איז אייוועלט געפאלן?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

איך בין א...

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך אוקטובער 21, 2015 12:56 am

אלטע ניק - די פלאץ איז געפאלן
63
43%
אלטע ניק - איך בין צופרידן וויאזוי עס איז יעצט
35
24%
נייע ניק - דאס פלאץ דארף א פארבעסערונג
25
17%
נייע ניק - איך בין צופרידן וויאזוי עס איז יעצט
22
15%
 
סך הכול שטימען: 145

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11864
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אוקטובער 11, 2015 2:16 pm

פאטאקי, די עיקר איז אז יענע אשכול איז אויבן, ניט אזוע?

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג אוקטובער 11, 2015 2:28 pm

געלעגער האט געשריבן:פאטאקי, די עיקר איז אז יענע אשכול איז אויבן, ניט אזוע?

;l;p-
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » זונטאג אוקטובער 11, 2015 2:39 pm

@ראש העיר, אפשר קעניך וויסן פארוואס אין א משך פון פיר יאר ציילט זיך דיינע תגובות ביי צען?!

שרייב נאר שרייב...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג אוקטובער 11, 2015 3:00 pm

געלעגער האט געשריבן:פאטאקי, די עיקר איז אז יענע אשכול איז אויבן, ניט אזוע?

מיינסט אוודאי דעי לינק איא?...

https://www.gofundme.com/yk4msv74

אויכעט
אבער בעיקר האב איך געזוכט א שטארק אקטיווע אשכול צו שלח'ן א תוגבה...

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג אוקטובער 11, 2015 3:05 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:פאטאקי, די עיקר איז אז יענע אשכול איז אויבן, ניט אזוע?

מיינסט אוודאי דעי לינק איא?...

https://www.gofundme.com/yk4msv74

אויכעט
אבער בעיקר האב איך געזוכט א שטארק אקטיווע אשכול צו שלח'ן א תוגבה...

צו האלטן דעם אשכול אויך דערהויבן, כ'הער...
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » זונטאג אוקטובער 11, 2015 4:03 pm

רבי פלטיאל, ס'איז א רמז אז איך זאל מיר הולך'ן, אדער גאר פארקערט? :oops:
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » זונטאג אוקטובער 11, 2015 4:08 pm

איך האב געשטימט פאר "געפאלן" על אף די וועלטעל אי נאכאלס א הערליכע און באקוועמע פלאץ
די הויפט סיבה איז לכאורה די חלק אז אייוועלט האט געפענט א באזינדערע גרופע פאר די VIP ניקס און אטעמאטיש בלייבן דא איבער צו סך פודינו ומצילינו'ס און עס איז היפש מערקזאם

כהעל מיך איינהאלטען פון מאכן א מי שבירך פאר די פאהר ניקים וואס מאכן די פלאץ אומבאקוועם. אזויפיל העל איך יא מוסיף זיין אז די זעלבע פאהר חכמים ונבונים וואס האבן געמיזט ווייזן זייער פקחות ווען מ'האט געוואלט טוהן א דבר טוב לע"נ הטהורה פון ר' הענקין הי"ד (וואס פלעגט שרייבן דא) די סארט התנהגות ווארפט א גרויל אין עקעל פאר אסאך נארמאלע ניקים אויף אזוי ווייט אז צומאל אנטלויפט מען פון דאנעט מיט די נשמה אין די הענט..
אן איבערצוקייען וואס דארט האט פאסירט בפרטי פרטות העל איך נאר ארויפברענגן על קצה המזלג:
איינער האט מציע געווען צו טוהן אינאיינעם א פראיעקט לזכרו נאכדעם וואס ער איז געווען א שרייבער דא אינעם וועלטעל און איז ליידער אזוי טראגיש פארשניטן
ביז עטליכע מינוט האבן עטליכע אויפגעקומען מיט שיינע געדאנקען וואס מ'קען טוהן לע"נ
והנה.. די סארט ניקים וואס זענעם "ריק" פון געפיל און מענטשליכקייט, קומען צוגיין מיט זייער קנאות גלעזער און מיזן צולייגען זייער פקחות שלא במקומו..
ניין! זיי מיינען חלילה גארנישט. זיי טענ'ן נאר אז מ'דארף קודם טוהן עפעס לע"נ הרב שמעיא פון ק"י .. (איי די געדאנק איז נישט געווען צו מאכן די גאנצע וועלטעל א לע"נ ביכל, ס"ה האט מען געוואלט פאראייבייגן איינער פון אונזערע חשובע ניקים)

ניין, די מוחאה אויף אזעלכע עקעלהאפטיגע תגובות וואלט געדארפט קלינגען מסוף העולם ועד סופו און די ניקס וואס האבן עס געשריבן וואלטן געדארפט אויסגעשלאסן ווערן פון אייוועלט.
משום מה ווארט איך נאך מ'זאל עס אויספירן

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג אוקטובער 11, 2015 4:12 pm

לוי יצחק האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:אז אמג וועט זיך צומאכן וועט איי וועלט בליען

אמת ויציב

איך האלט אויך אזוי. איך האלט אז מסתמא שמערי בערי, גרויזי, וויכי, מאשקע, סאכדעס וכדומה, גיסן דארט אשכולות אווי אין די גוטע צייטן, כ'גלייב זיי זענען שטארק אקטיוו דארט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובהדורך אורייתא » זונטאג אוקטובער 11, 2015 4:14 pm

איך האב נישט געוואלט מגיב זיין און דעי געהענגעל אבער דער מר. האט מיך געטוישט. ב״ה אז האסט געטראפען א אשכול צו ארויסברענגען דיין מוחאה
ווען עס איז דא סבלנות וואךט עס נישט געגאנגען ווייטער דארט אויך נישט..
לעצט פאראכטן דורך אורייתא אום זונטאג אוקטובער 11, 2015 4:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אורייתא וישראל חד הוא

חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

תגובהדורך חאצאצקע רבי » זונטאג אוקטובער 11, 2015 4:44 pm

וואס איז דאס אמג ?

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » זונטאג אוקטובער 11, 2015 4:55 pm

שלמה המלך זאגט אין קהלת: אל תאמר מה היה שהימים הראשונים היו טובים מאלה
איך ווייס נישט אויב עס איז יא דא א VIP ליסט אדער נישט, איך גלייב אז עס נישט דא, און אפילו אויב יא איז עס אירעליווענט, ווייל א מענטש טאר קיינמאל נישט שטרעבן צו האבן עפעס וואס עס איז נישט בידו, ענדערש לאמיר דא מאכען די פלאטץ בעסער.

איך האב נישט ליעב די אשכול ווייל עס איז מיוסד אויף א נעגאטיוו אן קיין שום פלאן צו מאכען בעסער. און אויף סתם צו קלאגען איז דא בעסערס אויף וואס צו קלאגן ווי אויף אייוועלט.

לאמיר ענדשויען די הוה און לאמיר אונז שרייבער מאכען דאס בעסטע אז מיר זאלן עס ענדשוין, פארגעט אבאואט אז אייוועלט זאל בליען, לאמיר יעדער פאר זיך טראכטען פון זיך זעלבסט.

מיר דא קענענן מאכען א שטיקעל יונאין, און צען שרייבער באנזאם קענענן מיר ביז פיר וואכען טוישן דאס פלאטץ אויף לטובה. אזוי אז די אלע אזוי געריפענע געלונגענע שרייבער וואס שרייבען יעצט נישט וועלן גאר אונז נאכגיין.

אויב האבן מיר דריי פיר פעסטע פרינציפיען זענענן מיר אין ביזנעס, @ מר גרין אישי מיר אויב ביסט גרייט, און מען גייט נאכמאכען ניוט גינגרינטש׳ס קאנטראקט מיט אמעריקע, מען דארף אבער האבן דערצו בערך 10 שרייבער מיט א קאמיטמעט פאר פיר וואכען צו זיין דא א קליינע צייט כמעט יעדן טאג.

אוועטאר
נישט איז נישט
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2015 2:26 am

תגובהדורך נישט איז נישט » זונטאג אוקטובער 11, 2015 5:11 pm

מחותן האט געשריבן:איך האב נישט ליעב די אשכול ווייל עס איז מיוסד אויף א נעגאטיוו אן קיין שום פלאן צו מאכען בעסער. און אויף סתם צו קלאגען איז דא בעסערס אויף וואס צו קלאגן ווי אויף אייוועלט.

פארוואס זאגסטו אזוי? מיר זעהט דוקא יא אויס אז ס'איז נתייסד געווארן מיטן ציל אויפצוקומען מיט סולושענס וויאזוי דאס צו פארבעסערן, קענסט אפשר זאגן אז ס'איז פארפירט געווארן צו אנדערע ריכטונגען ווי דער מייסד האט מתחילה געוואלט. (מסתם טאקע דורך די זעלבע יעניגע פון וועמען מ'רעדט..)

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג אוקטובער 11, 2015 5:16 pm

מחותן האט געשריבן:איך האב נישט ליעב די אשכול ווייל עס איז מיוסד אויף א נעגאטיוו אן קיין שום פלאן צו מאכען בעסער. און אויף סתם צו קלאגען איז דא בעסערס אויף וואס צו קלאגן ווי אויף אייוועלט.

קוק צוריק מיין תגובה, איך שרייב למעשה וואס איך האלט אז מ'זאל טוהן, איך קרעכץ נישט סתם.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

הבהרה

תגובהדורך פלטיאל » זונטאג אוקטובער 11, 2015 5:39 pm

אזויווי איך זעה אז מאנכע האבן שלעכט פארשטאנען די ציהל פון דעם אשכול, וויל איך דא קלארשטעלן אז דא איז אויסדריקלעך נישט דער פלאץ פאר מחאות/דעבאטעס/קריטיק און דאס גלייכן, ביטע זייט מעיין אין מיין ערשטע תגובה וואו איך בעט פאר הצאות און איידיעס וויאזוי מען קען מאכן דאס פלאץ בעסער.

איך האב אנגעהויבן מיט א "אנקעטע" (ליין: נישט "דעבאטע") צט זעהן וואס דער דעת הקהל איז, צו דער עולם האלט אז דאס פלאץ ברויך א שינוי לטובה אדער צו מען איז צופרידן וויאזוי עס איז יעצט, וויאזוי די רעזולטאטן זענען יעצט אויף דער מאמענט האלט א איבעוויגנדע מערהייט אז דאס פלאץ קען נוצן א מאסיווע אויפשאקלונג צוריקצוברענגען עטרה ליושנה ווי אמאל.

אוועקמאכן/אפשרייען/קריטיקירן די וואס לאזן הערן זייער ווייטאג איז אבסורד, יא, עס איז דא פאר וועם עס באדערט, און ווער עס גלייבט נישט זאל זיי מוחל קוקן די וואלן רעזולטאטן און זיך איבערצייגן.

אבער יא, די איינציגע וועג צוריקצוברענגן דעם וועלטל ווי אמאל איז דורך אנהייבן נוצן די אינערליכע טאלאנטן און זיך נישט לאזן אראפברענגען, רבותי, זענט איר גרייט?

#מעיק אייוועלט גרעיטער דען ביפאר

__

@ראש העיר, איך האב עס געמיינט פאזיטיוו, האסט א גוטע שפראל און שיינע פענע, שרייב נאר שרייב...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » זונטאג אוקטובער 11, 2015 5:41 pm

עס שפירט זיך אין די לופט אן ערב טיילונג אטמעספער, די עלטערע און די אינגערע ניקים קענען זיך אויף קיין שום וועג נישט פאראייניגען שוין א לענגערע צייט וואס די מלחמה גייט אן, און דאס נעמט שוין באלד איבער יעדעס ווינקל פון דעם פלאץ.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5385
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג אוקטובער 11, 2015 6:12 pm

איינע פון די הויפט פראבלעמען וואס עס זעט מיר אויס דא איז די די צוויי קיצוניתדיגע זייטן.

פון איין זייט מענטשען וואס קוקען אן אייוועלט אז מען קען שרייבען ככל העולה על רוחם, עס איז דאך אנאנים, וזו הדרה של אייוועלט.

פון די גאר אנדערע זייט איז דא די וועלעכע האלטן נישט אויס אויב איינער שרייבט שטותים און אומסענסעטיוו. זיי פילן אז עס פארפעסטעד דאס פלאץ.

ווען ניקים פון די צוויי זייטען הייבן זיך אן טענהן מיט תגובות אהער און אהין דעמאלס קומט פאר די ריכטיגע פארפעסטונג. איך טראכט אז אויב איינעם געפעלט נישט א צווייטענס תגובה זאל ער קודם פראבירען שיקן אין אישי פאר ארינטערייסן יענעם. (אויך ביי אני הקטן האט זיך שוין געמאכט צוויי דריי מאל, אז מען האט מיך מעורר גווען באישי אז איך האב געשריבן אומסענסעטיוו, און מיר האבן עס טאקע ב"ה פאראכטען).

#א געדאנק

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג אוקטובער 11, 2015 6:39 pm

בעמבא האט געשריבן:עס שפירט זיך אין די לופט אן ערב טיילונג אטמעספער, די עלטערע און די אינגערע ניקים קענען זיך אויף קיין שום וועג נישט פאראייניגען שוין א לענגערע צייט וואס די מלחמה גייט אן, און דאס נעמט שוין באלד איבער יעדעס ווינקל פון דעם פלאץ.

המממ...
נישט קיין שלעכטע פייבאל!
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג אוקטובער 11, 2015 8:00 pm

מאנכע האבן שוין געשריבן און איך וויל עס אביסעל מער ארויסברענגען.

אייוועלט איז אמאל באשטאנען פון יונגעלייט וואס האבן געשפירט א געוויסע נאנטקייט צי שרייבעריי, היסטאריע, שרייב ארבעט, הומאר, גראפיק, וכו וכו'. יעדער האט עפעס פרובירט צו 'דעליווערן', און אין איינוועגס הנאה געהאט פון געשמאקע קלענערע תגובות לאכדיגע צי נארישע קיין חילוק - מען מעג זיך אויסבלאזן.

רוב היינטיגע פרישע ניקים (נישט אז עס איז נישט געווען אמאל אבער עס איז נישט געווען קיין רוב), קומען שטופן 'צייט' (און לעצטענס 'אגענדעס'), מען שרייבט תגובות פאר 'סתם', אן קיין טראפ געפיהל צי שרייבעריי, אדער עפעס מער תוכן.

די שאלה איז וואס איז די 'פריארעטי'?!

איינעם וואס די פריארעטי איז 'תוכן' און 'אינהאלט' וועט רעספעקטירן זיין אייגן מהות און ווען ער זעהט אז ער קען פשוט נישט ספעלן.. וועט ער נישט שרייבן און פארטיג. צי ער זעהט אז ער פארשטייט עפעס נישט די סאסייעטי - אדער פארקערט, וועט ער אפפוצן. מאשכ"כ ווען די ציהל איז צי שטופן עפעס פון די אויבערדערמאנטע בלייבט מען דא און מען קרררררריכט אויף די נערוון פון אנדערע מיט אייזערנע קראטשעס.

מיין תגובה אין קאנסעטרעיט:
ווילאנג די אשכול עקזעסטירט וועל איך דא אויסדרוקן מיין מחאה קעגן אלע ניקס וואס מיינען אז ווייל אייוועלט האט א מאביל סייט איז עס פונקט ווי וואטסעפפ
ודוק
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » זונטאג אוקטובער 11, 2015 8:26 pm

קוקנדיג אויף די רעזולטאטן, קוקט מיר אויס אז ס'איז אמת די טעאריע, אז ווי לענגער מ'איז דא, אלץ מער ניקים פארמאגט מען...
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג אוקטובער 11, 2015 8:29 pm

קלארשטעלונג:

א אלטע ניק - ביי מיר - מיינט. איינער וואס האט שוין עפעס צוגעגעבן עפעס צום וועלטל.

א נייע ניק. איינער וואס האט נאל גארנשיט צוגעגעבן אפילו ער איז שוין דא דריי יאר און האלט ביי עטליכע טויזנט תגובות.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג אוקטובער 11, 2015 9:03 pm

געשטימט אז עס איז גוט ווי אזוי עס איז.

כמיין קיינער איז מיר דא גארנישט שולדיג, די אינגע שרייבער האבן די שטופ צו שרייבן מער, זאג איך זיי א הערצליכע יישר כח.

און פאקט איז די סייט כמעט די איינציגע סארס פון נייעס און סאשעל מידיע פאר א ריזן חלק ציבור, שרייבט ווי מער.

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » זונטאג אוקטובער 11, 2015 9:10 pm

בעמבא האט געשריבן:עס שפירט זיך אין די לופט אן ערב טיילונג אטמעספער, די עלטערע און די אינגערע ניקים קענען זיך אויף קיין שום וועג נישט פאראייניגען שוין א לענגערע צייט וואס די מלחמה גייט אן, און דאס נעמט שוין באלד איבער יעדעס ווינקל פון דעם פלאץ.


כמעט פון די ערשטע מינוט פון ווען בין די אריינגעפאלן האב איך באמערקט אז דא אין אייוועלט הערשט א געוואלדיגע ???? (איך האב נישט די ריכטיגע ווארט) פון (געוויסע פון) די אלטע ניקס כלפי די נייע ניקס.

מען איז דא פארנומען אויס צישמועסן וואס איז די ציל פון די פלאץ, לויט ווי איך פארשטיי איז די ציל דא דריי זאכן, געלט, געלט און געלט. לויט ווי איך פארשטיי האט די פלאץ א איד געעפענט צי מאכן געלט דורך דעם וואס מען לייגט ארויף עדווערטייזמענטס, לויט דעם איז ווי פארשטייט זיך אודאי בעסער ווי מער מענטשן עס געפינען זיך דא ווייל אזוי קען מען בעטן מער געלט און אויך ברענגט עס מער קאסטומערס.

און באמת אפילו לגבי די תוכן פון די תגובות דא מיין איך אז מער מענטשן איז בעסער, ווייל אה״נ ווי מער מענטשן עס זענען דא ברענגט עס מיט אויך מער פראבלעמאטישע מענטשן אבער פון די אנדערע זייט ברענגט עס אויך מער גוטע, הכלל מיין איך אז עס ווענט זיך נאר אויף וועלכע האלבע גלאז וואסער מען קוקט. און איבער אלעם איז פשוט די מעלה פון מער מענטשן איז אז ווי מער מענטשן עס איז דא איז אלס דא א גרעסערע טשענס איז דא זאלסט באקומען מער קראנטערע און גוטע אינפארמאציע/הילף אין סיי וועלכע נושא די ווילסט וואס איך מיין אז דאס איז איינע פון די עיקר מעלות פון די פלאץ.

און פאר די אלטע ניקס וואס זיי שפירן כאילו מען וואלט זיי אוועק גענומען א געשמאקע פארברענגען פלאץ וואלט איך גע׳עצה׳ט זיי זאלן זיך ציזאמען עפענען א וואטסעפפ גרופ וכדומה מיט א ענגע צאל מעמבערס מיט וועם זיי שפירן זיך באקוועם און זאלן זיי זיך דארטן אויסגעבן און שרייבן וואס זיי ווילן.

למעשה הא איך געוועלט (אלס נייע ניק) אז די פלאץ דארף א פארבעסערונג וועגן צוויי סיבות איינס וועגן די אויבערדערמאנטע נקודה אז די אלטע חברה דא זאלן זיך אויסלערנען צי אויפנעמען מיט מער טאלעראנץ די נייע, און געדענקען וואס שטייט אין די תורה ואהבתם את הגר כי גר הייתה און די ביסט דאך אויך ס״ה געווען דא אמאל ניי, און צווייטענס איז פשוט וויל עס איז נישטא אזאך אויף די וועלט וואס קען נישט נוצן פארבעסערונגען און אויך אייוועלט איז אין די כלל.

לסיומא דמילתא, איך ווייס אז איך בין א נייע ניק און עס איז עכט נישט שיין אז קליינע קינדער זאלן זיך אריין מישן אין א שמועס פון פון ״גרויסע טאטעס״ אבער אפשר דאך מעג איך וויסן וואס די קאוד ווארט ״אמג״ מיינט?...

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג אוקטובער 11, 2015 9:20 pm

בויבעריקער האט געשריבן:מען איז דא פארנומען אויס צישמועסן וואס איז די ציל פון די פלאץ, לויט ווי איך פארשטיי איז די ציל דא דריי זאכן, געלט, געלט און געלט. לויט ווי איך פארשטיי האט די פלאץ א איד געעפענט צי מאכן געלט דורך דעם וואס מען לייגט ארויף עדווערטייזמענטס

אוי לאזניים שכך שומעות!


בויבעריקער האט געשריבן:לסיומא דמילתא, איך ווייס אז איך בין א נייע ניק און עס איז עכט נישט שיין אז קליינע קינדער זאלן זיך אריין מישן אין א שמועס פון פון ״גרויסע טאטעס״ אבער אפשר דאך מעג איך וויסן וואס די קאוד ווארט ״אמג״ מיינט?...

viewtopic.php?p=991539#p991539

בויבעריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2015 1:03 am

תגובהדורך בויבעריקער » זונטאג אוקטובער 11, 2015 9:22 pm

אה יישר כח...!

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג אוקטובער 11, 2015 9:24 pm

בויבעריקער האט געשריבן:למעשה הא איך געוועלט (אלס נייע ניק) אז די פלאץ דארף א פארבעסערונג וועגן צוויי סיבות איינס וועגן די אויבערדערמאנטע נקודה אז די אלטע חברה דא זאלן זיך אויסלערנען צי אויפנעמען מיט מער טאלעראנץ די נייע, און געדענקען וואס שטייט אין די תורה ואהבתם את הגר כי גר הייתה און די ביסט דאך אויך ס״ה געווען דא אמאל ניי, און צווייטענס איז פשוט וויל עס איז נישטא אזאך אויף די וועלט וואס קען נישט נוצן פארבעסערונגען און אויך אייוועלט איז אין די כלל.

איה"נ, און טאקע דערפאר בין איך אריין מיט ציטערדיגע פיס, געטראכט צוויי מאל איידערן שרייבן, געווארט אויף ריספאנס פון "אלטע" ניקס, לויט ווי כ'האב געזעהן זייער ריספאנס האב איך געוואוסט וואו און ווען און מיט וואס כ'בין וועלקאם. הלואי זאלן די נייערע אזוי טוהן.

וזאת למודעי, אז דאס איז נישט קיין מלחמה קעגן "אלע" נייע ניקס, דאס איז א געפיל פון אפאר, נעמען געהיטן אין רעדאקציע.

בויבעריקער האט געשריבן:לסיומא דמילתא, איך ווייס אז איך בין א נייע ניק און עס איז עכט נישט שיין אז קליינע קינדער זאלן זיך אריין מישן אין א שמועס פון פון ״גרויסע טאטעס״ אבער אפשר דאך מעג איך וויסן וואס די קאוד ווארט ״אמג״ מיינט?...

דאס איז געווען א גרופ וואס עטליכע האבן זיך צאמגענומען און געשריבן בתורת אימעיל גרופ, אונטערן פארהאנג. איך אליין בין געווען דארט א מעמבער, און מיין פריערדיגע מעסעדזש בנוגע דעם ענין איז געווען טאטאל סארקאסטיש ווייל קיין קיין איינער פון די אלטע ניקס [עלטער עלטער ניקס] האבן זיך נישט געדרייט דארט.

און בנוגע די געלט חלק גיי איך ניטאמאל קאמענטירן. מאך אביסל ריסורטש.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט