בלאט 24 פון 82

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 6:00 pm
דורך גארגארפיק
קיקיון האט געשריבן:
גארגארפיק האט געשריבן:פלצתי

פון וואס האסט די זיך אזוי דערשראקען עס זאל דיר כאפען א ציטער :?: :?:
תהלים נ"ה ו' וַתְּכַסֵּנִי פַּלָּצוּתזאגט דער מצודת ציון "פלצות" - רעדה כמו פלצות בעתתני (ישעיהו כא)

אקעי איך האב "פלעין געלאכט"

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 7:57 pm
דורך ראפאט קראמפלי
קיקיון האט געשריבן:
גארגארפיק האט געשריבן:פלצתי

פון וואס האסט די זיך אזוי דערשראקען עס זאל דיר כאפען א ציטער :?: :?:
תהלים נ"ה ו' וַתְּכַסֵּנִי פַּלָּצוּתזאגט דער מצודת ציון "פלצות" - רעדה כמו פלצות בעתתני (ישעיהו כא)

פלצתי :wink:

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 10:15 pm
דורך נודה לך
געזען דאס אין אשכול להרב משארמאש ז"ל

#אינטערעסאנט

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 11:38 pm
דורך טראבל מעיקער
זעלבע טאג?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 12:11 am
דורך נודה לך
וואס איז די שאלה?
דאס איז א סקרין שאט גענומען פון א אשכול 2 ניקס איינער נאכן צווייטן ביידע פונקט 100 תגובות.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 12:13 am
דורך נודה לך
קענסט עס נאך יעצט זעהן ביז קיינער פון זיי שרייבט נישט נאך א תגובה....

viewtopic.php?p=1551513#p1551513

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 2:10 pm
דורך קיקיון
א בנש"ק א רב דק"ק... און א ראש הישיבה אנפילען א לעכעל מיט צעמענט און זענען דערביי געשטאנען
נאר להבדיל צווי ערלים בעלי מלאכה
וואס האט דאס געקענט זיין?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 2:20 pm
דורך יאצמעך
סאמטינג לייק אבן הפינה..

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 2:21 pm
דורך קיקיון
יאצמעך האט געשריבן:סאמטינג לייק אבן הפינה..

אן א טראסק? אפילו די קינדער זענען נישט געשטאנען דערביי

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 2:33 pm
דורך שמועסער
אפשר האבן זיי באערדיגט דעם צד שכנגד...

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 2:39 pm
דורך קיקיון
שמועסער האט געשריבן:אפשר האבן זיי באערדיגט דעם צד שכנגד...

ער האט נישט קיין צד שכנגד

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 2:44 pm
דורך נודה לך
אפשר א מקוה?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 2:53 pm
דורך קיקיון
נודה לך האט געשריבן:אפשר א מקוה?

געוועזן OUTDOORS

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 2:58 pm
דורך פאקטען
ער האט קער גענומען פונעם שליש בקרקע

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 3:08 pm
דורך קיקיון
א רמז
ער האט עס געטון ווייל עס שטייט אזוי און שולחן ערוך און אין רמב"ם
(אבער נישט אין טור)

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 3:40 pm
דורך ווישוואש
קיקיון האט געשריבן:אן א טראסק? אפילו די קינדער זענען נישט געשטאנען דערביי

קיקיון האט געשריבן:ער האט נישט קיין צד שכנגד

חדא מתורצת בחברתה.

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 5:25 pm
דורך ראפאט קראמפלי
קיקיון האט געשריבן:א רמז
ער האט עס געטון ווייל עס שטייט אזוי און שולחן ערוך און אין רמב"ם
(אבער נישט אין טור)

נו זאג שוין?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 5:48 pm
דורך קיקיון
קיקיון האט געשריבן:א רמז
ער האט עס געטון ווייל עס שטייט אזוי און שולחן ערוך און אין רמב"ם
(אבער נישט אין טור)

און אין חומש אויך

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 5:51 pm
דורך יאצמעך
מצוה בו יותר מבשלוחו?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 5:55 pm
דורך ניס קראכער
מסתמא א לעכל ווי מען קען זיך איבערדרייען אינמיטן גאס

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 5:58 pm
דורך קיקיון
יאצמעך האט געשריבן:מצוה בו יותר מבשלוחו?

יא ער איז דער מחיוב און ער האט נישט געקענט לאזען
די גוישע בעלי מלאכה

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 6:03 pm
דורך יאצמעך
ווי גרויס איז דאס לעכל? זייטיג אדער אויף דער ערד?

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 6:05 pm
דורך ראפאט קראמפלי
מעקה (גלייב איך) שטייט אין שו"ע, וואס נאך? המממ

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 6:08 pm
דורך קיקיון
ניס קראכער האט געשריבן:מסתמא א לעכל ווי מען קען זיך איבערדרייען אינמיטן גאס

א רב א ראש ישיבה מיט א ווייסע בארד גלייב איך נישט אז ער איז מחיוב אליין אנפילען
א לעכעל אין רה"ר
מן הסתם די זעלבע ווי לא תוכל להתעלם זקן ואינו לפי כבודו

געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 6:29 pm
דורך קיקיון
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:מעקה (גלייב איך) שטייט אין שו"ע, וואס נאך? המממ

;l;p-
מען האט איבערגעבויט זיין פארטש און געשטעלט א נייעם געיט
האט ער אנגעפילט דעם לעכעל ארום דעם לעצטען שטיקעל אייזען
מצות עשה להסיר בל מבשול שיש בו סכנת נפשות ועשיית מעקה לגגו
שטייט אין שו"ע חושן משפט סימן תכ"ז אבער אין טור איז נישט דא דער סימן
קוק אין סמ"ע