בלאט 1 פון 122

זאכן וואס וואונדערן מיר

געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2015 4:08 pm
דורך פלטיאל
אוי וואו בינעך?? וואסארא פלאנעט איז דאס?? וואאס, אידישע וועלט?? נעווער מיינד....

ווי איך זעה איז דאס די פאסיגסטע פלאץ צו פרעגן מיינע לאנגיעריגע קוועטשענדע פראגעס, פראגעס וואס לאזן מיר נישט שלאפן קיין נעכט, אפשר, אולי וועט ענדליך איינער מיר קענען ארויסהעלפן.

איך וועל נישט ארויסקוועטשן אלעס אויפאמאל, אבער לאמיר גיין איינס ביי איינס. ובזה החלי.

שוין לאנגע יארן וואס איך מוטשעמעך, ווען אימער איך פאר אויפן הייוועי זעה איך פון צייט צו צייט אזעלכע געלע העזערד שילדן וואס ליינצעך; א בילד פון א הערש און דערונטער שטייט, נעקסט 1/2 מייל. ווי איך פארשטיי מיינט דאס אז די קומענדיגע האלבע מייל איז א קראסוואלק פאר די דאזיגע חוצפאניאקעס - די הערשן.

ווילעך פארשטיין, פונוואנעט ווייסן די הערשן פון די דאזיגע קראסוואלק? כמיין, פארשטייען זיי אז אויב ווילן זיי אריבערגיין די הייוועי מוזן זיי קראסן דורך די דאזיגע האלב מייליגע שטח? וואס געשעהט אויב קראסן זיי אביסל ארויפציר? ווער אינפארסירט זיי?

(סאררי פאר די אריכות הלשון, כהאבעס פשוט נישט געקענט ארויסברענגען אנדערש)

געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2015 4:17 pm
דורך יאנקעלע קליגער
שלום עליכם "פלטיאל"
אנגעהויבן מיט'ן רעכטען פיס, איר האט א געשמאקען פעדער,
האלטס אן ווייטער.

געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2015 4:19 pm
דורך שמו
די חילוק איז נאר וועם מ'באשולדיגט נאכן עקסידענט

געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2015 4:29 pm
דורך home
וואס הייסט ווער די הערשן זיי האבן אויגן

געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2015 4:31 pm
דורך שמו
האב איך נישט געוויסט (די אויגן זענען אין די זייט אדער אין פארנט?)

געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2015 5:40 pm
דורך פלטיאל
סע וואונדערט מיר, פארוואס קען איך מיט א גלעזל וואסער ארומשפאצירן דעם גאנצן שול און אפילו א טראפ זאלזעך נישט אויסגיסן, בעת ווען איך נעם א א קאווע (א הייסע שטייצעך) באווייז איך קוים צו שטעלן א טריט און עס פלאטשקעט גלייך אראפ אפאר טראפעלעך מיט א שטוינענד פונקטליכע ציל, גראד אראפ אויף מיין נייע טלית קטן, (נאר וואו דען?).

געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2015 5:47 pm
דורך פינטל
העי הרב פלטי וועלקאם אבאורד

מאכט אייך באקוועם אין אונזער וועלטל, שיינע געדאנק פון א אשכול, אפשר וועט מיך אויך פארענטפערט ווערן אפאר קשיות וואס באדערט מיך שוין לאנג.

געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2015 6:31 pm
דורך ווישוואש
welcome paltiel! keep it up

געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2015 7:11 pm
דורך תרנגול
העי פלטיאל, ביסט אפשר א קאזין מיט מלכיאל? (#ווער געדענקט)

געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2015 7:59 pm
דורך אני מאמין
שלום עליכם פלטיאל.

זאגסט זייער גוט! זאג אפטער.

געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2015 9:23 pm
דורך צו געזונט
פלטיאל האט געשריבן:סע וואונדערט מיר, פארוואס קען איך מיט א גלעזל וואסער ארומשפאצירן דעם גאנצן שול און אפילו א טראפ זאלזעך נישט אויסגיסן, בעת ווען איך נעם א א קאווע (א הייסע שטייצעך) באווייז איך קוים צו שטעלן א טריט און עס פלאטשקעט גלייך אראפ אפאר טראפעלעך מיט א שטוינענד פונקטליכע ציל, גראד אראפ אויף מיין נייע טלית קטן, (נאר וואו דען?).

שעמסטיך צו זאגען וואס דו האסט געכאפט פון מיר ווען ס'האציך באמת אויסגעגאסען אויף מיין ארבע כנפות'ל

געשריבן: דינסטאג אפריל 14, 2015 11:49 pm
דורך ניק נקי
פלטיאל האט געשריבן:אוי וואו בינעך?? וואסארא פלאנעט איז דאס?? וואאס, אידישע וועלט?? נעווער מיינד....

ווי איך זעה איז דאס די פאסיגסטע פלאץ צו פרעגן מיינע לאנגיעריגע קוועטשענדע פראגעס, פראגעס וואס לאזן מיר נישט שלאפן קיין נעכט, אפשר, אולי וועט ענדליך איינער מיר קענען ארויסהעלפן.

איך וועל נישט ארויסקוועטשן אלעס אויפאמאל, אבער לאמיר גיין איינס ביי איינס. ובזה החלי.

שוין לאנגע יארן וואס איך מוטשעמעך, ווען אימער איך פאר אויפן הייוועי זעה איך פון צייט צו צייט אזעלכע געלע העזערד שילדן וואס ליינצעך; א בילד פון א הערש און דערונטער שטייט, נעקסט 1/2 מייל. ווי איך פארשטיי מיינט דאס אז די קומענדיגע האלבע מייל איז א קראסוואלק פאר די דאזיגע חוצפאניאקעס - די הערשן.

ווילעך פארשטיין, פונוואנעט ווייסן די הערשן פון די דאזיגע קראסוואלק? כמיין, פארשטייען זיי אז אויב ווילן זיי אריבערגיין די הייוועי מוזן זיי קראסן דורך די דאזיגע האלב מייליגע שטח? וואס געשעהט אויב קראסן זיי אביסל ארויפציר? ווער אינפארסירט זיי?

(סאררי פאר די אריכות הלשון, כהאבעס פשוט נישט געקענט ארויסברענגען אנדערש)


וועלקאם פלטיאל!!!

געהערט אמאל אז ס'איז גאר פארקערט נאכדעם וואס די הערש האט אריבערשפאצירט ווערט מען געוואויר לעמאפרייע אז די 1/2 מייל איז אויך א חיילעק פון זייערע קראוסוואלקער..

ווייזט אויס אז בעצם איז דער גאנצער הייוועי גאר אינטער זייער טערעטאריע נאר זיי ברויכן נאר איינמעלדן פון צייט צו צייט וואו פונקטליך זיי פלאנען דורכצושפרייזן (נאר וואס זיי כאפן נישט אז געווענליך איז עס אויך זייער לעצטע רייזע)

געשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2015 1:03 pm
דורך פלטיאל
עס וואונדערט מיך, פארוואס ווען אימער עס רעגנט פאלט דער ערשטע טראפ גענוי צווישן מיין אויג און מיין גלעזער? עכמיין.. סע נישט מענטשליך.

געשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2015 1:35 pm
דורך לכתחילה אריבער
פלטיאל האט געשריבן:עס וואונדערט מיך, פארוואס ווען אימער עס רעגנט פאלט דער ערשטע טראפ גענוי צווישן מיין אויג און מיין גלעזער? עכמיין.. סע נישט מענטשליך.

אוודאי נישט מענטשליך! עס איז געטליך!!

געשריבן: מאנטאג אפריל 20, 2015 2:36 pm
דורך ווישוואש
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:עס וואונדערט מיך, פארוואס ווען אימער עס רעגנט פאלט דער ערשטע טראפ גענוי צווישן מיין אויג און מיין גלעזער? עכמיין.. סע נישט מענטשליך.

אוודאי נישט מענטשליך! עס איז געטליך!!

;l;p-

געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2015 10:45 pm
דורך פלטיאל
יעצט א ערנסטע שאלה וואס דרוקט מיך... עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ די קאמוניסטישע געזעץ פון האבן סיט בעלטס... וואס אין דער וועלט גייט אן פאר די רעגירונג צו איך בין בעלטעד אדער נישט?

כמיין... סארא אומדעמאקראטישקייט איז דאס?? אז א מענטש וויל נישט זיין סעיפטי, איז נישט... וועם גייט עס אן??
---

כגלייב נישט.... א י ך ב י ן א ש ר מ א ה..... כבין הייפער ווי משוגע... קודאס...

געשריבן: מיטוואך מאי 27, 2015 10:48 pm
דורך לכאורה
מזל טוב פלטיאל - שר המאה

בנוגע סיט-בעלטס, קענסטו מופן קיין ניו העמפשיר (אויב איך געדענק גוט מוז מען דארט נישט זיין צוגעבינדן)

געשריבן: דאנערשטאג מאי 28, 2015 12:38 am
דורך ווישוואש
פלטיאל האט געשריבן:כגלייב נישט.... א י ך ב י ן א ש ר מ א ה..... כבין הייפער ווי משוגע... קודאס...

;l;p- :grin:

געשריבן: דאנערשטאג מאי 28, 2015 12:42 am
דורך לאמפ
לכאורה האט געשריבן:בנוגע סיט-בעלטס, קענסטו מופן קיין ניו העמפשיר (אויב איך געדענק גוט מוז מען דארט נישט זיין צוגעבינדן)


קארעקט. זייער מאטא איז 'live free or die'.

-----

מזל טוב פלטיאל! שכוח פארן ארויפברענגען א שמייכל אויף די לעפצן.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 28, 2015 12:49 am
דורך קברנה סובניון
לכאורה האט געשריבן:מזל טוב פלטיאל - שר המאה



הייסע ברכות לכבודך

געשריבן: דאנערשטאג מאי 28, 2015 12:58 am
דורך לאמפ
פלטיאל האט געשריבן:שוין לאנגע יארן וואס איך מוטשעמעך, ווען אימער איך פאר אויפן הייוועי זעה איך פון צייט צו צייט אזעלכע געלע העזערד שילדן וואס ליינצעך; א בילד פון א הערש און דערונטער שטייט, נעקסט 1/2 מייל. ווי איך פארשטיי מיינט דאס אז די קומענדיגע האלבע מייל איז א קראסוואלק פאר די דאזיגע חוצפאניאקעס - די הערשן.

ווילעך פארשטיין, פונוואנעט ווייסן די הערשן פון די דאזיגע קראסוואלק? כמיין, פארשטייען זיי אז אויב ווילן זיי אריבערגיין די הייוועי מוזן זיי קראסן דורך די דאזיגע האלב מייליגע שטח? וואס געשעהט אויב קראסן זיי אביסל ארויפציר? ווער אינפארסירט זיי?


פלטיאל איר זענט נישט אליין... אט ליינט א מעשה שהי'.

------


FARGO, N.D. — You know those deer signs you see from time to time? After three accidents involving deer, one North Dakota woman wants them moved.

Under the impression the signs are intended to tell deer where it’s safe to cross, she embarked on a (failed) mission to get the signs moved to lower-traffic areas. She wrote letters, called television stations, but no one seemed to want to hear what she had to say. Finally, she turned to Y94 Playhouse Radio in Fargo. They listened (and laughed) and then posted her call on YouTube.

The caller, named Donna, admitted she struck three deer on three separate occasions “shortly after I saw a deer crossing sign on the highway.”

The caller questioned why Minnesota and North Dakota departments of transportation would allow deer crossings to be on busy roads.

“Why are we encouraging deer to cross at the interstate? I don’t get it. That’s a high- traffic area,” she said.

By now the radio hosts were trying to muffle their laughter. But if the caller heard them, it didn’t register. She continued…

“I understand that deer are animals and they need to cross the streets occasionally to survive and, of course, to find food, but it seems to me that it’s so irresponsible of us to allow these deer crossings to be in areas where these deer are so likely to be struck by oncoming traffic.”

At this point the radio hosts have lost the battle to keep their laughter under wraps. But, still, the caller proceeded to explain her concern…

“You’d think they’d put deer crossings in smaller towns like at a school crossing — that would be a safer place for them to cross,” she said.

Finally one of the hosts tried to explain the true purpose of deer crossing signs.

“You know deer crossings aren’t telling deer that it’s safe to cross there, it’s just more of like an alert for drivers so they know it’s like a high-deer population,” he said.

And then the caller said the unthinkable.

“They can direct the deer population anywhere they want to by moving that deer crossing sign. Why in the world would they place it on the highway? Or the interstate?”

She added that there are so many other places she could think of to place a deer crossing sign — her favorite location: at school crossings.

One of the radio hosts tried again…

“You seem to be under the misunderstanding that the deer are somehow attracted to the deer crossing sign,” he said.

Yup. She confirmed this.

“Well, yeah, the deer crossing sign is there to allow the deer to know that’s where they need to cross,” she said.

By this point the radio hosts had given up. The caller clearly wasn’t going to have a eureka moment on live radio. They politely ended the call with the promise to spread her message, which they did.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 28, 2015 5:20 am
דורך סמארט גאי
אייזן

געשריבן: דאנערשטאג מאי 28, 2015 11:49 am
דורך מילכיגער
now google the word Eureka...

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2015 5:12 pm
דורך פלטיאל
כשטיי און איך ווינדער מיך... פון ווי ווייסט מיין עלטער פעטער (יאיא... די באטעמטער... דו ווייסט פון וועם איך רעד...) פון ווי ווייסטער אייביג ווען איך יאג מיך?? איך טרעף אים קיינמאל נישט.. אבער ווען איך יאג מיך געטער א וואקס ארויס ווי פון אונטער די ערד מיט זיין באחנטן שמייכל.. וואס מאכט דיין משהלע? הא?

___

יאפס... צוויי הונדערט....

געשריבן: דאנערשטאג יולי 16, 2015 8:33 pm
דורך קיטשי
פאלטייילל...
(נישמיטא צייריי)
;l;p-