אלעס ארום ל"ג בעומר פייערס אין חו"ל

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 26, 2016 12:06 pm

בן בוזי האט געשריבן:נאכנישט אלעס אויסגעלייענט אבער וואס אנבאלאנגט אינטערטעינמענט, זאל מען נאכקוקן אין אלע היסטאריע ביכער, אינדערהיים איז ל"ג בעומר געווען א טאג פון פארברענגען און אויספלוגן און די גאנצע שטאט איז געפארן אויף רעדער, רבנים און מלמדים האבן גענומען די תלמידים גרויסע און קליינע (היינט בגלות זענען מיר אלע קטני הדעת, ל"ג בעומר איז טאקע דער זמן וואס ס'פאנגט זיך אן גדלות) אויף שפאצירן און מארשן וכו', ממילא היינט ווען דאס אלעס איז נישט שייך מיין איך אז ס'איז נישט עק וועלט ווען די רבי'ס/רבנים פארברענגען מיטן עולם אום ל"ג בעומר אויף א דיפרענט סטייל אפילו אויף אן אונטערהאלטערישער אופן.

הונדרעט פרוצענט! אבער ווען וועלט וואלט עס געזעהן דורך אייערע קלארע ברילען, או עס געזעהן לאמיתו, עס איז וואס עס איז; אויף דעם וויינט דער נביא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 26, 2016 12:13 pm

קרעפטיג האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
גראבער האט געשריבן:יהיה כן
you are talking such non sense. you wanna compere a hotel to singing bar yoichui in front of a fire??? please..

רעדט שוין גארנישט קיין נאנסענס; ער וויל (אין זיין אייגען ארטיגער וועג) דיר זאגען אז פארקריך נישט; זיי מבחין וואס איז א מנהג און וואס איז נישט, ואם אין דעת הבדלה מנין.

ספוזמאן,

א מנהג אין א"י איז עס דאך יא, פארוואס קען עס נישט גיין אלץ א מנהג פון ארץ ישראל וואס מ'האט אהער געברענגט אויף חוץ לארץ, וואס איז שלעכט מיט דעם, דארט איז דאך עס א רעכטער מנהג אויף דעם ביסטו מסתמא מודה.

מיין אינגל האב איך געזאגט אז אזוי פירט מען זיך אין א"י און מ'מאכט עס פשוט נאך פון דארט.

אויב עס דערגרייכט דער סטאטוס "מנהג" איז עס נאר אין מירון ביים ציון פונעם תנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי. אבער ביי זיך אין הויף אין ארץ ישראל נישט; נאר ווייל "אזוי פירט מען זיך אין מירון ביים ציון מאכט מען עס פשוט נאך אין דערהיים"; אבער פון דארט ביזען ווייטען אמעריקע איז פאלג מיר א גאנג.

למעשה גיב איך דיר גערעכט מיט דעם וואס די זאגסט דיין קינד, אז מ'מאכט עס פשוט נאך פון דארט וזהו. ביזט נישט מוריש שקר לבניו.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג מאי 26, 2016 12:18 pm

אפשר ווייסטו וואס די טעם פון די מנהג איז?
און זאג מיר פארוואס עס גייט נאר אין און ארץ ישראל מה נפקא,
א שטייגער ווי ווייל עס איז אראפ געקומען די תורת הקבלה שנקרא אש וכדו' און זאג מיר א חילוק
עס איז נישט קיין חובות הארץ סא מאי נפקא
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דאנארשטאג מאי 26, 2016 12:24 pm

SPUSMN האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
גראבער האט געשריבן:יהיה כן
you are talking such non sense. you wanna compere a hotel to singing bar yoichui in front of a fire??? please..

רעדט שוין גארנישט קיין נאנסענס; ער וויל (אין זיין אייגען ארטיגער וועג) דיר זאגען אז פארקריך נישט; זיי מבחין וואס איז א מנהג און וואס איז נישט, ואם אין דעת הבדלה מנין.

ספוזמאן,

א מנהג אין א"י איז עס דאך יא, פארוואס קען עס נישט גיין אלץ א מנהג פון ארץ ישראל וואס מ'האט אהער געברענגט אויף חוץ לארץ, וואס איז שלעכט מיט דעם, דארט איז דאך עס א רעכטער מנהג אויף דעם ביסטו מסתמא מודה.

מיין אינגל האב איך געזאגט אז אזוי פירט מען זיך אין א"י און מ'מאכט עס פשוט נאך פון דארט.

אויב עס דערגרייכט דער סטאטוס "מנהג" איז עס נאר אין מירון ביים ציון פונעם תנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי. אבער ביי זיך אין הויף אין ארץ ישראל נישט; נאר ווייל "אזוי פירט מען זיך אין מירון ביים ציון מאכט מען עס פשוט נאך אין דערהיים"; אבער פון דארט ביזען ווייטען אמעריקע איז פאלג מיר א גאנג.

למעשה גיב איך דיר גערעכט מיט דעם וואס די זאגסט דיין קינד, אז מ'מאכט עס פשוט נאך פון דארט וזהו. ביזט נישט מוריש שקר לבניו.

דא מאכט נישט אויס וויפיל מייל די פלאץ פון די הדלקה איז אפגעריקט פונעם ציון הקדוש אין מירון, אויב נארט מען אפ די קינדער, נארט מען זיי אויך אפ אין א"י אויב די הדלקה איז אין מאה שערים.

מ'קען זאגן די זעלבע "ווייל אזוי פירט מען זיך אין מירון ביים ציון מאכט מען עס פשוט נאך אין דערהיים" מיין היים איז אין בודאפעסט... נו איז וואס

פ"וו מאכט עס מער סענס צו מאכן א הדלקה אין א"י נישט ביים ציון ווי איך מאך עס אין לאנדאן, אנטווערפן, מיסיסיפי ? וואס א חילוק, סדנא דארעא חד הוא, אדער יא אדער נישט.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג מאי 26, 2016 12:59 pm

ס'איז א שיינע מנהג ארץ ישראל וואס איז איינגעפירט געווארן אין חוץ לארץ, קודם דורך די אר"י הויפן און פון דארט צו קלענערע קהילות קדושות וחסידיות, און פון דארט ווייטער,
אבער צו מדמה זיין צו האטעלס שבת הגדול, קאושער אינטערטעימענט, מוריש שקר לבניו, איז פאלג מיר א גאנג,
אפגעזעהן וועלכע דור איר זענט, אדער צו וועלכע קהילה איר געהערט
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג מאי 26, 2016 1:01 pm

SPUSMN האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:
ניסעל האט געשריבן:דער קאשויער רב האט דאס נישט איינגעפירט.
ביים קאשויער רב איז דער אל תטוש געווען דאס שווארץ אפעל פון אויג.
אין קאשוי איז עס געווען א בחורישע אקציע וואס דער רבי האט נישט געשטערט.

וויאזוי שטימען די צוויי שורות? אויב איז די אל תטוש געווען ביי אים ווי די שווארץ אפעל פון אויג, פארוואס טאקע האט ער נישט געשטערט די בחור'ישע אקציע?

דער תירוץ איז "בדלית ברירה"; דער יוגענט פירט די עלטערע ביי די נאז. די חסידים ווילען און דער רבי גיבט נאך.

ווילאנג עס איז נישט א עבירה, און ווי איינער האט געזאגט נישט א פירצה, נו גיי שלאג זיך...


ס'געגאנגען בערך אזוי;

א ארץ ישראל'דיגער בחור האט געבעטן רשות צו מאכן א הדלקה,

די ערשטע יאר האט ער נישט געלאזט האט מען געמאכט אן רשות;

די צווייטע יאר האט ער שוין געזאזט אז ער וויל דארט זיין וואטשן אויף די פייער;

ביז ס'געווארן אז אין קאשוי מאכט מען א פייער...

[און ס'נישט אמת אז מ'האט דאס שפעטער אפגעשטעלט; ס'גייט נאך אן ביז היינט..]
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2665
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג מאי 26, 2016 1:02 pm

אסאך פון די אדמור"י ארץ ישראל [איי קוואוט] "וואס זענען געבוירן אין די ת"ר יארן" האבן אויך נישט געמאכט, נאר מיט די יארן האבן מער און מער הויפן דאס איינגעפירט, אבער דאס איז אוקעי,
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג מאי 26, 2016 2:21 pm

האט זיך נישט די הדלקה אין טאהש אנגעהויבן אין די גאר שפעטע עלטערע יארן?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3477
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג מאי 26, 2016 2:47 pm

טאהש'ע רבי זצ"ל האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו עקסעפטן שיינע מנהגים.

ער האט זיך אנגעטון א שטריימל חנוכה, פארן צינדן די מנורה, נאך דעם וואס א איד האט אים פארציילט וועגן דעם מנהג (דאכצעך ר"מ פעקעטע).

היינט איז א שטריימל ביי חנוכה ליכט א טאהשע מנהג.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג מאי 26, 2016 2:53 pm

וולכער איד ס'האט היינט געזאגט בריך שמיה און אינזין געהאט לעילוי נשמת דעם מחבר פון דעם שטיקל, האט לכאורה מער שייכות געהאט מיט ר' שמעון'ן ווייל דאס איז זיין תורה געזאגט מפי קדשו

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 26, 2016 3:11 pm

צווייפעל האט געשריבן:טאהש'ע רבי זצ"ל האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו עקסעפטן שיינע מנהגים.

ער האט זיך אנגעטון א שטריימל חנוכה, פארן צינדן די מנורה, נאך דעם וואס א איד האט אים פארציילט וועגן דעם מנהג (דאכצעך ר"מ פעקעטע).

היינט איז א שטריימל ביי חנוכה ליכט א טאהשע מנהג.

וכן פצע"י, פלייש ביי שלש סעודות ועוד ועוד.

דער עיקר יעדע תנועה זאל זיין בלויז לשם שמים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5379
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג מאי 26, 2016 3:36 pm

מיינע קינדער האבן געזען אויפן פארטש אן הדלקה, און מיר געפרעגט פשט פארוואס מען מאכט, האב איך זיי געזאגט אז כס האט נישט קיין פשט נאר אין מירון, און דאס איז אינטערטעימענט

איך האב זיי פשוט געוואלט פארשפארן די עגמ״נ אין 25 יאר ארום וואס אויב על פי סיבה וועלן זיי נישט קענען זיין ביי אן הדלקה, זאלן זיי נישט האבן קיין הארץ עסעניש
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג מאי 26, 2016 3:38 pm

אדער פשוט אנגרייטן אז אין 25 יאר ארום אויף אייוועלט זאל נאך זיין מיט וועם זיך צו טענה'ן איבער הדלקות אין חו"ל...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מאי 26, 2016 3:43 pm

געהערט א גוט ווארט פון א חשובער איד שליט"א: אמאל האבן קינדער ליב געהאט פייער'ס, היינט האבן רבי'ס". ודפח"ח.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5379
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג מאי 26, 2016 3:51 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:אדער פשוט אנגרייטן אז אין 25 יאר ארום אויף אייוועלט זאל נאך זיין מיט וועם זיך צו טענה'ן איבער הדלקות אין חו"ל...


פאר דעם זארג איך מיר נישט

ר׳ שמעון האט דאך געזאגט כי לא תשכח וכו׳
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5379
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג מאי 26, 2016 3:52 pm

נא_שכל האט געשריבן:געהערט א גוט ווארט פון א חשובער איד שליט"א: אמאל האבן קינדער ליב געהאט פייער'ס, היינט האבן רבי'ס". ודפח"ח.



איך האב געהערט אנדערש

קליינע בעיביס, קליינע פייערס, גרויסע בעיביס, גרויסע פייערס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2014 5:10 pm

תגובהדורך ניסעל » דאנארשטאג מאי 26, 2016 3:57 pm

ב"ה דער מצב איז דא גאנטץ ראיג אין איז נישט געשטימט לויט פארטי ליניעס.

מיין עיקר קשיא איז אבער נאך אלץ מרפסין איגרא.
וואס איז פשט אז אזויפיל טויזענטער אידן פון אלע שיכטען אין קרייזען האבן זיך פלוצים צו געכאפט צו טאנצען ארום א פייער דעם הייליגען טאג.

אויב האט עס מיט רחניות? ווי זענען געווען אונזערע רבי'ס?

אויב איז עס גשמיות? פארוואס פונקט פייער אינמיטען די נאכט? הלא דבר היא? איז דען טאקע דאס די סיבה אז אזויפיל ערוואקסענע לייט ווערען אזוי עמאשענעל פון א פייער אינמיטען די נאכט.?
עד כדי כך אז קול מבשר האט נעכטען ריפארטעד א גאנצע לאנדרי ליסט מיט פייערס. אזש עס האט אויס געקוקט ווי ער זאגט א פיליבאסטער אין סענאט.

כמעט אלע מגיבים -וואס זענען נישט פארמעקט געווארן- הן דערפאר און הן דערקעגען, זאגען דא גוטע נקודות. אבער דער יסוד איז נאך זייער ווייט פון פארשטיין.

וואס האט דא פלוצים פארסירט מיט דעם עם חכם ונבון?
עד כדי כך אז טייל ווילן דאס פארגלייכען צו סיפור יציאת מצרים, וכדומה.

פארן ניסעל אליין איז דאס באמת נישט נוגע. דער ניסעל זינגט אהבה רבה שבועות צופרי מיט צוואנציג אידן. אויב וועט זיך דארט טרעפן אסאך מער וועט ער בפשטות זוכן א נייע שוהל
די שאלה איז נאר אויפן כלל, וואס גייט דא פאר. ווי פריער געפרעגט? קאן מען נאך ערווארטען אז מ'זאל איינפירן פרישע אינטערסאנטע מנהגים, אין טייל עולם וועט טאנצען דערפאר קדוש?
פון די אנדערע זייט אפשר איז טאקע כדאי אז יעדער וואס האט נישט עפעס א שייכות מיט א גרויסע קהילה - אדער אויב זיין קהילה שטעלט נישט צו קיין הדלקה זאל זיך מאנען א מדורה בפני עצמו בראש גגו.פשוטע אידען וועל ארום טאנצען א ציגאר, מער בעל בתישע וועלען טאנצען ארום א גריל, און די רייכע וועלען אראפברעגען א פול בענד.
.
לעצט פאראכטן דורך ניסעל אום דאנארשטאג מאי 26, 2016 4:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5379
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג מאי 26, 2016 4:03 pm

דערמאנסט מיר א ווארט פון ר׳ סענדער דייטש ז״ל

״דער עם נבון וחכם קען נאך ניצן אביסל שכל״
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » דאנארשטאג מאי 26, 2016 5:04 pm

איך זעה נישט וואס ס'זאל אנדערש א הדלקה אין חו"ל פון א הדלקה און ירושלים, בני ברק, אויב נישט מירון איז שוין אלעס אייניג.

ולגבי ניסעל'ס וואונדער איבער וואס עס איז געשעהן לעצטנס אז מען האט זיך אזוי צוגעכאפט דערצו אין חו"ל. דארף מען וויסן אז כאטש אז אין אר"י איז טאקע אלס געווען ל"ג בעומר א גרויסע געפארעכץ אויף מירון, איז עס אבער נאר די לעצטע 15 יאר וואס דאס איז געווארן אויף אזא מאסיוון פארנעם ווי עס איז היינט. אפגערעדט איבער די מאסן מענטשן וואס פארן פון חו"ל, עס פלעגן זיין בלויז געציילטע אידן וואס פלעגן פארן.
אסאך איז אפשר תלוי אינעם גרויסן מצב מיט די הדלקות דארט, אכילה ושתיה צענטערן, די ישועות וסגולות ארגעניזאציעס, וואס דאס איז אלעס נייע זאכן. ובמילא אז עס איז געווארן א מצב דארט ווילן בני חוץ לארץ נישט ארויספאלן און זוכן זיך מיטצוכאפן מיט די התלהבות.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג מאי 26, 2016 5:45 pm

מוטשע נישט האט געשריבן:איך זעה נישט וואס ס'זאל אנדערש א הדלקה אין חו"ל פון א הדלקה און ירושלים, בני ברק, אויב נישט מירון איז שוין אלעס אייניג.

ולגבי ניסעל'ס וואונדער איבער וואס עס איז געשעהן לעצטנס אז מען האט זיך אזוי צוגעכאפט דערצו אין חו"ל. דארף מען וויסן אז כאטש אז אין אר"י איז טאקע אלס געווען ל"ג בעומר א גרויסע געפארעכץ אויף מירון, איז עס אבער נאר די לעצטע 15 יאר וואס דאס איז געווארן אויף אזא מאסיוון פארנעם ווי עס איז היינט. אפגערעדט איבער די מאסן מענטשן וואס פארן פון חו"ל, עס פלעגן זיין בלויז געציילטע אידן וואס פלעגן פארן.
אסאך איז אפשר תלוי אינעם גרויסן מצב מיט די הדלקות דארט, אכילה ושתיה צענטערן, די ישועות וסגולות ארגעניזאציעס, וואס דאס איז אלעס נייע זאכן. ובמילא אז עס איז געווארן א מצב דארט ווילן בני חוץ לארץ נישט ארויספאלן און זוכן זיך מיטצוכאפן מיט די התלהבות.

בבחינת ערבך ערבא צריך מיינסטו.

ריכטיג. זוי גייט עס היינט ביי אסך טפלים ווערן עיקרים, און עיקרים ווערן טפלים געוואנדען אין די פי אר. עיין באשכול "איז אונזער קאפ געווארן פארקרומט"

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 26, 2016 6:19 pm

הוא אשר דברתי אז דער נייער דור פארשטייט נישט פארוואס אויב דארט איז, זאל דא נישט זיין; און יבוא יומו וואס מען וועט מיינען אז עס איז הלכה למשה מסיני וכל המרבה הרי זה משובח. עס האלט נישט ווייט אז מען זאל שתד'לען ביי די שטאט טאטעס אז מען זאל צולייגען נאך א טאג ווען אולטערנעיט פארקינג איז סוספענדעד. (בעצם נישט ווראנג אבער עס שרייט דרשונו)

צודרייט און עס ווערט צודרייטער; א דור הפלגה, די אינגע פארשטייען נישט די אלטע (און איך בין נאך גאר נישט אזוי אלט).

ווי געזאגט פיל איך ווי חוני המעגל נאכען דרימעל ווען איך הער דער געדאנקען גאנג פון די אינגע דור וואס זענען יעצט ערשט ארויס פון אייער שאלעכץ און רייבען זיך די אויגען צו וויסען ווי זיי געפונען זיך און פרעגען דער תם'ס קשיות.

שיין זעהען מיר אויס אז מען דארף שוין מסביר זיין (און מען פארשטייט נישט אליין). יעדער פון פריערדיגען דור שפירט עס און זעהט עס אלס נאך א קיייט אינעם שפלות הדור און ירידת הדורות, און ווי עס קייקעלט זיך ווייטער; וזה על הכלל כולו יצא, והיינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגילה ואין להאריך, (האט נישט קיין תועלת), טייל וועלען עס יעצט פארשטיין, אנדערע וועלען עס שפעטער פארשטיין, און אנדערע קיינמאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג מאי 26, 2016 6:36 pm

SPUSMN האט געשריבן:הוא אשר דברתי אז דער נייער דור פארשטייט נישט פארוואס אויב דארט איז, זאל דא נישט זיין; און יבוא יומו וואס מען וועט מיינען אז עס איז הלכה למשה מסיני וכל המרבה הרי זה משובח. עס האלט נישט ווייט אז מען זאל שתד'לען ביי די שטאט טאטעס אז מען זאל צולייגען נאך א טאג ווען אולטערנעיט פארקינג איז סוספענדעד. (בעצם נישט ווראנג אבער עס שרייט דרשונו)

צודרייט און עס ווערט צודרייטער; א דור הפלגה, די אינגע פארשטייען נישט די אלטע (און איך בין נאך גאר נישט אזוי אלט).

ווי געזאגט פיל איך ווי חוני המעגל נאכען דרימעל ווען איך הער דער געדאנקען גאנג פון די אינגע דור וואס זענען יעצט ערשט ארויס פון אייער שאלעכץ און רייבען זיך די אויגען צו וויסען ווי זיי געפונען זיך און פרעגען דער תם'ס קשיות.


אן אריינגיין אין א דיון צו א הדלקה איז יא אדער נישט אויסגעהאלטען, און עס איז בכלל נישט מיין דעפארטמענט אריינצורעדן דערין ווייל עפעס מוז איך דאך איבערלאזען פאר רבנים, דיינים ות״ח, ווי זיי זאלען זאגען זייער מיינוג.

אבער פארט וויל איך דיר מעורר זיין אז די שפראך וואס דו ניצט דא איז גוט פאר געוויסע ניקים, אבער נישט פאר א ניק אזא הויכע קלאס ווי דו..
ווייל אויב עס איז דא טויזענטער אידן וואס מאכען הדלקות ובתוכם צענדליגער רבנים, מנהיגי קהילות, הונדערטער ת״ח משפיעים ודיינים, דאן רייסט מען עס נישט ארינטער כאחד הרקים מיט אזוינע לשונות.. מיזסט נישט אגריען מיט זיי, מעגסט האבן א מיינוג, אבער עס איז דא ליניע פון זאגן א מיינוג ביז רעדן די שפראך.

טינק איט אווער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 26, 2016 6:49 pm

איך פיל אז כ'בין מחיוב צו זאגען קלארע דיבורים דארט ווי עס נויטיגט זיך. כ'האב נישט געשריבען מיט כעס, און ח"ו צו שרייבען מיט כעס ווייל דענמאלט וואלט עס געמיינט אז איך האב א אגענדע, וואס איך האב דייקא און קלאר נישט (און איך קען עס אויף ווייזען ווייל אויב עפעס האב איך א נגיעה פארקערט). איז דער עולם קען מיר שוין זייער גוט (אזוי האף איך) און ווייסט אז איך מיין ח"ו קיינעם פערזענליך און זיכער נישט די ניקים דא פערזענליך. טייל אזעליכע ווי די זענען מיר גוטע ידידים און אזוי וועט עס בלייבען. איז ממילא דארף מען זינגען מיינע ווערטער מיטען ריכטיגען טאן, יא, איך קום שארף ארויס קעגען דעם (און דאס פיל איך איז מיין פליכט) אבער פון אנדערע זייט איז האק איך אויפען געדאנק און נישט אויף מענטשען. דאס אז דער נייער דור פארשטייט נישט דער אלטע איז ליידער א פאקט (מיינע קינדער - וואוילע קינדער ב"ה - פארשטיין מיר אויך נישט אין א סאך זאכען), און קיינער איז נישט שילדיג, נאר דער מציאות אין וואס מיר געפונען זיך איז צו בלעימען.

יעצט ידידים אויב איינער פילט זיך געטראפען פון מיין פעדער, זאל ער וויסען אז ח"ו, איך האב פאר יעדען דא (וואס דרייט זיך דא און נישט אין אנדערע ערטער) דאס גרעסטע רעספעקט אפילו ווען איך האלט ממש פארקערט ווי די. והכל על מקומו יבוא בשלום.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » דאנארשטאג מאי 26, 2016 6:52 pm

SPUSMN האט געשריבן: יבוא יומו וואס מען וועט מיינען אז עס איז הלכה למשה מסיני וכל המרבה הרי זה משובח.


זארג נישט, כלל ישראל איז געבענטשט מיט אנדרייער און פארפירער וועלכע וועלן אלס שטיין אויף די וואך אונז צו דערמאנען און מעורר זיין אז אונזערע מעשים זענען נישט אויסגעהאלטן, משוגעת'ן, קינדערישקייטן, ירידת הדורות, שפל המצב, נייע זאכן, חדש אסור, פראפעגאנדע, וכו' וכו',
לעצט פאראכטן דורך מוטשע נישט אום דאנארשטאג מאי 26, 2016 7:11 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג מאי 26, 2016 6:58 pm

דאס געשריבן אין א אנדערע אשכול
פרידן האט געשריבן:אז עס ברענט נישט פין אינעווענדיג זאל כאטש ברענען פין דרויסען
זע נישט די פראבלעם, דער עולם דארף עס היינט ווי באקאנט די חינוך שרייבט איינע פין די טעמעם פין יום טוב איז ווייל די גוף דארף סיפוק נו פין מתן תורה ביז יעצט מעג מיר שוואכערע גופים וואס עס ברענט נישט ווי אמאל וועלן האבן מער סיפוק, סך הכל א פייער פאר ר' שמעון
וואס איז יא פאני די התלהבות אין די תפלות לשם יחודס וואס מען זאגט פארן אנצינדען ווער האט געזאגט וואס צו זאגן וואס האט מען אינזין, אין אפשר דארף מתפלל זיין אין מזכיר זיין 3 מינוט אריין אין די פייער אדער גאר ווען די פייער איז שוין א לב השמים

נאך א נקודה אמאל איז די געפאראכטץ אויך נישט געווען אזוי אין עס איז נישט געפארן אזויפיל טויזענטער יודן אויף מירוןוביודעי ומכירי קאי אמינא אסאך וואס פארן גייען פאר די פאן, אין לכאורה דע ערשיינונג פין די געפאראכטץ איז א גרויסע גורם צי די הדלקות ווייל די וועלט איז היינט קליין אין ווען עס טוט זיך וויל קיינער נישט בלייבן אויסגעשפילט
עיין צוויטע הקפות שניות אין ארץ ישראל אויך געווארן א גאנצע זאך היינט אין אר"י


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אינדיאנער און 13 געסט