יאצמעך האט געשריבן:איין הגה, לכאורה קומט די צווייטע שורה צו זיי מער באלד (מיט א קמץ) ווי די ערשטע זייענדיג די עיקר חידוש.
איך שטעל דאס נישט אויס בדרך חידוש, נאר פשוט די ס"ה פונעם וואך (וואס דאס איז די ציל פונעם אשכול) + נאך 2 הוספות וואס זענען שפעטער צוגעקומען צו זעהן די פראגרעס אדער פארקערט פון אייוועלט, די עיקר איז אבער די עצם ס"ה.
איין זאך קען איך דיר זאגן יאסעלע, דו וועסט מיר זיכער נישט גלויבן, אבער איך זאג עניוועי. די מנהלים האבן אסאך בעסערע דאגות ווי צו ווייזן מאכט, און עס האט גארנישט נאכגעלאזט פון די מהלך וואס מיר האבן שוין פאר יארן יארן לאנג. און איבער די קרבנות ווייסעכנישט וואס צו זאגן, מענטשן וואס האבן קאמפלעקס קענען זיך גט'ן אפילו עס איז נישט דא אויף וואס.