איז אייוועלט געפאלן?

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

איך בין א...

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך אוקטובער 21, 2015 12:56 am

אלטע ניק - די פלאץ איז געפאלן
63
43%
אלטע ניק - איך בין צופרידן וויאזוי עס איז יעצט
35
24%
נייע ניק - דאס פלאץ דארף א פארבעסערונג
25
17%
נייע ניק - איך בין צופרידן וויאזוי עס איז יעצט
22
15%
 
סך הכול שטימען: 145

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך מאי 08, 2019 10:52 pm

פיין געפליקט
למעשה ענטפערסטו נישט מיין פראגע
פארוואס קען נישט זיין א מישוג אז מענטשן מיט א הויכע דאזע פון סענסעטיווקייט צו א געוויסע נושא זאלן וויסן אז די פלאץ איז נישט פאר זיי ?

די קענסט נישט פאדערען אז איינער וואס איז נישט קיין סאטמערער זאל נישט וועלן מספיד זיין הרב שטיינמאן זצ״ל
עס איז פונקט אזא פריוועליגיע וואו די וואס ווילן מספיד זיין סיי וועלכע איד פון כלל ישראל
אז עס קומען אפאר מענטשן וואס פילן אז זיי מיזן שרייבען אקעגען אים אין א פאבליק פארעם

דארף מען נישט זיין צו קליג צו פארשטיין אז מען גייט נישט לאזן שרייבען די חברה
וואס די מנהלים האבן געטוהן הייסט - זיך געבראכן פאר טעראריסטן

דרך אגב , די קענסט סיי וועלכע סאטמערער משפיע וואס האט גערעדט אקעגען אים לאחר פטירתו?

די מנהלים האבן געשריבן דענמאלטס אז מתוך לשבח העלן אנדערע שרייבן לגנאי
מנהלים - פארדעם האבן ענק מעקערס!!
די פאליסי וואלט געדארפט זיין נאר שרייבן פאזעטיוו און ווער עס קען נישט צוקוקען זאל ארויסגיין פון די אשכול
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך מאי 08, 2019 10:56 pm

בדרך אגב
איך קען עטליכע וואס האבן זייט דענמאלטס אפגעהאקט און מער נישט באזיכט די סייט

זיי פילן וואו מען האט זיי בא׳עוולט און מען האט מבייש געווען א גדול בישראל דורכן נישט לאזן מספיד זיין לפי כבודו
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3501
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך מאי 08, 2019 11:43 pm

דער גאון האט צוליב דעם נישט באקומען זיין איינטריט קארטל צום גן עדן? פון דיינע ווערטער איז משמע אז דער גאון איז יעצט פארשעמט...

די ניקס שפירן זיך בא'עול'ט אז מען האט 'זיי' נישט געלאזט מספיד זיין זייער גדול.

מחשב
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג מאי 09, 2019 10:48 am

@וואס עפעס, קוק אהער, ווי אזוי וואלסטו רעאגירט ווען די סאטמראים וואלטן געעפנט א אשכול צו מבזה זיין איינע פון די גדולי ישראל וואס איז ביי דיר אנגענומען און ביי זיי נישט, וואלסטו דאן אויך פארשטאנען אז: ס'איז זייער פריוויליגיע צו שרייבן זייער מיינונג, און דו מוזט נישט דארט אריינגיין וכו'? אדער דעמאלט וואלט נישט אנגעגאנגען די כלל און איר וואלט געווארן ברוגז, און גאנץ ווארשיינליך אריין אין די אשכול אויסצודרוקן מחאה..

וועסטו אוודאי ענטפערן, אז ס'איז אינגאנצן אנדערש, ווייל זיי שרייבן "קעגן", אבער דו שרייבסט "בעד", אבער עס איז נישט קיין חילוק, פונקט ווי דו פארשטייסט אז זאכן וואס דו ווילסט נישט אז מ'זאל דא שרייבן, קען מען נישט מצער זיין מענטשן דורך יא שרייבן, די זעלבע פארקערט, עס איז קיין חילוק צו עס איז חיובי אדער שלילי. און סענסעטיוועטי איז דא ביי ביידע צדדים, און יא, מ'מעג זיך רעכענען מיט די סענסעטיווע אויף ביידע זייטן, ממילא איז די פארשטענדליכע וועג א 'שב ואל תעשה'.

וכאמור, נעם איך נישט קיין צד אין די עצם נושא, און זאלסט אין קיין פאל נישט זעהן אין מיינע ווערטער, א משהו זלזול אין גדולי ישראל, איך רעד נאר איבער די געדאנק פון פארשטיין אלע מענטשן מיט זייערע געפילן.

און אויף דיין בדרך אגב, מסתמא אויב וואלט געווען פארקערט, וואלטן די תוצאות אויך געווען פארקערט.
הוי מחשב...

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » מיטוואך מאי 15, 2019 6:24 pm

מיינע טייערע ידידים,
איך דריי זיך שוין א לענגערע צייט דא אויפן וועלטל, טאקע נאר לעצטנס מיט א ניק, פשוט ווייל איך האב ביז היינט בשיטה נישט געוואלט ואכמ"ל,
בנוגע וואס מען רעדט ארום אויב דער וועלטל איז געפאלן העמיר עס מאכן קורץ;
קודם מיין מיינונג - ווי ס'שוין אויפגעברענגט געווארן דורך עטליכע שרייבערס יעדער אויף זיין מהלך, דער פאקט אז ווען א פלאץ ווערט גרויס טוישט זיך די ווירטשאפט!
דאס אז עס דרייען זיך ארום ניקס וואס גיבן גארנישט צו צום וועלטל - און צומאל שטערן זיי, דאס איז איינע פון די נאטורליכע קאנסוקווענצן פון וואקסן! און איר ווייסט ווער עס דערלייגט? דער וואס באשלוסט אז 'ער' איז דער מובחר וואס דארף בלייבן איינגעמאכט און ווערן פארלוירן מיטן שטראם,
פארהאן אזעלכע וואס ווערן געטראפן ווען זיי זעען אז דער עלטערער שרייבער האט אויפגעהערט שרייבן און ער הייבט זיך אן שפורן ווי א גרויסע כתה ט' בחור וואס מען אט געזעצט אין לאנטש רום ביי די טיש פון די פיצי כתה ז', זיי דארף מען פשוט אויפקלערן און איינמעלדן אז דער פלאץ קען בלייבן די זעלבע אפילו ווען דער אדער יענער ווערט פארנומען און קען שוין נישט ארויפקומען, און אנשטאט באוויינען דזשאסט געט טו ווארק! נעם דיך שרייבן וועט זיין א תכלית!
נעבן מיר אין ביהמ"ד זיצט א אידל ערגעץ אין די העכערע זעכציגער יארן, פון די סארט וועלכע האבן א האבי צו קרעכצן אויף די היינטיגע דורות, און באוויינען יעדע זאך וואס עס איז פארבינדן מיטן ווארט אמאל, (א שמועס פאר זיך...)
ער נוצט ביים דאווענען נאר א 'שמחה ואורה' סידור וואס ער האט געטראפן ערגעץ פארשטויבט אין א שאנק און קיינמאל האב איך אים נאכנישט געזען דאווענען אין א סידור פון די נייע סארט וואס אונזער ביהמ"ד האט שוין געקויפט א שיינע פאר יאר צוריק, און עס קוקט אויס ווי זיינע אויגן קענען ממש נאר דאס פארנעמען,
האב איך אים איינמאל געפרעגט פשט דערויף און איך האב אים מסביר געווען אז עס איז א שאד צו דאווענען און א סידור וואס א דריטל פעידזשעס פעלן און א דריטל זענען צוקנייטשט און פארוועטשט,
דער אמת, כהאב נישט קיין אנונג עד היום הזה וואס ער האט געמיינט צו זאגן מיט זיין תשובה, אבער דאס ווייס איך אז ער וויל נישט נוצן קיין 'היינטיגע' מאדערענע סידור מיט די 'היינטיגע' (שיינע) דרוק, והיינו טעמא פארוואס ער דרייווט א אאאאאאאלטע קאר און פארוואס ער קויפט בשיטה נישט קיין נייע הוט וכו' וכו' נאך צענדליגע קיריאזן,
דער זעלבע איז מיט די סארט ניקס וואס רעדן זיך אפ אז דער פלאץ איז 'געפאלן' ווייל ס'איז 'אנדערש'
נעמט אייך אריין אין קאפ: נישט יעדע טויש מיינט שלעכט!!

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1650
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:19 pm

פיינע קיינדל געווען.

הנאה געהאט פון דיין פוינט פון זיך נישט לאזן אראפשלעפן, איך פארשטיי אבער אויך די עלטערע שרייבער'ס, זיי האבן זיך אסאך געפלאגט אז ס'זאל זיין אינטערסאנט די פלאץ און זיי פילען זיך זייער אנגעווייטאג ווען ממאכט חרוב זייער ארבעט.
פארשטייסט אז ווען דער אלטער איד זאל ווען האבן געארבעט פאר זיין 'שמחה ואורה' סידור... וואלסטו פארשטאנען פארוואס ער בלייבט דאוענען אין עס...!

און אפי' איך וואס איז א נייער דא, קען ווערן גאר נערוועז ווען מ'שרייבט אין די וועלט"אריין.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שמארטיקל און 3 געסט