שכינה בצער

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

שכינה בצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

המקום ימלא חסרונך, ושכינה מה אומרת?
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיר איז א פלא דיין באמערקונג אז "ס'נעמט מיר שוין פיל פיל מינוטן און מח אנשטרענגונגען דאס צו באשאפן און אהערשטעלן"... חדא הוא לי וחדת הוא לי, ווייל ביז היינט האב איך געלעבט אין א גרייז אז דער גרויסער רבי געט א שאקל מיטן פאטשיילע און די קיע-באורד קנעפעלעך נעמען זיך פליען מיט א רוח אסתנא המשבר הרים ומרסק סלעים געמאסטן 7.7 אויפן מדת השופט כל הארץ, עס איז ממש א בחינה פון קפצה לו הארץ, די אותיות נעמען זיך פורח זיין בקרחתו או בגבחתו און שטעלן זיך אריין אין פלאץ צו פארשאפן פאר אונז אלע אן אויספלאץ אויפן פלאץ אינעם קעניג'ס פאלאץ בארמונו של מלך, מאן מלכי רבנן, מאן רבנן רבינו הגדול ותלמידיו הגדולים זרחא ומילעריא ותלמידי תלמידיו הלא הוא אני הקטן עבד לעבדי ה' שאינו מגיע לקרסולי רגלי המרן הגדול לממשלת ביום ובלילה ובני היכלא ניקו.

לאמיר האפן אז די צייט און געדולד וועלן זיך אומקערן צו דיר, און ברבות הימים (ווען די טעג וועלן זיין צו לאנג) וועסטו זיך פרובירן מצמצם זיין און איבערשרייבן דאס אלטע, הגם כי קשה עתיקא מחדתא, איז דאך טאקע לפום צערא אגרא, חחח וחמרא לפום רבנן ותלמידיהון, ונאמר א גוטע נאכט, ומחה ה' דמעה על כל פנים ואופן.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קרעמער, יעדעס ווארט איז ווערד קעש.

היכל, ס'איז כמעט יצא הפסדך בשכרך...
An article a day keeps the babies away
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

קרעמער, כ'האב נישט געוואוסט אז דו ווערסט אויך צולאזט אין א יום המעונן... שוין לאנג, לאנג, נישט געלאכט פון דיינ'ס א תגובה זוי גוט ווי היצטערט. כמותו תרבה! יעדעס מליצה באזונדער כדאי היא לעצמה, און ווער רעדט דער צוזאמענפלעכט. ממש מעשה ידי אומן, מעשה עבות שש משזר!
**

תנו רבנן, כשישב רבי בצער נכנסו תלמדיו לבקרו. אמרו לו: רבינו הגדול מפני מה אתה בצער? אמר להם מצטער אני בצערא דשכינתא, ומנלן הא? דכתיב (תהלים צ"א) עמו אנכי בצרה. כיון שראו תלמידיו צערתא דשכינתא דקא מצערא עמי' דרבי, רצו לנחמו, ולא קבל. עד שבאו תלמידיהון ותלמידי תלמידיהון, ואמרו לו: רבי, רבי, אם בארזים נפלו השלהבת מה יענו אוזבי קיר? והלא לא כך למדתנו רבינו כל הימים, כי כל מה דעביד רחמנא לטב עבד. קבל רבי התנחומין, ותחי רוח רבינו הגדול!

שוין, דאס אויבנדערמאנטע איז בלויז געווען אביסל זיך מעשוגע צו מאכן אינעם היינטיגן יום המעונן, וועלכער איז דער צווייטער אין צאל, אבער וואס אן אמת גערעדט איז דער צער פיל, פיל, גרעסער פאר אונז צוהערער ווי פאר דיר. נעמליך, וואס פעלט דען דיר? דיינע געדאנקען זענען דאך געבליבן ביי דיר, דו האסט זיי אין באזיץ, דו ביסט מלא וגדוש מיט זיי, און ס'וועט דיר נישט ארויספליען פון קאפ בין יום המעונן ללילה. דער פראבלעם איז נאר, אז פון "אונז" פעלט. מיר האבן נאך לעת עתה נישט די זכי' געהאט נהנה צו זיין דערפון. ועל דא קא בכי רבנן ותלמידיהון, קרעמער וכל בני היכליא.

נא אל תעזוב אותנו, לאז אונז נישט מיט'ן צינג אינדרויסן. טרינק אונז אביסל אן פון דיין "זיסן" קוואל, וועלכער איז כמעיין המתגבר. עשה נא למענינו אם לא למענך!
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

היכלא איך האב זייער א ברייטע מיטלייד מיטיר,
אולי זכינו וואלט איך אזוי הנאה געהאט פון דיין ארטיקעל און געלאכט דערפון אזוי ווי איך
( און וויזוי זארעך האט שוין אויך ערווענט) האב געלאכט פון קרעמער הערה.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

היכלא, מיר פילן אייער צער, ס'איז א גרויסע פארלוסט, מיר האבן שוין דאכצעך אלע דא מיטגעמאכט אטא דאס, דער אייבישטער זאל טאקע העלפן אז א רוח דרומית זאל אלעס פריש אריינבלאזן ביי דיר אין מוח און פון דארט צום קיבאורד, און פון דארט און ווייטער איז פאלג מיר א גאנג,

אבער זארעכ האט דאך ארויסגעברענגט דער עיקר פונעם צער, מ'ברויך נישט קיין סאך איבערחזר'ן, אבער דער עיקר איז, "מיר" זענען די וואס האבן פארלוירן! מיר ברויכן יעצט א נחמה, מיר זענען געבליבן אימוויסענד און מיר ווארטן אז איר זאלט עס איבערשרייבן!


המקום ימלא חסרונך/חסרינו,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

שוין אמאל געהערט א רבי אריינקומען צום שבת הגדול דרשה און אויסרופן: מוירעוועראבויסיי, כ'הבא פארגעסן די דרשה...

ס'הייסט? א גאנצע מעשה כ'האב עס אפגעשריבן אויף א צעטיל, בקיצור, א קינד מיינס אויסגעגאסן קאמפאוט דערויף, עניוועי, ש'טא, פארגעסן די דרשה...

ס'א געשעפט איז דאס? קודם שרייב עס איבער, צווייטנס, שרייב כאשט עפעס אנדערש, דריטנס.... כ'האב שוין געזאגט צווייי טענות, קיצור.

רעב כאל'טשע רעב כאל'טשע, על צערך בכית על צערינו לא בכית? נעמסט דען אחריות אויף אונזער צער אז מיר ווייסן אז א פרי פינגער'ך, וואס סתם א קליינטשיג צגובה'לע פון דיר פארמאגט אין זיך מער תוכן ווי אין מיינס א גאנצן ארטיקל, און דא רעדט מען שוין פון אזאנס וואס דו רופסט שוין אן "א לאנגס און ברייטס כדבעי", און דאס איז פארלוירן געגאנגען און דו טוסט גארנישט דערוועגן? געב כאטש עפעס א ממלא חסרונך.

רבי, מיר זענען בצער, זאג אונז כאטש עפעס א גוט ווארט. און איך גלייב אז דו אללינס ווערסט אויך אויפגעלעבט פון דיינס א גוט ווארט, וועט שוין דיי צער אויך אביסל געלינדערט ווערן, וועט דאך זיין זה נהנה וזה נהנה, ומחה ה' דמעה מעכ"פ. אמן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יענטאאש;

דיין חתימה הרג'ט די גאנצע עמאציאן וואס דו בויעסט סוקסעספול אויף מיט די לאנגע תגובה...

פאר די רעקארד: די חתימה פון היינט צוטאגס איז "וואטלאחכסטזע?.."
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 1:24 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

בעני, ווי לענגער דו שרייבסט, אלס מער נעמסטו מיר אוועק דעם מעגליכקייט מגיב צו זיין. כ'בלייב אן א לשון!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

איך בין פאררויטלט, באמת. כ'מיין, וואס זאל איך יעצט טון? צוריקליינען? קודם קען איך נישט אזוי גוט קיין טראפן, נאכער, כ'שעמעך נישט צו זאגן, איך קאן דאס ניקס נאכמאכן.

ווייס וואס כעלעך טון רעב כאל'טשע פאר אייערט וועגן, איך וועל עס נאכאמאל איבערליינען. פאר מיר האב איך עס שוין איבערגעליינט א צוויי דריי מאל, פאר איר האב איך עס שוין פרובירט צו טייטשן, איצט העליך עס נאכאמאל איבערליינען און נהנה זיין, אבער דאסמאל פארייערט וועגן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

yo yo yo, (סארי עס זאגט זיך בעסער אויף שחור'יש.. געב מיר עפעס אידישע ווערטער דערויף) וואס האסטו געטאן דא מיט אונז היינט אויפדערנאכט? עס איז טאקע ליל ששי, אבער מיר האבן דאך א גאנצן פראגראם אנגעגרייט אויפן אווענט, און דא רויבט ער אונז צו דאס גאנצע צייט מיט די כפול שמונה'דיגע אותיות פורחות באור זקוקין דנורא נהורין כשבילי דרקיעא אוי ליכט ליכט, הביט והציץ און ער רופט זיך אן ווי א גולם "מים מים", מיינענדיג אז דאס זענען עפעס פארשטענדליכע און טרונקבארע ארטיקלן. אבערוואז? דא ליגט דאך טמור ונעלם רזא דרזין, סודות עילאין וואס ווערן נישט נתגלה נאר אחת לאלף שנים לאיש אחד מאלף מצאתי רב רבנן בני היכלא גדול מרבן שמו הטוב הולך לפניו בכל קצוי תבל התחתית המודבק ברשת מעשה חושב (טראכט ארבעט), אוי ווי הייבן מיר אפילו נישט אן צו באגרייפן הוד יקרת מעלת כבודו, אשרינו מה טוב חלקינו שיש לנו רבי כזה, אוי אוי ב בנ בני, בני ה, בני הי, בני היכ, בני היכל, בני היכלא מקרעטשמע!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

יעצט, נאכן אביסל אויסשרייען די היסטעריע וואס האט זיך געשאפן אינעם אויבערשטן טייל פון די קומת האדם, וועלן מיר זיך פון פריש נעמען צו די ווערטער פון רבינו הגדול, און מיט א קלארקייט פרובירן צו פארשטיין עומק כוונתו, אויב עס וועט אויספעלן וועלן מיר זיך משתמש זיין מיטן "מתיבתא" בני היכלא, ניתי ספר וניחזי.

זאגט די הייליגע בני היכלא:
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

איי כאלי כאלי, רבינו הגדול, דו ביזסט דאך דער ריכטיקער מעמיד הדת על תילה... די ווערטער זענען ארים. און דערויף בינעך שפראכלאז..
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

אוי אוי היכאלא ווי לאנג קען מען דען איינעם מספיד זיין,
אלא מאי אז דאס וואס דו האסט פאלוירן איז אויך געווען א הספד,
און דאס האסטו טאקע צוריקגעברענגט,
איי איי איי ווי נעמט נאך אזעלכע זיסע און זאפטיגע לשונות,
ליינענדיג דיין ארטיקעל האב עך געלאכט און געוויינט,
אנהויבענדיג ווי דו פראקסט יעדעם אויס כמעט חוץ דיך, וואס? וועם נישט?
דערנאך די מפקה נינע צווישן קארלין און ברסלב וואס איז ממש זעהו,
א טרויער שלייער האט זיך ארויסגעלאזט אויפן פרייען לופט ,
זענדיג די פארלוסט פאר די אויגן נאכאמאל, שיעורנישט,
ווען מיטן דרוק אוויפן צוריק קנעפעל איז פריש פארמעקט געווארען ס'הספד,
און גלייך דערנאך צוריק צו פרייליכע מינע וואס איז געווען אויסגעגאסען ביז היצטערט
אז מקען דרוקען דעם פאראויסקנעפעל און אלעס איז דא צוריק,
און טראכט אריין טיפער האט דאס קיינמאל נישט פאסירט אפילו,
עס איז נאר אזא משל אריינגעשפריצט אז עס וואלט ווען געקענט פאסירען,
עפטער אלל, פאר אלעעם איז דא א ריפלעיסמענט.
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

נאכאמאזל אז כ'האב עס הערשט יעצט געליינט, אזוי האבעך אנגעהויבן די פרישע וואך, מיט אז מעכטיגע ארטיקל, און לאמיר האפן אז די גאנצע וואך וועט מיר גיין אזוי גוט, אמן.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דער בני, וויפיל מיר הערן פון אים איז עס יעדעס מאל א נייער חידוש וואס 'איין' מענשט פארמאגט אין זיך, איך האב עס הערשט יעצט מאנטאג אינדערפרי געליינט, ווארום איך בין שוין נישט דאהי געווען עטליכע טעג, עס האט מיר אריינגעבלאזן א חיות אינען פרישן ארבייטס-וואך,

קרעטשמע'לע קרעטשמע'לע.., איר האט קיין בעסערן אויסוואל נישט געקענט מאכן!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
namlich
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2022 2:20 pm

Re: שכינה בצער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך namlich »

still not solved ! oh no
האסט געליינט מיין תגובה? האסט הנאה געהאט? געב א לייק!
דאס גיבט כוח און מוט צו שרייבן נאך!.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”