טאמעיטא דיפ, די היינט צוטאגיגע פאטעיטא קוגל

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

טאמעיטא דיפ, די היינט צוטאגיגע פאטעיטא קוגל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

וויאזוי ווערט א מאכל שבת'דיג?

ער ווארפט מיר פאר, אז ביי אים אינדערהיים איז לא ישמע ולא יזכר ביים שבת טיש די נייע זאך וואס הייסט טאמעיטא דיפ. פרעג איך אים אויב ער עסט עפעס צו ביי די פיש. יאהך צו עסן נאר מיט לאקשען און פלייש נאר מיט לאקשען קוגל.

נעה, וואס מאכסטעך נאריש. איך עס אלע ארגינאלע שבת מאכלים. כאריין צו די פיש, רעטאך און ארבעס מיט די יאהך און פאטעיטא קוגל צו די פלייש, און איך גלייך בכלל נישט לאקשען קוגל, און אביסל נאכשפייז.

די נאכשפייז אן זאגען ספעציפיש וועלכע עס איז, איז די איינציגסטע זאך וואס ער קען מיר זאגען אז עס גייט צוריק דורי דורות, לפתן, אוואו די משנה רופט עס.

נו, אוואדע, וואס דו גלייכסט איז אן אוהר אלטער מאכל, און וואס יענער גלייכט איז אפגעטרעטן מדרכי אבות האלט איך אים פאר. אזוי ווייט, אז קארטאפל איז דאך באוואוסט אלס א גאר נייע מאכל, בשעת לאקשען קוגל איז דער ארגינעלער קוגל. כאריין מיט צוויקל איז א אונגארישער אויפטרעף, און ארבעס צו די יאהך, א ירושלימער מאכל, אזוי אום זיך צו קרעפטיגען אנשטאט חלה, וואס איז געווען ווייניג.

א שבת מאכל ווערט ווארשיינליך מקודש דורך עס ספעציעל אנגרייטן אויף שבת קודש. פונקט אוואו מען עסט בשר עוף און סיז נישט פאררופן אלס א וואכעדיג מאכל, טראץ וואס מען עסט דאס עטליכע מאל א וואך. און קלאב סאדע ליגט אויפן טיש די זעלבע אוואו אינדערוואכען

א שבתדיג מאכל איז וואס מען גלייכט און מען גרייט דאס אן אויף הנאה צו האבען פונעם שבת מיט דעם.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

ווער האט געמאכט טאמעיטא דיפ?
ריבונו של עולם
ווער האט געמאכט פאטעיטא קוגל?
ריבונו של עולם

ס'מאכט נישט אויס וואס מען עסט
עס מאכט נישט אויס וואס מ'טרינקט
אויף אלעם זאגען מיר
לכבוד שבת קודש .

(קרעדיט - דודי קאליש,בחידושו של אגמ"ט)
אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר_הדייעט »

מסכים עם דבריך.

חוץ מזה וואס לדעתי העני' איז תענוג שבת רעלאטיוו. יעדער האט א רעכט צו שפירן תענוג אין אן אנדערן מאכל ועל טעם וריח אין להתוכח. אויב איינער שפירט א תענוג פון א גרינצייג סאלאט ביי די פיש, אדער א שטיקל נאפאליען קעיק ביים ענדע סעודה, אדער שלישקעלעך ביי די פלייש, איז דאס פונקט אזא מצוה ווי ביי אנדערע פערפל און מייערן.

בו וראה מטשאלנט. איינער עסט דעם אונגארישן טשאלנט, איינער דעם פוילישן, אנדערע עסן קאשע, ויש אשר אוכלים זופ, ויש גם כאלו אשר רק שותים טיי. דאס איינציגסטע וואס איז וויכטיג איז עסן ווארעמע מאכלים, כידוע מבעל המאור. אין וואספארא פארמאט דאס איז כל אחד לפי טעמו וריחו.
home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך home »

מ״ב ס׳רמב
הא דאמרו דצריך לענגו בדגים גדולים וראשי שומן ותבשיל של תרדין שזה היה מאכל חשוב בזמניהם וכן בכל מקום ומקום לפי מנהגו יענגוהו במאכלים ומשקים החשובים להם עונג [ולפי שמן הסתם רוב בני אדם עיקר ענוגם בבשר ויין ומגדנות לכך איתא בסימן ר"נ ס"ב דירבה בבשר ויין ומגדנות כפי יכלתו].
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

אבער די אלע מאכלים וואס זענען געווען ביז אהער יסודתן מהררי קודש און עס האט גרויסע ענינים חלילה אויסצולאזן
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

שוין דא אן אשכול דערוועגן
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

מקור או עכ"פ אסמכתא לאכול בליל שבת קודש מאכיל חריף הנקרא טאמאטא דיפ -
מתלמיד בבלי מס' ב"ק דף פ"ב.

ויקפיד שיהיה בו "שום" ולא כאותן המתחדשים שנותנין בו כ"א ספייסעס ולא שום -
שמניחין את העיקר ועושין הטפל.
אטעטשמענטס
charif.JPG
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

סביב העולם האט געשריבן:אבער די אלע מאכלים וואס זענען געווען ביז אהער יסודתן מהררי קודש און עס האט גרויסע ענינים חלילה אויסצולאזן


און די זעלבע הררי קודש העט זיין אויף טאמעיטא דיפ אין עטליכע יארע פון איצטערט
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

גבריאל, איין מעידזשער טעות
שום בליל שבת דארף זיין געקאכט
במוצאי שבת רויע

ויחי ההבדל, והמבין יבין ודו"ק ותשכח ותמצע נאחאס
אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים צבי »

home האט געשריבן:מ״ב ס׳רמב
הא דאמרו דצריך לענגו בדגים גדולים וראשי שומן ותבשיל של תרדין שזה היה מאכל חשוב בזמניהם וכן בכל מקום ומקום לפי מנהגו יענגוהו במאכלים ומשקים החשובים להם עונג [ולפי שמן הסתם רוב בני אדם עיקר ענוגם בבשר ויין ומגדנות לכך איתא בסימן ר"נ ס"ב דירבה בבשר ויין ומגדנות כפי יכלתו].

און אז מען גייט לפי מנהג המקום וואלט איך געטוישט נאך זאכן.

ווען האסטו דאס לעצטע מאל געזען סערווירן ביי א חתונה איינגעמאכטע פיש מיט טאמעיטע דיפ? א ריכטיגע כבוד שבות וואלט געווען א קליין סלייס געבאקענע פיש ארומגענומען מיט סאלאט, קרעקערס, און גרינע זאכן (סערווד רום טעמפרוטשער).

ווער געט נאך היינט טשיקן זופ? ביי בעסערע מאלצייטן סערווירט מען אזא געדיכטע לאווע-סארט זופ.

און אז מען רעדט שוין פון דעם סארט זופ איז אינטערעסאנט צו דאקומענטירן וויאזוי עס ווערט סערווירט; ובכן, צו יעדער טיש קומט אן א סארווער וואס גייט ארום צו יעדנס פלאץ און געט א ברום ״פרענשאניאנקרימאשיקאן״ און דער באטרעפענדער געט א ברום צוריק ״ממממההההמממ״, דאן ווערט א פולן שעפלעפל אריינגעלייגט אין טעלער. כ׳האב נאכנישט אויסגעפיגערט דערווייל וואס דאס מיינט באט איי געס ס׳איז אזא ׳קול יפה לבשמים׳ לחש.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

יעדע עסן וואס אונז עס מיר היינט ביי די שבת סעודה האט א מקור... המלאי ס'קומט פון ערגעץ, פון די ערד, וואסער, בוים, עניווער עלס
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

געהערט אמאל אז פאטעיטא קוגל איז מקורו בעיקר פון אמעריקע
כריין און צנון האב איך אמאל געזען בשם הרה"ק משינאווא עפעס א מקור

חיים צבי, כ'האב הנאה פון דיין תגובה, ריכטיגער נקודה
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

צו געזונט האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:אבער די אלע מאכלים וואס זענען געווען ביז אהער יסודתן מהררי קודש און עס האט גרויסע ענינים חלילה אויסצולאזן


און די זעלבע הררי קודש העט זיין אויף טאמעיטא דיפ אין עטליכע יארע פון איצטערט



צו געזינד

פון די וועג וואס די שרייבסט, פארשטיי איך אז די ביזט פון יוצאי ליטא, וואס האט נישט קיין ענין פון נאכטון וואס מהאט געזען ביי די עלטערן און רבי׳ס, אלזא, דא אויף איי וועלט איז א גרויסע רוב חסידישע אינגעלייט, וואס ביי אונז זענען די זאכן גאר הייקל, מיר ווייסן אז יעדע מנהג ישראל איז גאר הייליג, ביי אונז האט מען געוויסט אז א מנהג ברעכט א דין, ביי חסידים האט מען געהאט מסירות נפש פאר יעדע מנהג ישראל, בתוכם פאר די אנגענומענע מאכלי שבת, סא דיין אשכול באלאנגט אויף א ליטווישע פורום.

מן הסתם עסט מען ביי דיר פרישע בייגעלעך אנשטאט די אלט מאדישע חלות, עגפלענט מיט רייז אנשטאט פיש, און סעסמי טשיקן אנשטאט טשולענט... יאמממי...גוד לאק פאר יו, ביי אונז האט מען געהאט מסירות נפש פאר יעדע מאכל שבת.

ר׳ יענקעלע פשעווארסקער זצ״ל האט אמאל געזאגט, דער שו״ע איז געמאכט געווארן פאר גרים... א איד ברויך טון וואס ער האט געזען אינדערהיים...

אן א שיעור מעשיות ווערט פארציילט איבער די מסירות נפש פאר די מאכלים, אויף די מינוט געדענק איך די מעשה מיטן ראפשיצער רב וואס האט זיך פארשטעלט ווי א פויער און געברענגט צוויבל קיין לובלין אויף שבת, הרה״ק ר׳ יחזקאל׳ע מערץ האט אמאל נישט געהאט קיין געקאכטע אייער פאר שבת האט ער געגעסן א רויע איי כדי ח״ו נישט מבטל זיין א מנהג ישראל, סאיז דא נאך, כגעדענק נישט אויף די מינוט.

סאיז דא א ספר ׳שבת בית ראפשיץ׳, דארט ברענגט ער פילע מאמרים און מקורות, רמזים, אויף אלע אונזערע מאכלי שבת, ביטע האבן רעספעקט פאר אונז, ביי אונזערע קרייזן איז דאס זייער הייליג.

יעצט צו טאמיטע דיפ, טאמעיטע דיפ איז נישט קיין מאכל, סאיז סה״כ א געטינקאכטץ וואס מאכט זיכער אז מרוקט חלה עד אפיסת הכוחות, איך האב עס ארויסגעווארפן פון דערהיים זעענדיג ווי די קינדער רוקן חלה אן א סוף.

עס איז א פראקטישע זאך אין א ישיבה למשל, ווייל פיש מיט פלייש קאסט אסאך געלט, און פארפוילטע טאמעיטעס קען מען האבן פאר שפאט ביליג, סא משטאפט אן די בחורים מיט חלה און דיפ ביז ארויף, אזוי קענען זיי נאר עסן א פיצעלע פיש און פלייש....

עניוועי, אז די ווילסט עסן טאמעיטע דיפ, זשעלעפינאו, חומוס וכו׳ זאל דיר זיין ״צו געזינד״, אבער ח״ו נישט רעדן מיט זלזול אויף אונזערע מאכלים.
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

צווייפעל, רואיג ער רעדט נאר איבער חריף קעגן פאטעטא קוגל
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

בנימין, איך האב מעתיק געווען א שטיקל וואס ער האט געשריבן אז די זעלבע הררי קודש וואס איז דא אויף אונזערע מאכלים וועט זיין אויף דיפ.
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

אמת, כ'האב געזעהן. אבער היות ער האט זיך מתחלה באצויגן צו פאטעטא קוגל האב איך אים דן געווען אז אויך דא מיינט ער דאס, דהיינו אז אויב זאגט סביב אז אלע מאכלים אינקלודיג פאטעטא קוגל איז יסודתו בהררי קודש דאן קען מען שוין כמעט זאגן דאס זעלבע אויף חריף
אמת אבער, עס זעהט נישט אויס גוט.
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

צווייפל, איך האב מיך נאר באצויגן צו די צוויי מאכלים פונעם קעפל. און ווען איך האב געזאגט אז נאך זאכען וועלן זיין בהררי קודש, איז דאס צוליב וואס איך בין כמעט זיכער אז געוויסע מאכלים האבען אונזערע רבי'ס און עלטערן אנגעהויבן עסן, צוליב וואס עס איז געווען גאר געשמאק און זיי האבען געהאלטן אז דאס איז כבוד שבת. אדער, זיי זיינען געווען ארים ווי די נאכט און מען האט געמאכט מטעמים און מדענים פון זאכען וואס מען האט יא פארמאגט.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
שכל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל טוב »

א שטיקעל נועם מגדים
אטעטשמענטס
Hebrewbooks_org_19758 (1).pdf
(80.6 KiB) געווארן דאונלאודעד 144 מאל
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

צווייפעל האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:
סביב העולם האט געשריבן:אבער די אלע מאכלים וואס זענען געווען ביז אהער יסודתן מהררי קודש און עס האט גרויסע ענינים חלילה אויסצולאזן


און די זעלבע הררי קודש העט זיין אויף טאמעיטא דיפ אין עטליכע יארע פון איצטערט



צו געזינד

פון די וועג וואס די שרייבסט, פארשטיי איך אז די ביזט פון יוצאי ליטא, וואס האט נישט קיין ענין פון נאכטון וואס מהאט געזען ביי די עלטערן און רבי׳ס, אלזא, דא אויף איי וועלט איז א גרויסע רוב חסידישע אינגעלייט, וואס ביי אונז זענען די זאכן גאר הייקל, מיר ווייסן אז יעדע מנהג ישראל איז גאר הייליג, ביי אונז האט מען געוויסט אז א מנהג ברעכט א דין, ביי חסידים האט מען געהאט מסירות נפש פאר יעדע מנהג ישראל, בתוכם פאר די אנגענומענע מאכלי שבת, סא דיין אשכול באלאנגט אויף א ליטווישע פורום.

מן הסתם עסט מען ביי דיר פרישע בייגעלעך אנשטאט די אלט מאדישע חלות, עגפלענט מיט רייז אנשטאט פיש, און סעסמי טשיקן אנשטאט טשולענט... יאמממי...גוד לאק פאר יו, ביי אונז האט מען געהאט מסירות נפש פאר יעדע מאכל שבת.

ר׳ יענקעלע פשעווארסקער זצ״ל האט אמאל געזאגט, דער שו״ע איז געמאכט געווארן פאר גרים... א איד ברויך טון וואס ער האט געזען אינדערהיים...

אן א שיעור מעשיות ווערט פארציילט איבער די מסירות נפש פאר די מאכלים, אויף די מינוט געדענק איך די מעשה מיטן ראפשיצער רב וואס האט זיך פארשטעלט ווי א פויער און געברענגט צוויבל קיין לובלין אויף שבת, הרה״ק ר׳ יחזקאל׳ע מערץ האט אמאל נישט געהאט קיין געקאכטע אייער פאר שבת האט ער געגעסן א רויע איי כדי ח״ו נישט מבטל זיין א מנהג ישראל, סאיז דא נאך, כגעדענק נישט אויף די מינוט.

סאיז דא א ספר ׳שבת בית ראפשיץ׳, דארט ברענגט ער פילע מאמרים און מקורות, רמזים, אויף אלע אונזערע מאכלי שבת, ביטע האבן רעספעקט פאר אונז, ביי אונזערע קרייזן איז דאס זייער הייליג.

יעצט צו טאמיטע דיפ, טאמעיטע דיפ איז נישט קיין מאכל, סאיז סה״כ א געטינקאכטץ וואס מאכט זיכער אז מרוקט חלה עד אפיסת הכוחות, איך האב עס ארויסגעווארפן פון דערהיים זעענדיג ווי די קינדער רוקן חלה אן א סוף.

עס איז א פראקטישע זאך אין א ישיבה למשל, ווייל פיש מיט פלייש קאסט אסאך געלט, און פארפוילטע טאמעיטעס קען מען האבן פאר שפאט ביליג, סא משטאפט אן די בחורים מיט חלה און דיפ ביז ארויף, אזוי קענען זיי נאר עסן א פיצעלע פיש און פלייש....

עניוועי, אז די ווילסט עסן טאמעיטע דיפ, זשעלעפינאו, חומוס וכו׳ זאל דיר זיין ״צו געזינד״, אבער ח״ו נישט רעדן מיט זלזול אויף אונזערע מאכלים.


אלעס האט זיך ערגעץ אנגעהויבן! און יא זופ אויך,

נאר סאיז דא חילוק צו די מקור המנהג קומט פון א איד א קדוש וואס האט געזעהן אין דעם הייליגע ענינים (כ'גלייב שווער אז ער האט עס געגעסן בלויז ווייל סאיז גוט) און אזוי איז עס געווארן א מנהג,
משא"כ דיפס שטייט נישט אין זמירות דברי יואל אז סאיז געווען א מנהג, איינער האט אפגעמאכט אז ער האט עס ליב און ער האט זיך נאך צופלאמט מיט א קנאקעדיגן "לכבוד שבת קודש" בשעת'ן קויפן.... און.... יאלא! דר'עולם האקט דיפ!
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

צווייפעל יישר כח

--

צו געזונט.

בונדלעך צו די זופ האט א גרויסע מקור, בשם שינאווער רב, אז עס איז מצרף די שם אלס די יו"ד, און די לאקשן איז די וא"ו.

און דאס איז נאר א גילוי אז דו האסט געשריבן נאך זאכן אן א דעקונג.

צולייגן צו מאכלי שבת איז א פראבלעם, און עס וואלט נישט פאסירט אזוי שנעל אינדערהיים

פאטעיטא קוגל האט מען נישט צוגעלייגט, מען האט עס גענוצט אין אונגארן 'במקום' לאקשן קוגל, ווייל עס איז געווען ביליג.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

די שם פון בעבעלעך ביי די זופ
איז דאך יב"ק יוה"ך בעבעלך קניידלעך
אדער יוה"ך בעבעלעך קויליטש
בד"וו ס'זענען דא וואס האבן געטראפן א פסוק אויף די אלע געטונקעכטס
"למען תינקו ושבעתם"
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שאינו יודע. איך מאך גארנישט אוועק, און דאס וואס דו שרייבסט אז שינאווער רב זי"ע האט דאס געגעסן. טאקע פון דעם רעד איך, אז הררי קודש מיינט נישט טויזענט יארע אויף צוריק, נאר א מנהג קען אויך שפעטער אויפקומען, און טאקע דורך א צדיק וקדוש
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

נישט 'טאקע' דורך א צדיק, נאר 'דוקא' דורך א צדיק
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

איך האב נאכנישט געזעהן ביי קיין טיש פון א ערליכער איד זאל זיין טאמעטא דיפ, נישט ווייל כ'האלט אז מ'טאר נישט צו וואס, גראדע ביי אונז אין שטוב איז עס יא דא, אבער ס'איז נישט קיין מאכל שבת, ס'איז א צושפאס פאר די פיש פון שבת קודש.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

שמעלקא טויב האט געשריבן:איך האב נאכנישט געזעהן ביי קיין טיש פון א ערליכער איד זאל זיין טאמעטא דיפ, נישט ווייל כ'האלט אז מ'טאר נישט צו וואס, גראדע ביי אונז אין שטוב איז עס יא דא, אבער ס'איז נישט קיין מאכל שבת, ס'איז א צושפאס פאר די פיש פון שבת קודש.

שמעלקא טויב איז א ערליכער איד
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”