פורים שושן שחל בערב שבת - די בעסטע

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

מגיני ארץ
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:38 am
לאקאציע: בתוך כללות עם ישראל

פורים שושן שחל בערב שבת - די בעסטע

תגובהדורך מגיני ארץ » פרייטאג מארטש 06, 2015 12:32 pm

מיר איז אלס שווער געווען פארוואס שושן פורים גייט גארנישט אן געהעריג, די קינדער האבן נישט קיין חדר און סקול, די בחורים נישט קיין ישיבה, די כולל אינגעלייט נישט קיין כולל, לכאורה איז עס דאך נישט מער ווי א יומא דפגרא אזוי ווי ל"ג בעומר אין חמשה עשר בשבט, אין אפי' ווי א יו"ט ווי חנוכה, אבער דעמאלס גייט אלעס אן געהעריג, אין ס'פאלט ניטאמאל ביי פאר קיינעם מבטל צוזיין אלעס. ביז איך האב געכאפט אז די בגדי שבת איז שולדיג אין אלעם, ווייל ווי קען מען גיין אין חדר אין ישיבה מיט בגדי שבת? ס'איז טאקע נישט דא קיין איין אנדערע יו"ט וואס מ'גייט מיט בגדי שבת אין חדר אין ישיבה. אפאר עלטערע אידן וואס געדענקען נאך ווען נישט יעדער איז געגאנגען מיט בגדי שבת שושן פורים האבן מיר געזאגט אז ס'געווען חדר שושן פורים. אין אפי' די וואס זאגן אז אלעס איז פארשלאסן ווייל עס איז א טאג נאך פורים אין די עולם איז אויסגעמוטשעט, לדעתי וואלט מען אלס דעם נאר געמאכט חדר אין ישיבה מיט אפאר שעה שפעטער.
קומט אויס אז שושן פורים איז א טאג וואס מ'טוט גארנישט, א טאג פארברענגט סתם אזוי, די ארבעט יודן גייען געהעריג און ארבעט, אבער די קינדער אין בחורים אין כולל יונגעלייט דרייען זיך אין פרייען זיך.
איז יעצט צום ענין, אויב פאלט אויס שושן פורים פרייטאג איז געוואלדיג, אזוי שטעלט מען צוזאם צוויי טעג וואס זענען צופארן, פרייטאג איז אויך א טאג וואס ס'גייט נישט אן אלעס מחמת הכנה לשבת, אין ס'שטערט נישט קיינעם אז עס איז אויך שושן פורים אין דערזייט, אין שלום על ישראל, נישט א טאג וואס מען טוט גארנישט.
והנלענ"ד כתבתי.

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » פרייטאג מארטש 06, 2015 1:18 pm

אויך איז עס א קליינער דאווענען, די קורצטע פונעם יאר! (נישט ממש, פסח שני שחל להיות ביום ו' איז אויך אזוי) ממש אמחי', א פיצי יום אנע בית יעקב, שמיי דריי מ'איז אינדרויסען! א שאד נאר דאס יאר איז די תהילים אויסגעקומען צו זאגן קאפיטעל י"ח :-(

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג מארטש 06, 2015 1:41 pm

חיים צבי האט געשריבן:אויך איז עס א קליינער דאווענען, די קורצטע פונעם יאר! (נישט ממש, פסח שני שחל להיות ביום ו' איז אויך אזוי) ממש אמחי', א פיצי יום אנע בית יעקב, שמיי דריי מ'איז אינדרויסען! א שאד נאר דאס יאר איז די תהילים אויסגעקומען צו זאגן קאפיטעל י"ח :-(

כ"א מיינסטו, יא?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג מארטש 06, 2015 2:59 pm

איך בין נישט אזוי זיכער אז די בגדי שבת איז דער שולד, איך גיי כמעט קיין איין יאר נישט אריין אין דער ארבעט שושן פורים, כ'בין פשוט נישט מסוגל צו גיין ארבעטן זייענדיג אויסגעמוטשעט און אויסגעפליקט פונעם פורים.
יעדנספאל איז אבער טאקע א גוטע זאך אז שושן פורים פאלט אויס פרייטאג אזוי קען מען זיך אויסרוען פונעם פורים במשך שבת.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » פרייטאג מארטש 06, 2015 3:01 pm

איך האב געארבעט היינט. איז עפעס Wראנג מיט מיר?
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » פרייטאג מארטש 06, 2015 3:02 pm

סאיז די נייט שיפט סינדראם

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11095
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג מארטש 06, 2015 3:08 pm

לאדיךארויס האט געשריבן:איך האב געארבעט היינט. איז עפעס Wראנג מיט מיר?

ביג טיים

וועלכע גליד ביי דיר האט נאך געקענט ארבעטן?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג מארטש 06, 2015 3:19 pm

יימר, איך זעה דעך אז ביסט יא אריין היינט

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג מארטש 06, 2015 3:33 pm

וואו זעהסטו דאס?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג מארטש 06, 2015 3:34 pm

נו וואו

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג מארטש 06, 2015 4:19 pm

לויטן אריז"ל איז שושן פורים גענוי די זעלבע גרויסער טאג ווי פורים, אפשר פארדעם גייט מען נישט אין חיידער
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג מארטש 06, 2015 4:38 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:נו וואו

אה מיינסט די ארבעט דא? נעה קענסט שרייבן וואס דו ווילסט איך בין נישט דא היינט....
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג מארטש 25, 2016 4:14 pm

היי יאר אויך נישט?

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג מארטש 27, 2016 11:37 am

אויך א מעלה פאר די וואס האבן א הענגאווער צו האבן 3 טעג צו קומען צו די כוחות פאר מען גייט צוריק צו די ארבעט, פרייטאג שב"ק און זונטאג
פאר קריטיק דריקט דא

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3464
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 8:55 am

מענינא דיומא

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2064
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 9:08 am

אז מען האט שוין ארויף געברענגט דעם אשכול
וויל איך דא קלאר מאכן אז אין די אלטע היים איז יעדער געגאנגען בגדי שבת עס איז א געהעריגע יום טוב, כמעט אלע צדיקים אין די אלטע היים האבן געפירט טישן אין די גרויסע טאג אין געזאגט תורה.
נאר נאכן קריג בפרט אין די קאלטע אמעריקע איז געוועהן אסאך אידן וואס זענען געגאנגען ארבעטן האבן זיי נישט געוואלט גיין אין בגדי שבת ממילא איז געווארן אזא מין זמירות אז מען מיז נישט גיין בגדי שבת עס איז נישט עכט יו''ט, אבער דאס איז זייער נישט ריכטיג ...........
参考专家

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:28 pm

וואו גייט מען נישט שושן פורים מיט בגדי שבת?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 2:35 pm

אדער יא האט געשריבן:וואו גייט מען נישט שושן פורים מיט בגדי שבת?


דאכט זיך אז אין די בארא פארקער גאסן איז דא מער הוטן שושן פורים ווי שטריימלעך

אסדר לסעודתא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3781
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 2:51 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:וואו גייט מען נישט שושן פורים מיט בגדי שבת?


דאכט זיך אז אין די בארא פארקער גאסן איז דא מער הוטן שושן פורים ווי שטריימלעך

ס'איז דא מער בחורים ווי אינגעלייט אין בארא פארק?.. אפשר אינאיינעם מיט די ליטפאקעס...

איך בין שוין געווען אסאך שושן'ס אין ב"פ נישטא קיין חסידישער איד אן א שטריימל.
אייוועלט איז מיין טיר, די ניקס זענען מיין וויאו.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 2:56 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:וואו גייט מען נישט שושן פורים מיט בגדי שבת?


דאכט זיך אז אין די בארא פארקער גאסן איז דא מער הוטן שושן פורים ווי שטריימלעך

ס'איז דא מער בחורים ווי אינגעלייט אין בארא פארק?.. אפשר אינאיינעם מיט די ליטפאקעס...

איך בין שוין געווען אסאך שושן'ס אין ב"פ נישטא קיין חסידישער איד אן א שטריימל.


ביזט אפשר גערעכט, כ'קען טאקע נישט זאגן, איך געדענק נאר ווען איך בין דארט געווען בערך פאר 10 יאר צוריק שושן פורים האב איך געזעהן זייער אסאך הוטן, מעגליך טאקע אז דאס איז געווען אידן וואס גייען שבת אויך מיט היטן.....
אגב, שמעתי אמאל אז אין בעלזא גייט מען נישט מיט בגדי שבת שושן פורים, קען דאס איינער באשטעטיגן/אפלייקענען?

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » מאנטאג מארטש 18, 2019 1:37 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:
אגב, שמעתי אמאל אז אין בעלזא גייט מען נישט מיט בגדי שבת שושן פורים, קען דאס איינער באשטעטיגן/אפלייקענען?

אויסדריקליך פאלש!
אין בעלזא גייט מען דירעקט יא מיט בגדי שבת אין שושן פורים.
נאר ווען עס איז פורים המשולש, און זונטאג ביי די פרזים זענען דא וואס גייען מיט בגדי שבת אלץ כבוד ירושלים, דעמאלטס איז אין בעלזא נישט די מנהג צו גיין מיט בגדי שבת.

אגב, וואס איינער שרייבט דא אז פסח שני זאגט מען נישט בית יעקב, כ'מיין ס'נישט אליבא דהלכתא און נישט אליבא דמנהגא. פסח שני זאגט מען יא בית יעקב. אפשר מיינט יענער צוזאגן "פורים קטן".

אוועטאר
היטשינער
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » דינסטאג מארטש 19, 2019 11:56 am

עטס טאנץ'ט אויף ירושלים'ער אידן'ס בלוט, איר רעדט וועגן א גרינגען שושן פורים פרייטיג, בשעת דער ירושלים'ער איד שלעפט זיך ארויס פון בעט פארטאגס צו קענען כאפן די מצוות היום, ער לויפט אין שטיבלאך און... אך... פארפאסט ותיקין..., כאפט זיך מיט דער 6 אזייגער מנין, הערט מגילה ליינען פון א בריסקע'ר וואס איז נישט זיכער צו מען בהאט געהערט דער ן פון המן, לויפט אהיים שלעפט ארויס די קינדארלאך פון בעט, טוט זיי אן די פארשטלאכצער, יאגט ארויס געבן משלוח מנות פאר מלמדים חבירים, און אויפן וועג אהיים, נאך פאר די ערשטע כוס'ה, דערמאנט מען אים שוין עס איז שוין צוויי שעה צום זמן נעם ארויס דיינע מוקצה זאכן.......


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט