בלאט 1 פון 68

מוצאי שבת - רעקארד בוך פאר תגובות

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2007 3:15 am
דורך מאשקע
וווואאאעעעסססס???? ס'נאכנישט דא קיין מוצ"ש אשכול???? אנוועליבעבל... כ'קענעסניש גלייבן...

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2007 4:58 pm
דורך לחיים ולברכה
ניין, סינאכנישטא.

הכו"ח
הועד להצלת אשכולות משטרם נענו.

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2007 5:45 pm
דורך קרעמער
כ'מיין זאלסט טוישן דעם קעפל צו "א גוטע וואך"

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2007 7:13 pm
דורך איך_הער
נו, זאל זיין א גוטע וואך.

געשריבן: מאנטאג יולי 16, 2007 12:20 am
דורך דרך אגב
איין מינוט, כ'מיין פאר וועם האסטו דאס געעפנט? כ'מיין ווער איז דא מוצ"ש?

געשריבן: מאנטאג יולי 16, 2007 12:31 am
דורך מאשקע
כ'מיין איך.

געשריבן: מאנטאג יולי 16, 2007 1:12 am
דורך דרך אגב
ביסט גערעכט, פאר דיר ברויך מען ווען עפענען א גאנצע קרעטשמע אויך.

געשריבן: מאנטאג יולי 16, 2007 8:37 am
דורך איך_הער
כ'מיין איך אויך, אמאל אמאל.

געשריבן: זונטאג יולי 22, 2007 4:09 am
דורך מאשקע
דער מוצ"ש אשכול איז מיר יעצט געקומען אין חלום, און געבעטן אז איך זאל אין איר נישט פארגעסן.
א גוטע וואך.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2007 2:06 am
דורך קרעמער
א גוטע וואך.

דזשאסט טו לעט יו גייס נאו, איך בין דאהי געווען, פרובירט צו ליינען וואס איך האב פארפאסט זינט מיטוואך אדער נאך פריער.

פול מיט האפענונג אז דער שנעלער פארבינדונג וועט זיך ווי שנעלער פארבינדן.

קרעמער

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2007 5:01 am
דורך מאשקע
שכוח, צדיק'ל.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2007 3:18 pm
דורך סאכדעס
אהה כאף אז דו האסט געליינט מיינע ארטיקלן....

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2007 12:50 am
דורך איך_הער
א גוטע און מזל'דיגע וואך פאר אייך און פאר אונז, צו צולייגן א גראם איז א היבשער קונץ.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2007 1:36 am
דורך יענטאאש
א גוטע וואך,
א גראם צוצולייגן איז כלל נישט קיין שווערער יאך.

א מזל'דיגע וואך,
נאך א גראם? איך קען דיר געבן גענוג און נאך.

א וואך מיט רפואות,
לייג איך צו נאך א גראם אן קיין תנועות.

א וואך מיט ישועות,
צי איך ווייטער דעם שמועס.

א וואך מיט אסאך געלט!
דאס דארף שוין נישט גראמען ווייל פאר יעדן עס געפעלט.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2007 2:25 am
דורך בעל הבית
גוטע וואך אידן יעצט היינט ווען מען האט פ' ראה געטאן ליינען, מוצאי שבת מברכים אלול די פיש אין וואסער טוען שוין ציטערן אין וויינען.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2007 11:01 am
דורך איך_הער
כ'האב געמאכט אן ארבעט א פיינע, און ס'איז צוגעקומען נאך אפאר גראמען שיינע.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2007 2:26 pm
דורך מאשקע
ווען איך וואלט געווען א פיש אין וואסער וואלט איך אויך געציטערט. שטעלט אייך פאר ווען מיר זענען אלע פישן. ס'קומט ר"ה, א באנדע זאטע אידן קומען און ווארפן אריין גרויסע גראבע פעקלעך עבירות, אלעס אויף אונזער קאפ ארויף... אונזער גאנצע וואסער ווערט פארפעסטיגט מיט די פאלושען... ס'נעמט זיך שטינקען פון די אלע עבירות... און יעדעס יאר ווען מ'מיינט אז דאס איז שוין דאס ערגסטע, ווערט מען געוואויר אז ס'פאראן ערגערס פון דעם אויך...

א רחמנות אויף די פיש!

געשריבן: זונטאג אוגוסט 12, 2007 7:08 pm
דורך איך_הער
מאשקע האט געשריבן:
א רחמנות אויף די פיש!


אויך אויף די אשכול.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2007 1:18 am
דורך שוועמל
א גוטע וואך, טאקע פארפאסט אזא אשכולץ

קרעמער, וואס איז שוין ווייטער מיט דיין קאנעקציע?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 13, 2007 2:01 am
דורך לאקשען ברעט
בעל הבית האט געשריבן:גוטע וואך אידן יעצט היינט ווען מען האט פ' ראה געטאן ליינען, מוצאי שבת מברכים אלול די פיש אין וואסער טוען שוין ציטערן אין וויינען.


ציטערען יא אבער פארוואס עפעס וויינען אין בכלל ווער זאגט אז פיש קענען וויינען

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 18, 2007 11:08 pm
דורך איך_הער
א גוטע וואך, א גוטע וואך, ויתן לכם מטל השמים, עטץ זאלטס האבן גענוג אז ס'זאל נאך בלייבן שריים.

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 18, 2007 11:40 pm
דורך מאשקע
א גוטע באך.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 19, 2007 12:04 am
דורך קרעמער
נאר פאר מאשקע;

א גוטע דזשאך

געשריבן: זונטאג אוגוסט 19, 2007 1:03 am
דורך מאשקע
שכויאך.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 19, 2007 3:50 am
דורך שוועמל
א גוטע וואך, ברכות נאך און נאך.
וואונטש דער שוועמל, פאר דעם גאנצן געזעמל.