אלעס ארום ל"ג בעומר פייערס אין חו"ל

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » פרייטאג מאי 27, 2016 4:20 pm

פרידן, איך וועל מיר באציעהן צו דיינע נקודות

א. אלע אונזערע רבי'ס האבן דאס געויסט אין אעפ"כ האבן זיי עס נישט געטון אין חוץ לארץ - מען האט שוין ברייט ארוםגערעדט אז אפילו אין אר"י איז דאס א נייערע זאך, די גאנצע נסיעות איז אויך א נייע זאך. וואס איך מיין ארויסצוברענגן איז אז עס איז נישטא קיין שום חילוק צווישן מאכן א הדלקה אין מירון צו אין ירושלים, בני ברק, אדער חו"ל. פונקט ווי דער קשת איז א מנהג וואס מען טוט איבעראל, דאס זעלבע איז מיטן הדלקה. איי אונזערע רבי'ס? אסאך ענינים וואס מיר טוהן היינט איז נייע זאכן, ע"ע הושע"ר, תהילים ביום הפורים, הדלקת נר חנוכה ברוב עם, שמחת בית השואבה בתופים ובמחולות, וכו'. וכן לענין ל"ג בעומר, מקום הניחו לו מן השמים פאר די היינטיגע דורות.

ב. די סיבה וואס מען טוט עס היינט יא איז נישט ווייל מען איז געקומען צו די הכרה וואספארא גרויסע ענין דאס איז - די תגובה צו דעם איז, האסט עס נאכנישט מיטגעהאלטן. וועסט צוקוקן די טענץ וויאזוי עס זעהט אויס מתוך דביקות ושמחה, ווי מען איז זיך מקשר מיט ר' שמעון, יא, ר' שמעון לכל, און יעדער וואס האלט דאס מיט וועט עדות זאגן אז מען שפירט א העכערקייט, עס טאנצט זיך ארויס, פעסער אהבה טרערן אהן גוזמאות. דאס האט מיט 'פאן' קיין שייכות, לא קרב זה אל זה. אודאי שפירן מיר נישט דאס וואס דער בעל החרדים האט געשפירט, אבער ר' שמעון לכל אפי' לפחותים. עס ווענט זיך אבער צו מען מאכט מיט אן אופן פון הוללות צו מיט אן ערנסקייט, פונקט ווי ביי די הקפות וואס יש ויש.

ג. אין פאקט רוב מענטשען ווייסן בכלל נישט די ענין פין די פייער - רוב מענטשען ווייסן בכלל נישט די ענין פון לולב שאקלן. אבער וואונדערליך איז צו זעהן סיי דאהי און סיי אין מירון ווי אפילו פשוטע אינגעלייט טאנצן מיט אן התרוממות און מיט אן ערענסטקייט.

ד. היינט איז ביי אסאך פלען אידישקייט נישט אינטערסאנט, עס מוז זיין אנדערש - עס איז אפען פאר יעדן אפצומאכן וואס מיינט 'פלעין' אידישקייט און וואס מיינט 'אנדערש'. דאווענען מיט נוסח, זינגען ביים דאווענען, זיך שאקלן ביים דאווענען, וכל שכן, טונקעלע של"ש, קלאטשן ביי לכה דודי, זינגען שבועות אהבה רבה, איז אויך אפען צו דעבאטירן.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » פרייטאג מאי 27, 2016 4:39 pm

טו א טובה, הער שוין אויף מדמה זיין א נייע טרענד צו לולב שאקלן און טאנצן הקפות.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » פרייטאג מאי 27, 2016 4:57 pm

מוטשע נישט האט געשריבן:פרידן, איך וועל מיר באציעהן צו דיינע נקודות

א. אלע אונזערע רבי'ס האבן דאס געויסט אין אעפ"כ האבן זיי עס נישט געטון אין חוץ לארץ - מען האט שוין ברייט ארוםגערעדט אז אפילו אין אר"י איז דאס א נייערע זאך, די גאנצע נסיעות איז אויך א נייע זאך. וואס איך מיין ארויסצוברענגן איז אז עס איז נישטא קיין שום חילוק צווישן מאכן א הדלקה אין מירון צו אין ירושלים, בני ברק, אדער חו"ל. פונקט ווי דער קשת איז א מנהג וואס מען טוט איבעראל, דאס זעלבע איז מיטן הדלקה. איי אונזערע רבי'ס? אסאך ענינים וואס מיר טוהן היינט איז נייע זאכן, ע"ע הושע"ר, תהילים ביום הפורים, הדלקת נר חנוכה ברוב עם, שמחת בית השואבה בתופים ובמחולות, וכו'. וכן לענין ל"ג בעומר, מקום הניחו לו מן השמים פאר די היינטיגע דורות.
הושע"ר, תהילים ביום הפורים קומט בכלל נישט דא אריין דא האט מען צוגעלייגט רוחניות נישט גשמיות
הדלקת נר חנוכה ברוב עם נישט ניי אבער ביי טייל יא שמחת בית השואבה בתופים ובמחולות, וכו'. די נקודה איז טאקע דערסעם אז עס פעלט אויס מער היינט אבער זיי זיי איז די שורש אלט, דאס הייסט מען האט אלף געמאכט שמחת בית השואבה וכו' נאר אויף א קלענערע פארנעם אין היינט האט מען נאר פארברייטעט מש"כ לענין הדלקות ל"ג בעומר וואס איז נייע משורשו


ב. די סיבה וואס מען טוט עס היינט יא איז נישט ווייל מען איז געקומען צו די הכרה וואספארא גרויסע ענין דאס איז - די תגובה צו דעם איז, האסט עס נאכנישט מיטגעהאלטן. וועסט צוקוקן די טענץ וויאזוי עס זעהט אויס מתוך דביקות ושמחה, ווי מען איז זיך מקשר מיט ר' שמעון, יא, ר' שמעון לכל, און יעדער וואס האלט דאס מיט וועט עדות זאגן אז מען שפירט א העכערקייט, עס טאנצט זיך ארויס, פעסער אהבה טרערן אהן גוזמאות. דאס האט מיט 'פאן' קיין שייכות, לא קרב זה אל זה. אודאי שפירן מיר נישט דאס וואס דער בעל החרדים האט געשפירט, אבער ר' שמעון לכל אפי' לפחותים. עס ווענט זיך אבער צו מען מאכט מיט אן אופן פון הוללות צו מיט אן ערנסקייט, פונקט ווי ביי די הקפות וואס יש ויש.
דאס האט מיט 'פאן' קיין שייכות, לא קרב זה אל זה גוזמא קתני איך האב עס שוין מיטגעהאלטן,
איך האב געשריבן אז די 70% אמעריקאנע פייערס איז 90% כוונה פאן אין די רעדסט פין די איבריגע 30% יא ביי עפי"ר ביי דעי וואס האבן עס שוין יארן געמאכט נישט ווייל מען האט יעצט אפגעמאכט אז מען דאף עס נאר ווייל זיי האבן געהאט א ענין דערביי ווי סטאלין וכו' גייסט אהין זעסטו אסאך מער ערנסקייט,

ג. אין פאקט רוב מענטשען ווייסן בכלל נישט די ענין פין די פייער - רוב מענטשען ווייסן בכלל נישט די ענין פון לולב שאקלן. אבער וואונדערליך איז צו זעהן סיי דאהי און סיי אין מירון ווי אפילו פשוטע אינגעלייט טאנצן מיט אן התרוממות און מיט אן ערענסטקייט.
לולב שאקלען טוט ער ווייל דער אויבשטער האט געהייסן אפ' ער קען נישט די כונה אין הדלקה ווייל? וואס הייסט ל"ג בעומר
מירון יא דארט איז אזאך וואס איז העכער אונזער באגריפן אין לי עסק בנסתרות, דא נישט ממש,
ד. היינט איז ביי אסאך פלען אידישקייט נישט אינטערסאנט, עס מוז זיין אנדערש - עס איז אפען פאר יעדן אפצומאכן וואס מיינט 'פלעין' אידישקייט און וואס מיינט 'אנדערש'. דאווענען מיט נוסח, זינגען ביים דאווענען, זיך שאקלן ביים דאווענען, וכל שכן, טונקעלע של"ש, קלאטשן ביי לכה דודי, זינגען שבועות אהבה רבה, איז אויך אפען צו דעבאטירן.
שוין געשריבן פריער א גרויס חילוק פין מאכן פין אידישקייט א עסק, צו פין א עסק א אידשקייט אבער עני וועי איז נישט געווען דאס מיין נקודה אז די זאלסט דאטס פרעגן מיין נקודה איז אז היינט איז דא וואס מיינען אז "נאר" דעמאלטס איז אידישקייט, אוודאי העלפט די גוטע געפילן צו צו אידשקייט עס געט חיזוק אויף ווייטער אבער עס איז נישט אזאך וואס מוז אלץ זיין יעדע מענטש דארף אמאל א טויש, אבער היינט איז דא אסאך וואס ער מוז אלץ פילן גוט אין דערהויבן אז נישט פאלט ער תחת הקרקע, א פשוטע תפילין לייגן איז נישט געדינט דעם אויבשטער הא ראיה ער האט גארנישט געשפירט
עס איז ערב שבת איך האב געשריבן קורץ איך האף וועסט פארשטיין אז נישט וועל איך מיך אויסקלארן נאך שבת

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מוצ"ש מאי 28, 2016 11:59 pm

כ׳וויל קודם כל, באדאנקען אלע מגיבים און דעם אשכול, פארען צי שטעלען אזא הערליכע און תוכן׳דיגע שמיעס. און בפרטות פאר @ניסעל, דעם פותח, זייער שיין אריין געפירט דעם נושא! און בפרטות פאר די דריי ניקים, @שפוזמון, און @פרידן, און @מוטשע נישט, פארען שרייבען לענגערע און קלארע שיינע תגובות. א דאנק אייך אלע!

יעצט צום ענין, בין איך נאך נישט, אנגעקימען צי מגיב זיין. וויל איך יעצט שרייבען בקיצר, ממה שנראה לעניות דעתי.

און קודם א שטיקעל סך הכול: איך זעה דא פאר מיר בעיקר צוויי זייטען און דעם דיבאטע. פון איין זייט זעה איך ווי @מוטשע נישט. שרייבט ממש הייליג פון די היינטיגע הדלקות, אזוי ווייט אז גייט און ער איז גאר מדמה די היינטיגע חו׳ל׳דיגע הדלקות צי כל מיני פריעדיגע, הייליגע זאכען, און חסידישע מנהגים, און ער גייט אזוי ווייט ווי צי שרייבען אז די היינטיגע הדלקות ״האבען מיט קיין פאון נישט קיין שייכות״. דאס איז איין עקסטריעם.

און פון די אנדערע זייט, זעה איך, @פרידן, און @שפוזמון, און די אנדערע עקסטרעם, @שפוזמון שרייבט, אז ער זעלבסט, האלט נישט ביים מיטאנצען מיט די היינטיגע משגעת׳ן. און איז בעצם נישט אינטערסירט צי גיין, חוץ צי נעמען זיינע קינדער, פלעג ער יא גיין.
און די זעלבע זאגט מער ווייניגער @פרידן, אז אויב די אמאליגע רבי׳ס האבען עס נישט געמאכט, איז פשט ווייל זיי האבען נישט גע׳האלטען דערפון, נאר די היינטיגע רבי׳ס וואס פירען דאס יא איין, איז ציליב דעם וואס, מען דארף היינט צישטעלען כלשונו, ׳אינטערטעמינט יודישקייט׳, אבער ס׳האט בעצם נישט קיים שום פשט.

בקיצר זעהט אויס ווי פון איין זייט איז דא וואס האלטען אז די הדלקות איז ממש הייליג, און האט מיט קיין פאון נישט קיים שום שייכות. און פון די אנדערע זייט איז דא וואס טענה׳ן, אז ס׳האט בעצם נישט קיין שום פשט, און ס׳איז א בחינה פון ׳אינטערטעמינט יודישקייט׳.
***

וויל איך ארויס ברענגען בקיצר הנראה לעניות דעתי, א שטיקעל מיטעל וועג.

איך מיין אז א יעדער וואס איז נאר אמאל געווען און מירון און לג׳ בעומר, ווייסט צי מחלק זיין, א הימעל און ערד, צווישען די היינטיגע הדלקות דא און חו׳ל, און די הדלקה ביי דעם הייליגען תנא רבי שמעון... א יעדער וואס ס׳איז נאר אמאל דארט געווען, ווייסט אז וואס מען מאכט דא, איז בלויז נאך געמאכט... און איז נישט די אמת׳ע זאך, געפילען און התעוררת, קען מען נישט נאך מאכען, נאר דאס זענען זאכען וואס קימען פון זיך אליינס.
אנדערע דא האבען גע׳טענה׳ט, אז ס׳איז פינקט ווי צי מאכען הדלקות און ארץ ישראל, נישט ביי דעם ציון הרשב׳י,
וויל איך אויף דעם אויך מחולק זיין, ווייל ווער ס׳ווייסט אביסעל וואס טיט זיך, ווייסט אז ״לג׳ בעומר״ איז בפירש יא געווען פארעכענט און גאנץ ארץ ישראל, פאר א יו׳ט, ציליב זייענדיג די לאנד פון רבי שמעון.
סא אנגעפאנגען האט זיך טאקע דא און עמעריקע, מיט די ארץ ישראל׳דיגע חסדות׳ן, ווי למשל סטאלון, וואס האבען ממשיך געווען מיט דעם יו׳ט פון רבי שמעון, אויך דא און חו׳ל.

יעצט לעניות דעתי, זענען בעצם טאקע גערעכט די וואס טענה׳ן, אז די הדלקות פון רבי שמעון, האט בעצם נישט קיין פשט צי מאכען דא און חו׳ל, און אינזערע רבי׳ס האבען עס טאקע נישט געמאכט. אבער למעשה אז לעצטענס איז דא רבי׳ס וואס האבען יא אנגעפאנגען מיט די הדלקות, אינו נראה לעניות דעתי, צי זאגען, אז ס׳ליגט און דעם נאר ׳פאון׳, און ׳כשר׳ע יודיש׳ע אינטערטעמענט׳. ווייל למעשה דאס מאכען אן הדלקה פאר רבי שמעון, איז דא אזא ענין, טאקע די מנהג איז נישט געווען לכתחילה געשטעלט, פאר חו׳ל, אבער למעשה ׳עקזיסטירט אזא ענין, סא וואס איז א נ׳מ צי מען מאכט עס ביים ציון הרשב׳י, אדער דא און חו׳ל? אויב ס׳דא אזא ענין פון מאכען א הדלקה לכבודו פון רבי שמעון, קען איך דא און חו׳ל אויך מאכען אזא זאך לכבודו, על אף וואס דער ענין, איז טאקע נישט נתקן געווארען פאר בני חו׳ל. קען איך אבער נישט גיין זאגען אז און דעם הדלקה ליגט פלעין פאון, אדער אינטערטעמענט.... ווייל ווי געזאגט איז דא אזא ענין. און נאך דערצו, אז מען רעדט ביי די הדלקות, איבער די מאמרים, און קדושה, פון רבי שמעון, פאסט זיך נישט אנציריפען אזא מעמד אינטערטעמענט, אדער פאון.


נאך אמאל, איך זאג נישט, אז די הדלקות ווייזען נישט אויף וואספארע שוואכע מצב אינזער דור איז, און איך זאג אויך נישט, אז ביי די הדלקות, ליגט דא דעם עצם ענין פון די הדלקות, וואס איז נתקן געווארען, צי מאכען דארט ביי דעם מקום קדוש, פון דעם ציון הרשב׳י.
נאר וואס איך זאג יא איז, אז סוף כל סוף, נאך אלע מעשה׳ס, קען איך נישט אנריפען די הדלקות, פלעין פאון אדער אינטערטעמענט, ווייל מען רעדט דארט פון די ענינים פון דעם הייליגען רשב׳י, און סוף כל סוף, איז דא בעצם אזא ענין פון מאכען אן הדלקה לכבוד דעם גרויסען תנאי, ממילא קען מען דאס נישט, גלאט אזוי אוועק מאכען בשתי ידיים.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג מאי 29, 2016 12:32 am

גאלדענע האסט זייער זייער שיין צולייגט, אבער קוק איבער מיינע תגובות איך האב נישט געשריבן אזוי שארף, אין איך האלט פין מאכן היינט פייערס אין איך בין געווען ביי א פייער די פראבלעם איז נאר אז מען דארף האלטן אז עס פעלט אויס
דאס איז פין וואס איך האב פריער געשריבן
פרידן האט געשריבן:דער ענין פין הדלקות איז נישט היינט געבורען ווען יא האב מיר זיך אפי' נישט וואס צו טענען, אין אלע אונזערע רבי'ס האבן דאס געויסט אין עפ"כ האבן זיי עס נישט געטון אין חוץ לארץ,
די סיבה וואס מען טוט עס היינט יא איז נישט ווייל מען איז געקומען צו די הכרה וואספארא גרויסע ענין דאס איז, נאר פשוט ווייל מען האט געשפירט אז דער עולם דארף עס האבן אין סתם אויפבאקען יעצט אז מען זאל מאכן א פייער ג' בשלח איז אינגאנצען אוט אף מיינד, נעמט מען א ענין וואס איז דא אין מען מאכט דערפין אזאך, קיים שום שאלה עס האט א תועלת דער עולם דארף עס היינט האבן אין אויף דעם וויין מער פארוואס מען דארף עס האבן,
אין פאקט רוב מענטשען ווייסן בכלל נישט די ענין פין די פייער, פשוט מען האט עס ליב איינער קוקט וואספארע עולם עס איז דא, אין איינער האט פלען ליב די קאנצעפט עפעס ברענט מען טאנצט מיט מיוזיק,

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג מאי 29, 2016 12:45 am

@פרידן, פון די ווערטער דיינע האב איך אזוי פארשטאנען.

פרידן האט געשריבן:שפוזמאנס פראבלעם איז פארוואס מען דארף היינט צוקומען צו הדלקות אוודאי האבן טייל רבנים איינגעזען אז עס פעלט אויס, אבער פארוואס, פארוואס 20-30 יאר צירוק האט עס נישט אויס געפעלט אין היינט יא, דאס זענען די רבנים נישט שולדיג דאס איז אונזער פראבלעם, פונקט ווי ווען מען האט אנגעהויבן אידישע צייטונגען אוודאי האבן דאס די רבנים געמאכט, אבער די זעלבע צייט געבליטוגט פארוואס מען דארף עס מאכן, אין איך האב שוין כמה פעמים גערעדט צו דיינים ורבנים וואס האבן פארשטאנען אז מען דארף היינט מער צושטעלן אינטערטעמענט אידישקייט אין ווען מען טוט עס איז עס נישט קיין עוולה אבער על אלה אני בוכיה
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג מאי 29, 2016 1:22 am

מיין פראבלעם איז אויסער דאס וואס אנדערע ברענגן ארויס דעם ווייטאג פארוואס מען דארף צוקומען דערצו, צו דעם קומט נאך צו דעם פאקט אז מען נעמט די טפילים און מען מאכט עס פאר עיקרים.

היינטיגע צייטן איז סתם אזוי אן ערליכער מערב, א בלאט גמרא, א פאר קאפיטלעך תהלים, העלפען א איד שלעפן א פעקל, אדער העלפן א איד גיין אויף די פוס, כיבוד אב, 100% כשר געלט, נשאת ונתת באמונה, נישט דוקא עפעס אזוי חשוב.

מקואות אין מאגלינצע, פארן אויף קרעסטיר, געבן ריזיגע פרישטאגס לעי"נ רבי ישעיעלע, שבת התוועדותער, מיט שטיצן אלע מיני געלונגענע פי אר כוללים (אנטשולדיגט פאר די ערבוביא) און נאך צענדליגער אזוינע מיני זאכן פארנעמט ביי געוויסע דעם אויבן אן אנשטאט די "בעסיקס" פון אידישקייט.

די תגובות פון מאנכע דא פאר ווער עס האט זיך געוואגט מפקפק צו זיין אויפן מנהג עתיק פון הדלקות חו"ל וואס איז ניטאמאל 20 יאר אלט פראווט מיין פוינט.

(אין יושר דברי אמת איז ער זיך דאכטזעך מתמרמר אויף די וואס זענען מחשיב מער די פיוטים ראש השנה ווי די עצם דאווענען. אונז רעד מיר שוין אסך ווייטער. ואכמ"ל).
לעצט פאראכטן דורך היימישער אינגערמאן אום זונטאג מאי 29, 2016 1:30 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג מאי 29, 2016 1:28 am

אוי ווי גערעכט

און נאכדעם איז נאך דא אידן וואס פרייען זיך מיט א ג אכשר דרא
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג מאי 29, 2016 11:00 am

ס"ה זעה איך אז די גאנצע טענה אויף די הדלקה איז אז אונזערע רבי'ס האבן עס נישט געמאכט, וויל איך ענק זאגן אז איך האב עס יא געזען ביי מיין רבי, דעס אז מיין רבי האט עס נישט געזען ביי זיין רבי איז מיר בכלל נישט נוגע.
וויייל אויב גיי איך אנהייבן אזוי טראכטען גיי איך גאר שנעל אוועקפארן פונעם ריכטיגען וועג, איך ווייס אז איך בין א פלעינע איד וואס האט אינטערנעט און איך בין צו קליין אריינצורעדן אין דעי זאכן, סא האב איך א רבי און איך טוה וואס איך זעה ביי אים בלינדערהייט,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג מאי 29, 2016 11:07 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:ס"ה זעה איך אז די גאנצע טענה אויף די הדלקה איז אז אונזערע רבי'ס האבן עס נישט געמאכט, וויל איך ענק זאגן אז איך האב עס יא געזען ביי מיין רבי, דעס אז מיין רבי האט עס נישט געזען ביי זיין רבי איז מיר בכלל נישט נוגע.
וויייל אויב גיי איך אנהייבן אזוי טראכטען גיי איך גאר שנעל אוועקפארן פונעם ריכטיגען וועג, איך ווייס אז איך בין א פלעינע איד וואס האט אינטערנעט און איך בין צו קליין אריינצורעדן אין דעי זאכן, סא האב איך א רבי און איך טוה וואס איך זעה ביי אים בלינדערהייט,

בלינדערהייט. ווי איך פארשטיי ביסטו א סאטמערער סא לשיטתך דער חסיד וואס זיין רבי איז געווארן א ציוני פונקט אזוי גערעכט. דאכטזעך דער דברי יואל האט נישט אזוי געהאלטען.

צוריק צום ענין ווי איך קוק אן דעם נושא דא איז בכלל נישט צו מען זאל טוען און גיין ווען דיין רבי מאכט א הדלקה, אודאי זאלסטו גיין געזונטערהייט. די נקודה וואס ווערי ארויפגעברענגט איז

א.שפלות הדור. ב. מאכן פון טפילים אן עיקר אווי מאנכע דא האבן געשריבן אין תגובות.

איך מיין מען האט עס שוין גענוג קלאר ארויסגעברענגט.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג מאי 29, 2016 11:08 am

וז״ל ספר מועדים לשמחה
צוגעלייגטע
image.jpeg
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג מאי 29, 2016 11:10 am

ב
צוגעלייגטע
image.jpeg
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21730
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 29, 2016 11:12 am

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:דער אשכול האט מיך דערמאנט פון דעם אשכול
viewtopic.php?p=1028702#p1028702

תמחול לי, א"כ קענט איר נישט אלע חשוב'ע מגיבים דא פערזענליך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג מאי 29, 2016 11:16 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ס"ה זעה איך אז די גאנצע טענה אויף די הדלקה איז אז אונזערע רבי'ס האבן עס נישט געמאכט, וויל איך ענק זאגן אז איך האב עס יא געזען ביי מיין רבי, דעס אז מיין רבי האט עס נישט געזען ביי זיין רבי איז מיר בכלל נישט נוגע.
וויייל אויב גיי איך אנהייבן אזוי טראכטען גיי איך גאר שנעל אוועקפארן פונעם ריכטיגען וועג, איך ווייס אז איך בין א פלעינע איד וואס האט אינטערנעט און איך בין צו קליין אריינצורעדן אין דעי זאכן, סא האב איך א רבי און איך טוה וואס איך זעה ביי אים בלינדערהייט,

בלינדערהייט. ווי איך פארשטיי ביסטו א סאטמערער סא לשיטתך דער חסיד וואס זיין רבי איז געווארן א ציוני פונקט אזוי גערעכט. דאכטזעך דער דברי יואל האט נישט אזוי געהאלטען.
צוריק צום ענין ווי איך קוק אן דעם נושא דא איז בכלל נישט צו מען זאל טוען און גיין ווען דיין רבי מאכט א הדלקה, אודאי זאלסטו גיין געזונטערהייט. די נקודה וואס ווערי ארויפגעברענגט איז
א.שפלות הדור. ב. מאכן פון טפילים אן עיקר אווי מאנכע דא האבן געשריבן אין תגובות.
איך מיין מען האט עס שוין גענוג קלאר ארויסגעברענגט.

איך האף דו פארשטייסט אליין די חילוק, פון עובר זיין א איסור על פי היתר האדמו"ר, ביז צו האלטען א מנהג,
און אין הכי נמי די אידען וואס האבן קיינמאל נישט דורך געטוען די נושא פון בחירות וכדו' [און זיי האבן עס נישט געהאט וואו א דורך צוטוען], זענען בכלל נישט עובר מיטן גיין מען וועט זיי בכלל נישט שמאסן, עס איז אפילו א שוגג אויך נישט וואס איך זאג שהיה לו ללמוד ולא למד,
אדרבה זאג דו, דו האסט אז מהיום והלאה איז שוין בכלל נישט דא אזא זאך ווי קוקן וואס א רבי טוט ווייל מענטשען זענען זיך טועה, אפשר טאר מען שוין נישט פאלגען קיין דיין, ווייל איך האב שוין געטראפן מער ווי איין מאל א דיין ביי א גראבע טעות,
עס איז דא א גאנצע פרשה אין די תורה וואס הייסט פר העלם דבר, וואס די בית דין דארף ברענגען פארן פסקענען פאלטש, אבער אין די זעלבע תורה איז דא א פרשה פון סקילה פאר א זקן ממרא וואס פאסקענט אנדערש פון בית דין, נאר וואס דען א מענטש טוט דורך א הלכה און ער זעהט אז בית דין איז זיך טועה מעג און דארף פאר זיך מחמיר זיין, אבער ח"ו וח"ו מקיל צו זיין וכ"ש וכ"ש זאגן פאר אנדערע אז בית דין איז זיך טועה, וכן כהיום לגבי רבנים ודיינים, [איך בין פארקראכן לגבי בחירות]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג מאי 29, 2016 2:00 pm

אקעי, בינעך אריינגעפאלן דא, פאר איך קריך ארויס, העמער איבערלאזן עפעס לקט שכחה פאה.

קודם נוגע פייערס אין חו"ל, עה, סאיז בכלל נישט קיין נייע זאך, זייט איך בין א גרויס אינגל, ביז איך בין א חתן געווארן נמ"ג, בין איך נאך יעדעס מאל געווען, אדער אליין געמאכט א הדלקה ל"ג בעומר, ביי די טיכטיגע אינגווארג איז עס בכלל נישט ניי, עס איז ניי נאר ביי די רבנים, מגי"ש, (ביי די משגיחים איז עס אויך נישט ניי, געווענליך פלעגן זיי אנקומען צו א פייער אין ל"ג בעומר... א משגיח וואס האט נישט געכאפט א פייער ל"ג בעומר, וואלט איך באזייטיגט פון זיין פאסטן...) סא זאלן זיי די רביס, מגי"ש, ראשי ישיבות, זוכן טעמים, ביי אונז המון עם איז עס א אלטע מנהג... און מנהג אבותינו בידינו... מיינע עלטערן אין די אינגע יארן האבן מסתם אויך געמאכט פייערס...

סא קודם איז זייער א פארשטענדליכע זאך, אויב אלע צולאזטע פרומע בחורים מאכן פייערס, מצינד אינטער רעדער, מאטראצן, וכל מילי דמיטיב, דאס אליין איז א סיבה צו מאכן איין גרויסע פייער, כל מה דאסר לך רחמנא שרי לן דכוותיך, און עס מאכן לעגאל, און אפי' עס מאכן גרויס און הייליג.

[סמוכין לדברי, ח"ו נישט אויף צוזאם צו שטעלן דעם ציווי ה' צו פשוט'ע מענטשן, נאר פשוט ווי מטרעפט אזא געדאנק.

דער הייליגער רמב"ם איז מסביר דעם ענין פון קרבנות, ווייל קרבנות איז געווען א זאך וואס יעדער אין יענע תקופה פלעג טון פאר ע"ז, ע"כ מענטשן וואלטן זיך נישט געקענט אפגעוויינען דערפון, ע"כ האט דער אייבישטער געזאגט אז מזאל ווייטער ברענגען קרבנות, נאר פארן באשעפער.

[וז"ל, היה הנוהג המפורסם בעולם כולו הרגיל אז הקרבת מיני בעלי החיים. לפיכך לא חייבה חכמתו יתעלה שיצווה אותנו בעזיבת כל מיני העבודות הללו ולהזניחם ולבטלם, לפי שזה היה אז מה שלא ייתכן לקבלו לפי טבע האדם. ולפיכך הניח אותם מיני העבודות, והעבירם מהיותם לנבראים ולדברים דמיוניים - לשמו יתעלה. מו"נ ח"ג ל"ב]

דער הייליגער רמב"ן איז שארף מחולק, ער ברענגט ראיות פון קין און הבל וואס האבן נאך געברענגט קרבנות נאר פאר די עובדי עבודה זרה, אנדערע ראשונים קריגן זיך אויך, עכ"פ נישט אריינצוגיין אין דעם שמועס, זעט מען מעין פון אזא מושג)

עני וועי, מיין פוינט איז, אז ביי די קנאי'שע בחורים, (וואס זיי דארפן געווענדליך פארפירן אויף נייע זאכן) איז עס א אלטע מנהג, עס איז פשוט ניי ביי די רבי'ס און ראשי ישיבות...

השנית, איך פלעג אמאל אויך חוזק מאכן דערפון, ביז מיינע קינדער האבן אנגעהויבן אינטער צו וואקסן, איך שיק זיי היינט צו טאגס צו די הדלקה, איך מאך נישט חוזק דערפון, אז טויזנטער אידן יראים ושלימים טאנצן מיט התלהבות, מאכט מען דאס נישט אוועק במחי יד, כמיין ממאכט דאך דאס נישט פאר א גאנצע עסק, מטאנצט אפ מווערט אביסל נתעורר, און מגייט ווייטער עס איז נישט עפעס א זאך וואס האט א המשך, כמיין איך מאך נישט חוזק, אבער איך מאך זיכער אז מינע קינדער ווייסן אז עס איז א נייע מנהג, א מנהג וואס מפלעגט אמאל נישט צולאזן, אבער סאיז א שיינע זאך, אזא יא יא/ניין ניין מנהג.

די עצם פייער קען מען אנקוקן ווי ווארפן פאקלען ביי שמחת בית השואבה, עס איז א געוויסע וועג פון אויסדרוקן שמחה, עס האט לאו דוקא מיט די פינף אותיות ה-ד-ל-ק-ה.

(בדרך כלל האב איך א גרעסער טשעלענדזש (נסיון) נישט חוזק צו מאכן פון די אומאן געפארעריי, א זאך וואס טויזנטער אידן יראים ושלימים טוען אויך, הגם דארט איז עס מער א מאוומענט, נאך אלץ איז עס א אלטע זאך, וואס פריערדיגע הייליגע ברסלאווע חסידים האבן געטון, קען מען אויך נישט סתם ליצנות מאכן, זעלבסט פארשטענדליך אויב איז עס א פאריקטע מאוומענט, אפי' טויזנטער אידן טוען עס וועלמער חוזק מאכן דערפון ווי עס ברויך צו זיין, למשל משיחיזם וכו').

אקעי, שוין פארפארן, פאר תגובה'לע פאר, שלח באצייטנס, ווייל נאך אביסל איך שרייב אין דיר תגובה'לע וועט מען דיך זיכער פארשיקן פון איי וועלט, גיי, נא

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג מאי 29, 2016 2:16 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אנדערע דא האבען גע׳טענה׳ט, אז ס׳איז פינקט ווי צי מאכען הדלקות און ארץ ישראל, נישט ביי דעם ציון הרשב׳י,
וויל איך אויף דעם אויך מחולק זיין, ווייל ווער ס׳ווייסט אביסעל וואס טיט זיך, ווייסט אז ״לג׳ בעומר״ איז בפירש יא געווען פארעכענט און גאנץ ארץ ישראל, פאר א יו׳ט, ציליב זייענדיג די לאנד פון רבי שמעון.

גאנץ א שוואכע סברה אויב האסטו נישט קיין בעקינג דערפאר נאכדערצו אז אין גאנץ א"י איז אויך א נייע זאך

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג מאי 29, 2016 2:59 pm

@סאדאם @צווייפעל אין אלע אנדערע איך וויל נאכאמאל קלאר שטעלן עפעס וואס איך אין רוב מגיבים מצדינו האבן געשריבן
אונז האב מיר נישט אראפ געריסן אין אוועק געמאכט די למעשה מאכן די הדלקה, אין עס איז א גוטע זאך מצד די רבנים, אין זייער גוט טוען זיי אין עס איז אפי' א וויכטיגע זאך היינט,
מען האט נאר ארויס געעברענגט "אונזער" חסרון אז מען דארף עס מאכן אין אז עס איז א מצב אז עס איז וויכטיג אין אז עס איז א גוטע זאך
אין קורצן די חסרון איז אז עס איז א מעלה

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » זונטאג מאי 29, 2016 3:43 pm

גאלדענע פעדער, דברים של טעם, אבער איך וועל מיר ערלויבן מחולק צו זיין.

אוודאי איז דא א חילוק לגבי די 'געפילן און התעוררות' צווישן די הדלקה וריקודין אין מירון צו די הדלקות וריקודין אין אנדערע פלעצער, אבער צו זאגן אז דאהי מאכט מען נאך, דאס איז נישט ריכטיג, דארט האט מען וואס מען האט דארט און דא האט מען וואס מען האט דא, און ווי אנדערע האבן שוין באריכות ארויסגעברענגט איז די יו"ט אין ארץ ישראל אויך א נייע זאך. און עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס דאהי זאל מען דאס נישט מאכן.

היימישער אינגערמאן, אוודאי איז היינט א דור פון סגולות און נאך, אבער רוב פי אר, קומט פון, און מיינט 'געלט', עס איז נישט קיין שום ראי' אז דאס זאל ווערן די עיקר ביי כלל ישראל, אדרבה די תורה, וגמילות חסדים, איז פיל שטערקער, עי' ערך די פילע שיעורי תורה, די פילע חסד ארגעניזאציעס.

און צו די אלע וואס פארפירן אז דאס איז צוליב ירידת הדורות, היינטיגע צייטן, וכו' וכו', דאס איז באמת א באזונדערע נושא וואס דארף באהאנדלט ווערן, איך גלייב אז עס איז שוין דא ערגעץ אויף אונזער וועלטל א שמועס דערוועגן. לענ"ד מיר האבן טאקע נישט די גדולים ומנהיגים וואס זענען געווען אמאל, מיר האבן היינט פיל גרעסערע נסיונות ווי אמאל, די הסתר פנים איז אסאך גרעסער, אבער כלל ישראל בכלליות שטייט היינטיגע צייטן אסאך אסאך שענער ווי די דורות בעפאר, מיר האבן זיך גארנישט צו שעמען! איר ווייסט אפשר וויפיל קינדער האבן געלערנט אינדערהיים אין ת"ת, וויפיל בחורים האבן געלערנט אין ישיבות? וויפיל בעלי בתים האבן געקענט א צורת האות? היינט איז א מצב פון אכשר דרא! במלא מובן המילה. די תורה ועבודה וגמילות חסדים וואס איז דא היינט איז מיט עשר מעלות העכער פון וואס עס איז געווען אמאל. און דאס איז שוין מיט די גרויסע הסתרת פנים, מיט אלע היינטיגע נסיונות און מיט די גדולים שבדורינו. עכ"פ צו זאגן אז מען דארף היינט צושטעלן מער 'אינטערטעינמענט' ווייל ס'איז א מצב פון ירידת הדורות, דאס האט נישט קיין יסוד.

איין זאך נאר, די תמימות'קייט פון די אמאליגע אידן דאס איז שוין נישטא, און דאס איז טאקע אונזער פראבלעם דא. היינט איז יעדער פרומער פונעם צווייטן, און אויב איז מען פרומער קען מען דאך שוין יענעם אינגאנצן אוועקמאכן, דאס התבטלות צו אן ערליכע איד איז פוחת והולך, יעדער איז שוין ערלויבט צו האבן אן אייגענעם דעה, אן אייגענעם השקפה, אויב איינער פירט זיך אנדערש מאכט מען חוזק מאכן און ליצנות מאכן אז אז ס'איז מלא שקר ובלאף, ווייל נאר מיין דרך איז אויסגעהאלטן.

בקיצור ווייל ס'איז אכשר דרא, און יעדער האלט זיך פאר אן ערליכע איד, ערלויבט מען זיך גרינג יענעם צו באגראבן מיטן 'ירידת הדורות' לאזונג.
לעצט פאראכטן דורך מוטשע נישט אום זונטאג מאי 29, 2016 7:56 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג מאי 29, 2016 3:45 pm

אכשר דרא בחיצוניות, ירידות הדורות בפנימיות
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג מאי 29, 2016 3:57 pm

ר' מיכאל בער פלעגט זאגן אידישקייט היינט האט זיך אויסגעשפרייט אסאך ברייטער נישט טיפער
@מוטשע נישט בערך ביטו גערעכט וועגן די חילוק אמאל אין היינט אבער די פראבלעם פין תמימות איז נישט די פרומע די משל

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1495
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג מאי 29, 2016 11:31 pm

איך זעה אז @משנה מקום, און @מוטשע נישט, זענען נישט מסכים מיט וואס כ'האב געשריבען, אז לג' בעומר, איז דיירעקט יא א ארץ ישראל'דיגע יו'ט! און זיי שרייבען מיר אז ציריק, אז ניין, סאיז א נייע זאך דארט, פינקט ווי דא און חו'ל.

איז אזוי, כ'האב נישט ביי מיר קיין קלארע באווייזען, אדער נעמען פון רבי'ס, וואס האבען געמאכט הדלקות און ארץ ישראל, לכבוד הרשב'י, נישט און מירון. און פון וועלעכע יאר ס'האט זיך אנגעפאנגען. אזוי פיל קען איך יא זאגען, אז כ'האב געהערט פון די נקיי הדעת פון ירשלים, אז אין ארץ ישראל, איז לג' בעומר, אייביג געווען א יו'ט. אפי' נישט ביי דעם ציון הרשב'י, זייענדיג די לאנד פון רבי שמעון.

זאלען קימען ביטע, די וואס ווייסען מער פרטים, און שרייבען, ואני את נפשי הצלתי...
--

בקיצר נמרץ מיין תשובה צי דיר, @מוטשע. וואס איך האב געשריבען וועגען אז דא און חו'ל איז בלויז נאך געמאכט.

באדערט מיר פשוט זייער שטארק, די וואס מאכען א מצב, און זאגען אז ביי זייער רבי'ן איז פינקט אזוי דערהויבען ווי מירון, אדער גאר נאך מער דערהויבען ווי מירון... און אויף דעם האב איך מיך געבייזערט און מיין פריענדיגען תגובה, ציליב דעם וואס א יעדער בר דעת, וואס איז נאר אמאל געווען ביי ציון הקדוש פון דעם תנאי אלקי, ווייסט צי מחלק זיין, צווישען דאס זיין ביי דעם ציון הרשב'י, און דאס זיין ביי די חו'ל'דיגע הדלקות,
און פאר דעם באדערט מיר פערזענדליך די טפשות פון מאנכע, פון אפי' ציגלאכען די הדלקות דא און חו'ל, צי דעם הדלקה ביי דעם ציון התנאי אלקי רבי שמעון בר יחאי, ואין להאריך יותר בזה, כי כבר הארכתי יותר מדי...

א גיטע נאכט ליבע יודן.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5039
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג מאי 30, 2016 8:06 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:און אויף דעם האב איך מיך געבייזערט

ח"ו כעס איז די ערגסטע זאך, און אפילו ביי משה רבינו שטייט אז בא לכלל כעס בא לכלל טעות,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6385
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג מאי 20, 2019 7:42 am

Thanks

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » דאנארשטאג מאי 23, 2019 2:41 pm

האט איינער קליפס פון הדלקות איבער די גארער וועלט
אויב יא ביטע זייט מהנה דעם עולם
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר משכתבתי!

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1835
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג מאי 23, 2019 2:57 pm

.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 9 געסט