דער פילזאפישער קוה...

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 11:01 pm

דער פילזאפישער קוה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שתוקא בתרין »

לאי כבוד ניטל האבן מיר אפגעשריבן דעם ארטיקל:

"הלוואי וואלט איך געווען שלמה המלך..." זאגט משה'לע.
"הלוואי איך" – ענטפערט חיימ'ל מיט א גרעסערע עקסטאז.
"איך", "איך", "הלואי איך" – הערט זיך קולות פון אלע זייטן. - איך וויל קענען אלע שפראכן פון די חיות און בהמות.
---
לאמיר אייך פארציילן אז מען האט ערפינדן א מאשין וואס כאפט אויף די קולות פון די קיען, און הפלא ופלא, די קיען שרייען נישט סתם: "מע, מע", נאר זיי רעדן צווישן זיך.

גאר וואונדערלעך איז די אנטדעקונג פונעם נייעם יאר 2014, אז די קיען זענען גארנישט קיין קעלבלעך, זיי זענען גאר גרויסע 'חוקרים', און עס איז דא צווישן זיי גרויסע געלערנטע וויסענשאפטלער, וועלכע אנטדעקן אויף מורא'דיגע געפינסן אין די קיען לעבן.

יא – אט דאס איז אנטדעקט געווארן דורך אפכאפן זייערע שמועסן אויף טעיפ, און נאכ'ן דאס אנאליזירן און שטודירן פאר א לענגערע צייט, האט ענדלעך מפענח געווען איין גאר אינהאלטסרייכע רעדע וואס א וויסנשאפטליכער קוה האט געהאלטן געשפאנט די צוהערערע פאר א לענגערע צייט מיט זיינע געפינסן.

אט האט איר טיילן פון די רעדע (איבערגעזעצט פון קוען שפראך):

"האט איר שוין אמאל געטראכט פון וואו מיר קוען שטאמען? ווער איז געווען דער ערשטער קוה אויף די וועלט? און ווי אזוי איז ער געבוירן געווארן?"

וועל איך דא פארלייגן פאר אייך מיינע חשוב'ע קיען: איר זעהט דער בילד אינדרויסן פון אונזער היים (שטאל), העכער די טיר, וואו עס געפינט זיך א האנט-געמאלענע בילד פון א קוה?

דער בעל הבית וויל אונז איינרעדן אז דאס איז פשוט א געמאלן בילד? - דאס קען מען ענק איינרעדן, נישט מיר, איך בין א 'פיליזאף' און א 'חוקר', און איך קען אליינס אויספיגירן וואס דאס איז, אלזא הערט אייך איין:

"קוקט אייך גוט איין אין דעם בילד" – זאגט דער קוה-פיליזאף, "וועט איר זעהן אז דער פלאץ ווי דער קוה איז, שטעקט זיך ארויס אביסל מער ווי דער פאפיר. עס איז בכלל נישט ווי אזוי עס האט זיך אייך געדאכט אלע יארן".

אלע קוען מארשירן אהין צום בילד, און טאפן דעם בילד, מיט די הערנער און מיט די צינג, און אלע באשטעטיגן אז יא, עס שטעקט זיך ארויס. פשיהא, קיינמאל נישט געוואוסט, מורא'דיג.

"מיר לעבן היינט אין א פארגעשריטענע וועלט" – זעצט דער קוה-פיליזאפף פאר מיט זיינע ווערטער, נאכדעם וואס ער ריקט ארויף זיינע ברילן. "איר ווייסט וואס דאס איז? ניין? נו, הערט זיך איין."

-אלע קוהען שטעלן אן מויל און אויערן, און דער קוה זאגט דעם פיליזאפישן אנטפלעקונג פונעם נייעם יארהונדערט: "אט אזוי ווערט א קוה באשאפן!"

"עס נעמט טאקע פיל יארן, דער בילד קען טאקע אזוי שטיין פאר פיל יארן און עס זאל בלייבן דאס זעלבע, עס קען אפילו זיין אז עס איז שוין אריבער מיליא... יאר, זינט דער קוה האט זיך אנגעפאנגען צו באשאפן, אבער נאך 10 בילי... יאר, וועט פון דעם ארויסקומען א גאנצע קוה. יא, א קוה אזוי מיר אלע זענען."

עס איז אובאגרייפבאר די פרייד און קלאטשעריי פון די קוען, מיט דעם אויסטערלישן אנטדעקונג, און ווי דאס האט געהויבן די שטאלץ פון די קוען האבנדיג צווישן זיך אזא געוואלדאווענעם חוקר...

"שא, שא. - ברומט דער קוה – איך בין נאכנישט פארטיג מיט מיין אנטדעקונג. - אז מען וועט נעמען א מייקראסקאפ און דאס צושטעלן פון אויבן פון דעם וואנט-קוה וועט איר זעהן אויף דעם קוה קליינע פיצקעלעך פינטעלעך (שטויב). איר ווייסט וואס דאס איז? דאס זענען די האר וואס וואקסן צוביסלעך ארויס אויף דעם קוה. במשך די יארן, ווען דער קוה ווערט באשאפן, ווערט פון יעדע קליינע מיקראסקאפישע פינטל - א לאנגע האר.

- - -

צו די קוען האבן שוין צייטונגען וואו מפרסם צו זיין זייער ערפינדונג, האבן 'אונזערע חוקרים' נאכנישט געמאלדן. אבער - - - זעען דען נישט אויס די היינטיגע חוקרים ווי דער דערמאנטער פיליזאף-קוה...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

הו הא.. שיין שיין אפגעשריבן!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

זייער זיס שתוקא.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אינטערסאנט און באלערנד, דאנקע אייך.
ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארגינעלע יוד »

יישכ האסט עס באמת גאר גוט צולייגט

אגב איך האב א שטיקל געדאנק אויף דעם וואס מזעט אין די בריאה געוויסע סימנים פון התישנות

צום אלעם קודם ערשט, אונז האמיר א מסורה מפה לאוזן ביזן מעמד הר סיני ני וואס דארף מען מער?
אבער בנוגעה די סמני התישנות קען מען ענטפערן פשוט, אין מאור עינים די ערשטע תורה שרייבט ער א יסוד אז כוח הפועל בנפעל
לפי זה קומט אויס אז די וועלט וואס איז באשאפן געווארן דורכן אין סוף ב"ה ליגט אין דעם אויך די תכונות פון אין סוף דהיינו אז סהאט נישט קיין אנפאנג און סהאט נישט קיין סוף, און וועגן דעם איז נישטא קיין איין בריאה וואס ווערט געבוירן מיט עקן נאר אלעס איז רונדעכיג אריינגערעכנט די וועלט אליינס מיט די גאנצע מערכת שמים וויל אין סוף באשאפט אין סוף, משא"כ מעשי ידי אדם

קומט אויס גאר אן אינטערעסאנטע געדאנק בעצם איז די וועלט אלט בלויז פינעף טויזענט מיט עפעס יארן אבער איינמאל דאס איז א נברה פון קב"ה האט עס אין זיך די תכונות פון אין סוף והבן
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

האב איך אמאל געהערט פון א חשובע יוד אז די באשעפער האט באשאפן די וועלט איבער פינעף טויזענט יאר צוריק, א פארטיגע וועלט מהאט נישט געדארפט ווארטען יארן אז א בוים זאל וואקסען סאיז שוין געווען ביימער, און סאיז שוין אפילו געווען אראפגעפאלענע ביימער, די וועלט איז באשאפן געווארן כאילו סאיז א אלטע וועלט.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

הו הא, א הייסע טאפיק. דיו אילו ימא וואלט איך איבערגעשטרענגט די סערווער מיט וויפיל איך האב צו פארקויפן אויף דעם.

אויפן שפיץ גאפל, איז דא באלד צען גוטע מסתבר'דיגע אופנים צו מסביר זיין דעם ענין. #הויך האט שוין ערווענט איינע פון די מערסט באקאנטע. הרב שמואל פוקס זז"ג האט לעצטענס בארירט דעם ענין אויף קאלמע. און בעצם איז דאס נאר פאר אינטערסאנטקייט, וויבאלד דאס איז נישט מעלה און נישט מוריד אין אינזער עבודת השם.

אויב איינער האט א שוואכקייט מיט אמונה זאל ער קודם דורכלענען און דורכטוהן דעם רמב"ן און פרשת בא. אויב איינער וויל נאך, קען מיר אישי'ן. עס איז דא גענוג און נאך.

גראדע בין איך יעצט ביי די מיינונג אז הרב שראדער'ס מהלך, וואס ער שמועס'ט אויס אין זיין ביך איז די מערסט ריכטיג. אבער דאס צו פארשטיין פארלאנגט זיך צו פארשטיין אסאך סייענס. אבער עס איז נישטא וואס צו זאגן, זיינע געדאנקן זענען גאר שטארק.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

איך וועל מיר ערלויבן צו שרייבן דעם נמשל אויף שתוקא'ס משל גאר אין קורצן, איז אזוי:

מען דארף פארשטיין אז דער פעלד פון natural history געבויט נאר אויף השערות, וויבאלד מען קען דאך נישט פיזיש פארשן דעם עבר. מען קען נאר פראבירן צו ציען מסקנות לויט ווי וואס מען זעהט אינעם הווה. און וויבאלד די גוישע פארשער וועלן אפי' נישט אנערקענען די מעגליכקייט אז דער וועלט איז באשאפן געווארן, איז אפילו אויב עס קומט אויף עפעס וואס די פשוט'סטע הסבר וואלט געווען ווי אינזער מסורה, וועלן זיי דאס נישט אנערקענען נאר אנפאנגן צו ציען כל מינע מסקנות. איין דוגמא איז דאס וואס מען האט געפינען דאס געביין פון גרויסע פיש טיף אריין אין לאנד. די פשוט'סטע הסבר וואלט געווען אז עס איז איבערגעבליבן פונעם מביל. דער פארשער וועט דאס אבער ניטאמאל בייפאלן און ער וועט בויען גאנצע געביידעס אז עס מיז זיין אז דער שטיק ערד איז אמאל געווען אינטער וואסער וכו' וכו'.

עוד חזון למועד
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”