איז אייוועלט געפאלן?

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איך בין א...

די וואלן האבן זיך געשלאסן מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:56 am

אלטע ניק - די פלאץ איז געפאלן
63
43%
אלטע ניק - איך בין צופרידן וויאזוי עס איז יעצט
35
24%
נייע ניק - דאס פלאץ דארף א פארבעסערונג
25
17%
נייע ניק - איך בין צופרידן וויאזוי עס איז יעצט
22
15%
 
סך הכל שטימען: 145

אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

בדרך אגב
איך קען עטליכע וואס האבן זייט דענמאלטס אפגעהאקט און מער נישט באזיכט די סייט

זיי פילן וואו מען האט זיי בא׳עוולט און מען האט מבייש געווען א גדול בישראל דורכן נישט לאזן מספיד זיין לפי כבודו
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

דער גאון האט צוליב דעם נישט באקומען זיין איינטריט קארטל צום גן עדן? פון דיינע ווערטער איז משמע אז דער גאון איז יעצט פארשעמט...

די ניקס שפירן זיך בא'עול'ט אז מען האט 'זיי' נישט געלאזט מספיד זיין זייער גדול.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

@וואס עפעס, קוק אהער, ווי אזוי וואלסטו רעאגירט ווען די סאטמראים וואלטן געעפנט א אשכול צו מבזה זיין איינע פון די גדולי ישראל וואס איז ביי דיר אנגענומען און ביי זיי נישט, וואלסטו דאן אויך פארשטאנען אז: ס'איז זייער פריוויליגיע צו שרייבן זייער מיינונג, און דו מוזט נישט דארט אריינגיין וכו'? אדער דעמאלט וואלט נישט אנגעגאנגען די כלל און איר וואלט געווארן ברוגז, און גאנץ ווארשיינליך אריין אין די אשכול אויסצודרוקן מחאה..

וועסטו אוודאי ענטפערן, אז ס'איז אינגאנצן אנדערש, ווייל זיי שרייבן "קעגן", אבער דו שרייבסט "בעד", אבער עס איז נישט קיין חילוק, פונקט ווי דו פארשטייסט אז זאכן וואס דו ווילסט נישט אז מ'זאל דא שרייבן, קען מען נישט מצער זיין מענטשן דורך יא שרייבן, די זעלבע פארקערט, עס איז קיין חילוק צו עס איז חיובי אדער שלילי. און סענסעטיוועטי איז דא ביי ביידע צדדים, און יא, מ'מעג זיך רעכענען מיט די סענסעטיווע אויף ביידע זייטן, ממילא איז די פארשטענדליכע וועג א 'שב ואל תעשה'.

וכאמור, נעם איך נישט קיין צד אין די עצם נושא, און זאלסט אין קיין פאל נישט זעהן אין מיינע ווערטער, א משהו זלזול אין גדולי ישראל, איך רעד נאר איבער די געדאנק פון פארשטיין אלע מענטשן מיט זייערע געפילן.

און אויף דיין בדרך אגב, מסתמא אויב וואלט געווען פארקערט, וואלטן די תוצאות אויך געווען פארקערט.
אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מיט קניידל »

מיינע טייערע ידידים,
איך דריי זיך שוין א לענגערע צייט דא אויפן וועלטל, טאקע נאר לעצטנס מיט א ניק, פשוט ווייל איך האב ביז היינט בשיטה נישט געוואלט ואכמ"ל,
בנוגע וואס מען רעדט ארום אויב דער וועלטל איז געפאלן העמיר עס מאכן קורץ;
קודם מיין מיינונג - ווי ס'שוין אויפגעברענגט געווארן דורך עטליכע שרייבערס יעדער אויף זיין מהלך, דער פאקט אז ווען א פלאץ ווערט גרויס טוישט זיך די ווירטשאפט!
דאס אז עס דרייען זיך ארום ניקס וואס גיבן גארנישט צו צום וועלטל - און צומאל שטערן זיי, דאס איז איינע פון די נאטורליכע קאנסוקווענצן פון וואקסן! און איר ווייסט ווער עס דערלייגט? דער וואס באשלוסט אז 'ער' איז דער מובחר וואס דארף בלייבן איינגעמאכט און ווערן פארלוירן מיטן שטראם,
פארהאן אזעלכע וואס ווערן געטראפן ווען זיי זעען אז דער עלטערער שרייבער האט אויפגעהערט שרייבן און ער הייבט זיך אן שפורן ווי א גרויסע כתה ט' בחור וואס מען אט געזעצט אין לאנטש רום ביי די טיש פון די פיצי כתה ז', זיי דארף מען פשוט אויפקלערן און איינמעלדן אז דער פלאץ קען בלייבן די זעלבע אפילו ווען דער אדער יענער ווערט פארנומען און קען שוין נישט ארויפקומען, און אנשטאט באוויינען דזשאסט געט טו ווארק! נעם דיך שרייבן וועט זיין א תכלית!
נעבן מיר אין ביהמ"ד זיצט א אידל ערגעץ אין די העכערע זעכציגער יארן, פון די סארט וועלכע האבן א האבי צו קרעכצן אויף די היינטיגע דורות, און באוויינען יעדע זאך וואס עס איז פארבינדן מיטן ווארט אמאל, (א שמועס פאר זיך...)
ער נוצט ביים דאווענען נאר א 'שמחה ואורה' סידור וואס ער האט געטראפן ערגעץ פארשטויבט אין א שאנק און קיינמאל האב איך אים נאכנישט געזען דאווענען אין א סידור פון די נייע סארט וואס אונזער ביהמ"ד האט שוין געקויפט א שיינע פאר יאר צוריק, און עס קוקט אויס ווי זיינע אויגן קענען ממש נאר דאס פארנעמען,
האב איך אים איינמאל געפרעגט פשט דערויף און איך האב אים מסביר געווען אז עס איז א שאד צו דאווענען און א סידור וואס א דריטל פעידזשעס פעלן און א דריטל זענען צוקנייטשט און פארוועטשט,
דער אמת, כהאב נישט קיין אנונג עד היום הזה וואס ער האט געמיינט צו זאגן מיט זיין תשובה, אבער דאס ווייס איך אז ער וויל נישט נוצן קיין 'היינטיגע' מאדערענע סידור מיט די 'היינטיגע' (שיינע) דרוק, והיינו טעמא פארוואס ער דרייווט א אאאאאאאלטע קאר און פארוואס ער קויפט בשיטה נישט קיין נייע הוט וכו' וכו' נאך צענדליגע קיריאזן,
דער זעלבע איז מיט די סארט ניקס וואס רעדן זיך אפ אז דער פלאץ איז 'געפאלן' ווייל ס'איז 'אנדערש'
נעמט אייך אריין אין קאפ: נישט יעדע טויש מיינט שלעכט!!
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

פיינע קיינדל געווען.

הנאה געהאט פון דיין פוינט פון זיך נישט לאזן אראפשלעפן, איך פארשטיי אבער אויך די עלטערע שרייבער'ס, זיי האבן זיך אסאך געפלאגט אז ס'זאל זיין אינטערסאנט די פלאץ און זיי פילען זיך זייער אנגעווייטאג ווען ממאכט חרוב זייער ארבעט.
פארשטייסט אז ווען דער אלטער איד זאל ווען האבן געארבעט פאר זיין 'שמחה ואורה' סידור... וואלסטו פארשטאנען פארוואס ער בלייבט דאוענען אין עס...!

און אפי' איך וואס איז א נייער דא, קען ווערן גאר נערוועז ווען מ'שרייבט אין די וועלט"אריין.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
א שרייבערל
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: נישט ממש דארט, אביסל אהינציר

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שרייבערל »

זופ מיט קניידל האט געשריבן:פארהאן אזעלכע וואס ווערן געטראפן ווען זיי זעען אז דער עלטערער שרייבער האט אויפגעהערט שרייבן און ער הייבט זיך אן שפורן ווי א גרויסע כתה ט' בחור וואס מען אט געזעצט אין לאנטש רום ביי די טיש פון די פיצי כתה ז', זיי דארף מען פשוט אויפקלערן און איינמעלדן אז דער פלאץ קען בלייבן די זעלבע אפילו ווען דער אדער יענער ווערט פארנומען און קען שוין נישט ארויפקומען, און אנשטאט באוויינען דזשאסט געט טו ווארק! נעם דיך שרייבן וועט זיין א תכלית!

ארויפגעברענגט די דיבורים געשריבן צום פינטל, לאור די קרעכצן פון געוויסע נאך וואס @פופציגער, @סיז מסודר @פעיק ניוז, האבן זיך אפגעזעקלט פונעם וועלטל
כדי צו קענען מאכן געלט מוזן קריעטיוו מענטשן זיין קריעטיוו וויאזוי נישט צו זיין קריעטיוו. (קרעדיט: גרויזאמער)
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9181
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: איז אייוועלט געפאלן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הערטס אויף צו וויינען, אלע קומען צוריק צום סוף - די גרעסטע מושלחת וחוזרת סייט זייט וועלט איז באשאפען געווארען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6207
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: איז אייוועלט געפאלן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מטעמים האט געשריבן:הערטס אויף צו וויינען, אלע קומען צוריק צום סוף - די גרעסטע מושלחת וחוזרת סייט זייט וועלט איז באשאפען געווארען.

:lol:
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

Re: איז אייוועלט געפאלן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

מטעמים האט געשריבן:הערטס אויף צו וויינען, אלע קומען צוריק צום סוף - די גרעסטע מושלחת וחוזרת סייט זייט וועלט איז באשאפען געווארען.


און אז מ’קומט נישט צוריק, דארף מען וויינען???

ווען איך גיי אויף וויקאציע און איך פארבענג דארט מיט א איד, אדער אפילו אז איך טרעף א איד א יעדען טאג און קאווע שטיבל און איך כאפ א שמועס מיט אים, וועל איך וויינען ווען איך זעה אים מער נישט??

אייועלט איז א פלאץ זיך אויסצולופטערן! יעדער זאך וואס קען שטערן די ציל, ווי למשל א דעבאטע וואס קען אויפרעגן, אדער א החלטה פון א אחראי/מנהל אדער אז א ניק האט אפגעמאכט צו גיין,
און מ’נעמט עס פערזענליך, איז נעריש און איז פונק די פארקערטע פון וואס רוב ניקס זענען דא.

כנעל”ד גדול מאוד. דו”ק ותשלח, שיק.
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
פינאנץ מיניסטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3750
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 18, 2021 1:45 pm

Re: איז אייוועלט געפאלן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינאנץ מיניסטער »

צ"ק
ניין! אייוועלט'ס סטאקס זענען געוואקסן ווי משוגע!
וואס איז דען געלט? גארביטש! אבער, אשרי הגבר אשר מלא את אשפתו מהם..
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”