"חנוכה אשכול"

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

"חנוכה אשכול"

תגובהדורך לאקשען ברעט » זונטאג נובעמבער 11, 2007 2:10 pm

בס"ד

דא אין דעם אשכול גרייט מען זיך צי אויף חנוכה
אלעס וואס האט ציטוהן מיטען יו"ט חנוכה
איז וועלקאם אין דעם אשכול

אין וועליך זיין אדער מתחיל במצוה

- די קנויטען וואס ריפט זיך "פתילות הפלא" ברענט די בעסטע אין מיין עקספיריענס סיי עס ברענט זייער שיין אין סיי עס טרינקט אויס די גאנצע אויל

-מ'קען שוין אנהייבען צי לערנען בני יששכר אויף חנוכה,

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » זונטאג נובעמבער 11, 2007 3:37 pm

שכוח לאקשן פארן עס אויפברענגן,

דרך אגב, איך קלער אזוי צו מיר, און איך וויל אז די מנהלים זאלן דאס אויך הערן,
אויב רעדסטו פון בני יששכר איז עס א מורא'דיגע חשובה זאך,
אבער עס קומט אין ביהמ"ד,
דאס קען בלייבן אפען פאר די פארטיס, און די געימס ווי אויך פאר די לאטקעס וחילע.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג נובעמבער 11, 2007 3:49 pm

לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » זונטאג נובעמבער 11, 2007 3:53 pm

אוי חנוכה אוי חנוכה א יו"ט א שיינע

א לעכטיגע א פרייליכע, נישטא נאך אזיינע
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג דעצמבער 01, 2008 1:41 am

זענען מיר דאך שוין אין די חודש האורות, ווייניגער פון שלשים יום, ברענגען מיר אפיר דעם געהענגעל פון די אכטע בלאט [סימנא טבא], און איצטער קאן ר' אלחנן עס אריין לייגן אין זיין שליסל געהעגעל.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » מאנטאג דעצמבער 01, 2008 10:41 am

שכוח פאר'ן אינזין האבן, אבער גראדע האב איך עס מתחילה אריינגעלייגט

חנוכה אשכול
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2008 11:08 pm

ארויפגעברענגט,

לאקשען, ביזט מכובד מיא א חנוכה פשעטיל
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג דעצמבער 21, 2008 6:47 pm

דארפסמאן האט געשריבן:לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ

טאנץ אריין און מיין טאף
the SCY is the limit

אוועטאר
וזקנתי קאמפיין
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2008 9:37 pm

תגובהדורך וזקנתי קאמפיין » זונטאג דעצמבער 21, 2008 7:03 pm

גענומען פון זיידעניו'ס טאלק'ס סטאטוס
לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ... טאנץ אריין אין מיין קאפ, מאך שנעל אפ ביי אונזערע קאמפיין, אז דיין שטומע זאל זיין מיין...
פאר א געשמאקע קרעטשמע... און א באקוועמע וועלט...
זיי-דו דער וואס האט אים ערוועלט...
פאר ראש הקהל פון אונזער געצעלט...

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » זונטאג דעצמבער 21, 2008 8:21 pm

א לעכטיגן חנוכה פאר אלע יודן וואונטש הרב פויער
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2008 2:22 pm

תגובהדורך KCSP » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 2:22 am

א גוטען און פרייליכען תנוכה פאר א יעדעם

אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

תגובהדורך אלחנן » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 3:26 pm

ווי האלט די לאטקע :?:
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג דעצמבער 22, 2008 9:48 pm

אלחנן האט געשריבן:ווי האלט די לאטקע :?:


ס'ברענט שוין דעם צווייטן טאג
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » זונטאג דעצמבער 20, 2009 3:09 pm

זייער אסאך פובליק פלעצער קען מען זעהן חנוכה ארויסגעשטעלט מנורה'ס מיט דריידליך, פארוואס איז עס טאקע אזוי אז חנוכה זעהט מען אז די גויאישע גאס האלט דאס מיט?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 20, 2009 3:22 pm

עס איז נישט אזוי ווייט די גוים, ווי די חב"ד'סקער (להבדיל).

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 10:20 pm

אלחנן האט געשריבן:ארויפגעברענגט,

לאקשען, ביזט מכובד מיט א חנוכה פשעטיל
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 11:03 pm

גוט גיימער זאגען א פשעטעל,

ס'שטייט אז פתילות ושמנים וואס איז נישט כשר אויף שבת איז יא כשר אויף חנוכה, שטעלט זיך די פראגע, ממה נפשך האט עס א הכשר אידעך עס כשר אין אז נישט איז עס דאך טרייף, איז וואס א חילוק צי ס'שבת אדער חנוכה,

אלא מאי מוז מען זאגען אז באמת האבען ביידע א הכשר, נאר וואס דען חנוכה קען מען זיך פארלאזען אויף א שוואכערען הכשר אין שבת דארף מען מחמיר זיין אויף א בעסערען הכשר,

לויט דעם איז אבער שווער, ווייל מ'זעהמער דאך אז ביים נס חנוכה האט מען געניצט אויל מיטען הכשר פינעם כהן גדול אליינס וואס דאס איז זיכער געווען א מהודר'דיגען הכשר אין ווי קענסטע זאגען אז חנוכה קען מען זיך פארלאזען אויף א שוואכען הכשר,

אלא מאי מיז מען זאגען, אז נישט די הכשר איז די נידון דא נאר די נידון איז טרענס פעט, אז א גאנץ יאר טאר מען נישט ניצען קיין טרענס פעט, אבער חנוכה מעג מען יא ניצען טרענס פעט, אבער דאס איז געזאגט געווארען דוקא פאר די מנורה, אבער פאר די לאטקעס טאר נישט זיין קיין טרענס פעט,

ווייל די פראגע שטעלט זיך, אז טאמער די גריכען האבען מטמא געוועזען די אויל האט מען עס דאך געקענט מטהר זיין דורעך טובלען, נאר וואס דען, מיז זיין אז זיי האבען אריין געלייגט טרענס פעט אין די אויל אין ממילא האט מען עס נישט געוואלט ניצען, אך וואסערע שטותים רעד איך דא צאם..... ס'נישט פורים היינט , א גוטען טאג

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 11:04 pm

המממ, די אויל איז אויך וואקסינירט?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג דעצמבער 05, 2010 3:43 am

כאנאך קיין ווארט נישט געליינט אין דעם אשכול, אבער אזוי ווי איך וויל שוין גיין שלאפן, און ערשט יעצט באמערקט איך אז עס איז בכלל דא א חנוכה אשכול, מ'האלט שוין נאכן פערדן לעכטל און איך האב נאך נישט באזוכט דא? בינעך קודם אריין אהער, א שאקל טון ס'קעפל
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » זונטאג דעצמבער 05, 2010 2:08 pm

נישט כאפן, מאשקע גייט טיילן פאר יעדעם.
(גיב אויך איינס פאר וויכי)

בילד

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » מאנטאג דעצמבער 06, 2010 12:28 pm

סזעהט אויס גווווט!!
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

חנוכה אין טשעבין (באבוב)

תגובהדורך פארשריבן » דאנארשטאג דעצמבער 09, 2010 12:13 am

ר' שאול הוטטערער ז"ל דערציילט:

ל"ג בעומר, תרצ"ג, בין איך דאס ערשטע מאל געקומען צו כ"ק מרן אדמו"ר זצ"ל. דאס איז געווען אין טשעבין. געקומען בין איך א דאנק ר' אהרן מיללער נ"י. אזוי ווי איך האב געהאט א שיינע שטימע, האט מיך ר' אהרן אריינגענומען אין זיין קאפעליע, און מיר זענען אלעמאל געפארן אינאיינעם קיין טשעבין.

ווען איך האב שוין אנגעהויבן צו פארן רעגלמעסיג קיין טשעבין, בראש מיט ר' אהרן מיללער נ"י, זענען מיר אלעמאל געפארן אויף שבת חנוכה.
חנוכה האט דער רב געפירט צוויי טישן; איין טיש ביינאכט און איין טיש בייטאג. ביינאכט האט דער רב געטיילט ברויט מיט קעז, און בייטאג ברויט מיט קראצבארשט (א הערינג סאלאט מיט צוויבל).
מוצש"ק האט דער רב ז"ל מכבד געווען אהרן מיט דער קאפעליע צו זינגען "המבדיל". אהרן האט געזינגען א המבדיל וואס ער האט אליין פארפאסט. איך האב דעמאלט געזינגען אַ סאָלאָ אויף "נחנו בידך כחומר". דער רב ז"ל האט זיך געגעבן א הייב אויף, צו זעהן ווער עס זינגט דעם סאָלאָ.
זונטאג האט דער רב ז"ל מכבד געווען אהרן מיט דער קאפעליע צו זינגען "הנרות הללו" און "מעוז צור". די ניגונים זענען אויך געווען אהרנ'ס. איך האב געזאגט סאָלאָ, להב"ח ר' הערשל טויבער אַ סאָלאָ, און בעריש צווערלינג - מיט זיין שאגת ארי - אַ סאָלאָ.

זונטאג איז מיין טאטע ע"ה געקומען פון קאטאוויץ צו חנוכה לעכט.
דער רב ז"ל האט נישט געלאזט ביי די חנוכה לעכט שטיין אויף א באנק. דער טאטע איז אבער געווען זייער א הויכער, אז ס'האט זיך געקענט דאכטן אז ער שטייט אויף א באנק. האט מען געשריגן ער זאל אראפגיין פון דער באנק...
נאך די האלבע שעה האט ר' יחזקא'לע ראטטענבערג הי"ד געזינגען הנרות הללו, און הבחור החשוב משה אהרן - בנו הצעיר פון רב - האט געזינגען די צוויי "שיר המעלות". דערנאך האט מען געטיילט בראנפען פאר די בעלי בתים.

זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

להקליק נר חנוכה

תגובהדורך זיידענע בעקיטשע » מיטוואך דעצמבער 07, 2011 6:43 am

דעריבער, צינד קינדער, די חנוכה לעכטעלך אן.
גייט אריין אנצונדן די חנוכה לעכט :lol: :lol: .
http://ak.prog.co.il/chanuka/
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך דעצמבער 07, 2011 7:09 am

אין זוה"ק שטייט לא תירא לביתה משלג כי כל ביתה לבוש שנים
אל תיקרי שנים אלא שנים
[שוא-שין פתח-נון חיריק-יוד]
מזוזה ונר חנוכה
הובא בבני"ש
האב איך געטראכט א ביאור
אז זי מזוזה האלט אפ די קאלטקייט און די טונקעלקייט פון די גאס אריין צו קומען ביי אונז אין שטוב
און די נר חנוכה ברענגט אריין א ווארימקייט און לעכטיגקייט ביי אונז אין שטוב
בבחינת סור מרע ועשה טוב
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:10 am

געוואלדיג מנחם שלום!!!


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט