיין שטוינונג דערזעה איך ווי דער האט זיך באקוועמליך איינגעפלאגט מיט זיינע אויער-שטעקערס אין מיין טעלעפאון... איך בייג זיך צו און איך פרעג אים נאאיוו: האסט שוין געענדיגט?, האפנדיג אז ער וועט כאפן מיין וואונק, ער רעאגירט מיט א הויך-שרייענדע 'ווואאסס??' איבערשרייענדיג דעם וואס רעדט\זינגט דארט אין זיין אויער... איך פרעג איבער מיין שאלה העכער און ער ענטפערט העכער 'ווואאסס??' אזוי גייט עס הין-און-צוריק כמה וכמה פעמים וכדי בזיון (ווען איך שריי ווי א וואנזיניגער) וקצף (ווייל ... דארפסט נאך א סיבה?), פיינעלי 'כאפט ער דעם וואונק' און ער געט מיך צוריק דעם טרייבל מיט א 'בלית-ברירה'דיגער' מינע אויף זיין געזיכט...

פון גרויס נייגער קוק איך אין וועמנס זיכוי הרבים איך האב געהאט א חלק, זעה איך ווי דער האט געקאלט ווי פאלגענד: 1) קינדליין האטליין, 2)סיפור לספר ליין!...
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

ועל כגון דא נאמר 'אכשר דרא'....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

'ווואאסס??' סא׳ מעשה דאס!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

איך האב געדאוונט אין א מנין פון ממש 9 אין א האלב, און פאר חזרת השץ האט מען געזוכט תשעה מתפללים, אבער|......., למעשה האב איך געהאלטן פארן מיין שטילע און דער שמש האט זיך אונגעריפן אז איך זאל צוגיין צום עמוד, נא איך בין בטבע א מרוצה לציבור און איך האב מיר געשטעלט! אונגעהויבן האב איך מיט ברוך אתה השם- ברוך הוא וברוך שמו איז געווען די ענטפער אבער גאל ישראל איז געקומען די אנטווארט! און ווידער ברוך אתה השם--- דא איז עס געקומען!!!! איין חכם האט זיך צושמייכלט אביסל העכער ווי מען דארף, און. דער שרייבער פון די יעצטיגע שורות האט זיך אויך צילאכט........
ווער קען די צווייטע העלף מעשה?????
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:איך האב געדאוונט אין א מנין פון ממש 9 אין א האלב, און פאר חזרת השץ האט מען געזוכט תשעה מתפללים, אבער|......., למעשה האב איך געהאלטן פארן מיין שטילע און דער שמש האט זיך אונגעריפן אז איך זאל צוגיין צום עמוד, נא איך בין בטבע א מרוצה לציבור און איך האב מיר געשטעלט! אונגעהויבן האב איך מיט ברוך אתה השם- ברוך הוא וברוך שמו איז געווען די ענטפער אבער גאל ישראל איז געקומען די אנטווארט! און ווידער ברוך אתה השם--- דא איז עס געקומען!!!! איין חכם האט זיך צושמייכלט אביסל העכער ווי מען דארף, און. דער שרייבער פון די יעצטיגע שורות האט זיך אויך צילאכט........
ווער קען די צווייטע העלף מעשה?????

די האסט נישט געקענט ווטער דאווענען
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:איך האב געדאוונט אין א מנין פון ממש 9 אין א האלב, און פאר חזרת השץ האט מען געזוכט תשעה מתפללים, אבער|......., למעשה האב איך געהאלטן פארן מיין שטילע און דער שמש האט זיך אונגעריפן אז איך זאל צוגיין צום עמוד, נא איך בין בטבע א מרוצה לציבור און איך האב מיר געשטעלט! אונגעהויבן האב איך מיט ברוך אתה השם- ברוך הוא וברוך שמו איז געווען די ענטפער אבער גאל ישראל איז געקומען די אנטווארט! און ווידער ברוך אתה השם--- דא איז עס געקומען!!!! איין חכם האט זיך צושמייכלט אביסל העכער ווי מען דארף, און. דער שרייבער פון די יעצטיגע שורות האט זיך אויך צילאכט........
ווער קען די צווייטע העלף מעשה?????

די אויספיר: עס איז מקיום געווארן דעם פסוק עתה ׳ילכחו׳ הקהל וגו׳ כלחוך השור, און ווי די מדרש זאגט, מה שור מנגח בקרניו אף אלו מנגחים בתפילתם.
רצונינו לעשות רצוניך.
איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך ווייס »

רייזענדער האט געשריבן:כ'ווייס נישט צי ס'לאכעדיג' אדער צי ס'איז א 'סיטואציע', אבער כ'מיין אז דער עובדה'לע פיט דא אריין, ווייל ווי נישט ווי האב איך דאך דאס 'בייגעוואוינט'...

גופא דעובדא הכי הוי: זיצנדיג אויפן בארא פארק באס, בייגט זיך צו מיר צו א זיס בחור'ל וואס זיצט אויפן צד שכנגד'דיגער זיץ, און פרעגט מיך צי ער קען בארגן מיין פאון. סארא שאלה? זיכער! ענטפער איך ברייט, הגם דער טעלעפאן מיינער האט שוין געסטראשעט 'לאו בעטערי', אבער פארט מי שאמר לבעטערי וידלק יאמר אז ס'זאל ווייטער ארבעטן אזוי לאנג ווי דער בחור'ל וויל מאכן זיין אזוי-וויכטיגער פאון קאל. כדי נישט נכשל צו ווערן אין אל תהי' כנושך האט דער מסבב כל הסיבות צוגעפירט א גאנצע רייע מיט שטייעדיגע פערזאנען וואס טיילט אפ כמסך המבדיל צווישן מיר אין מיין טעלעפאן-בארגער אזוי קען ער רעדן ווי לאנג ער וויל אן דארפן זיין אונטער פרעשור זייענדיג אויסגעשטעלט צו מיינע אומגעדולדיגע בליקן...

אנקומענדיג נאנט צו וויליאמסבורג, נאכן רייזן באלד 40 מינוט, כאפעך זיך אז דער טרייבל ליגט נאך ביי דעם בחור'ל אלס פקדון, איך זיך דעם בחור'ל זייענדיג מציץ מן החרכים צווישן דעם מענטשן-חומה, טרעף איך ענדליך דעם בחור'ל, אבער צו מיין שטוינונג דערזעה איך ווי דער האט זיך באקוועמליך איינגעפלאגט מיט זיינע אויער-שטעקערס אין מיין טעלעפאון... איך בייג זיך צו און איך פרעג אים נאאיוו: האסט שוין געענדיגט?, האפנדיג אז ער וועט כאפן מיין וואונק, ער רעאגירט מיט א הויך-שרייענדע 'ווואאסס??' איבערשרייענדיג דעם וואס רעדט\זינגט דארט אין זיין אויער... איך פרעג איבער מיין שאלה העכער און ער ענטפערט העכער 'ווואאסס??' אזוי גייט עס הין-און-צוריק כמה וכמה פעמים וכדי בזיון (ווען איך שריי ווי א וואנזיניגער) וקצף (ווייל ... דארפסט נאך א סיבה?), פיינעלי 'כאפט ער דעם וואונק' און ער געט מיך צוריק דעם טרייבל מיט א 'בלית-ברירה'דיגער' מינע אויף זיין געזיכט...

פון גרויס נייגער קוק איך אין וועמנס זיכוי הרבים איך האב געהאט א חלק, זעה איך ווי דער האט געקאלט ווי פאלגענד: 1) קינדליין האטליין, 2)סיפור לספר ליין!...

טעגליכע ערשיינונג
ליידער ...
אוועטאר
גרויס בריטאניע
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 05, 2022 8:47 pm
לאקאציע: אונטערן באנק

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויס בריטאניע »

איך ווייס האט געשריבן:

וואסי די ליידער?
איינער איז געגאנגן ליידיג אביסעלע. שוין געהערט אזאנס.
viewtopic.php?p=4435004#p4435004
איך בין געגאנגן. אפשר איין טאג העלעך זיין צוריק, אויף דערווייל ענדזשויטס..
אוועטאר
דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע: טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

Re: לאכעדיגע סיטואציעס וואס איר האט אליין בייגעוואוינט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

האביך אפאר טאג צירוק געשטאנען פאר א סיגאריע אויף א שטילע גאס בא אינז און ווילעמסבורג, זעי איך א יונגערמאן שטופען א טווין קערידזש, און דער תוכן פונעם קערידזש איז געווען א קידערגארטן פון בנים ובנות, געווען דארט קיימא לן פון א פיר קינדער, דעי חברה האבן געהאקט א לעבן דארט, און דער יונגערמאן איז געווען אביסעלע אויף התבונות מאוד, און ער האט געמאכט א באשלוס צי אריבער קראסן אזוי אונמיטן דער סטריט, דאס טרעפל פונעם סיידוואלק צום גאדער איז געווען גאנץ א הויעכע, דער יוד ווייסט אבער פון קיין צרות נישט און שטופט אראפ דעם קערידזש, וואס דארט האט זיך אפגעטאן יענע רגעים, איז שווער צי באשרייבן דאס גאנצע אינהאלט פון קערידזש... דאס גאנצע קינדערגארטן... האט זיך אויסגעגאסן אויפן גאדער, סהאבן געראלט קינדער אויף אלע זייטן... געוואלט האביך צו צי לויפן אבער איך האב אזאנס געלאכט... אז ווען איך לויף ווען אהין האט ער נאך איינעם וועם צי אויפהייבן... ברוך השם געווען וואוילע אידן און אידענעס, וואס האבן צי געהאלפן יאפ ברוך השם געווען עמו...
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”