בלאט 367 פון 1555

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2019 11:30 pm
דורך עושר וכבוד
קוקט אויס ווי ס'וואלט געדארפט שטיין 1,000,000

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 12:34 am
דורך האלבע שיך
צ/ק
וויאזוי שיק מען א מעסידש צי איינעם אין אישי??

איך ווייס סאיז א קלאץ קשאי אבער איך וויל נאךאלץ וויסן

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 12:43 am
דורך האלבע שיך
האלבע שיך האט געשריבן:צ/ק
וויאזוי שיק מען א מעסידש צי איינעם אין אישי??

איך ווייס סאיז א קלאץ קשאי אבער איך וויל נאךאלץ וויסן

שוין אויסגעפיגערט,

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 12:53 am
דורך אברהם בן ארי'
יא? כ'מיין אז נישט, די אישי איז נישט אנגעקומען.

אה, האסט געשיקט פאר א צווייטען? קען זיין האסט יא אויסגעפיגערט... דיסריגארד...

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 1:22 am
דורך יש בו
לעכטל האט געשריבן:היינט געליינט אין א בוך, איך זעה דארט א טשארט אז אין 1950 איז געווען סך מער אידן אין אמעריקה ווי היינט איז עס אמת אדער א טעות?!

אסאך אידן האבן אויפגעהערט זיך צו אידענטיפייען אלץ אידן, רח"ל

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 9:53 am
דורך קיקיון
פארוואס האט מיר קיינער נישט מזכיר געווען אין " וועם וואלט איר געוואלט קענען אין אייוועלט?"
זאל איך דאס אננעמען אלס מעסיזדזש אז קיינער איז נישט נייגעריג אויף מיר און איך זאל זיך אפפיצען פון אייוועלט?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 9:55 am
דורך farshlufen
לעכטל האט געשריבן:היינט געליינט אין א בוך, איך זעה דארט א טשארט אז אין 1950 איז געווען סך מער אידן אין אמעריקה ווי היינט איז עס אמת אדער א טעות?!

ס'שטימט ליידער, גייטס נאר נאך די נומערן, וויפיל זענען געקומען? וויפיל ליגן אין די בתי חיים? וואו זענען יוצאי חלציהם?

דער מקבץ נדחי ישראל זאל זיי בקרוב צוזאמענעמען, ולא ידח ממנו נדח.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 10:27 am
דורך קנאפער ידען
קיקיון האט געשריבן:פארוואס האט מיר קיינער נישט מזכיר געווען אין " וועם וואלט איר געוואלט קענען אין אייוועלט?"
זאל איך דאס אננעמען אלס מעסיזדזש אז קיינער איז נישט נייגעריג אויף מיר און איך זאל זיך אפפיצען פון אייוועלט?

נאר נישט האבן קיין קאמפלעקס...

נעם עס אלץ מעסעדזש אז (לכה"פ געוויסע) האבן זיין הנאה פון דיר אויף דער ווירטואלע וועלט און עס איז זיי נישט דוקא וויכטיג צו עס אריבערטראגן צום פיזישער וועלט (ווי דער עקספיריענס באווייזט איז דאס זיך באקענען פיזיש אסאך מאל עפעס וואס אויב עפעס שוואכט עס נאר אפ דער הערצה און ארויפקוקן.)

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 2:26 pm
דורך מחשב
קנאפער ידען האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:פארוואס האט מיר קיינער נישט מזכיר געווען אין " וועם וואלט איר געוואלט קענען אין אייוועלט?"
זאל איך דאס אננעמען אלס מעסיזדזש אז קיינער איז נישט נייגעריג אויף מיר און איך זאל זיך אפפיצען פון אייוועלט?

נאר נישט האבן קיין קאמפלעקס...

נעם עס אלץ מעסעדזש אז (לכה"פ געוויסע) האבן זיין הנאה פון דיר אויף דער ווירטואלע וועלט און עס איז זיי נישט דוקא וויכטיג צו עס אריבערטראגן צום פיזישער וועלט (ווי דער עקספיריענס באווייזט איז דאס זיך באקענען פיזיש אסאך מאל עפעס וואס אויב עפעס שוואכט עס נאר אפ דער הערצה און ארויפקוקן.)

קארעקט. און דאס טאקע איז איינע פון די סיבות פארוואס איך זוך נישט צו קענען קיין ניקס.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 2:41 pm
דורך פערדס מיניסטער
לעכטל האט געשריבן:היינט געליינט אין א בוך, איך זעה דארט א טשארט אז אין 1950 איז געווען סך מער אידן אין אמעריקה ווי היינט איז עס אמת אדער א טעות?!

דאס רעדט פון NYC, נישט אז עס מאכט אויס.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 7:20 pm
דורך צל עובר
לעכטל האט געשריבן:טעות: די מספר איז פון נוי יארק סיטי (נישט פון גאנץ אמעריקה) אבער מיין שאלה איז נאך אלס אקטאעל..

עס מאכט סענס, און לכאורה נישט קיין טעות.

ברוקלין און מאנהעטן האבן דעמאלטס בכלל געהאט מער מענטשן ווי היינט.

ברוקלין:
1930 2,560,401
1940 2,698,285
1950 2,738,175
1960 2,627,319
1970 2,602,012
1980 2,230,936
1990 2,300,664
2000 2,465,326
2010 2,504,700
2018 2,582,830

מאנהעטן:
1930 1,867,312
1940 1,889,924
1950 1,960,101
1960 1,698,281
1970 1,539,233
1980 1,428,285
1990 1,487,536
2000 1,537,195
2010 1,585,873
2018 1,628,701

א טשארט פון די פאפולעישן פון די 5 באראס במשך הדורות אין מיליאנען. די בלויע איז מאנהעטן, די גרינע איז ברוקלין, די ארענדזשע איז קווינס, די רויטע איז בראנקס, און די פוירפל איז סטעטן איילענד.
New_York_City_Demographics_05_500px_Julius_Schorzman.png
New_York_City_Demographics_05_500px_Julius_Schorzman.png (42.72 KiB) געזען 1135 מאל

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 10:15 pm
דורך עכט היימיש
צ/ק
א שנעלע זוך אויף טוויטער צייגט מיר אז דער העכסטער טרענד יעצט אויף טוויטער איז #באביס_ איבערגעווארעמטע _זופ

איינער ווייסט פרטים?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 12:03 am
דורך שאינו יודע
קיקיון האט געשריבן:פארוואס האט מיר קיינער נישט מזכיר געווען אין " וועם וואלט איר געוואלט קענען אין אייוועלט?"
זאל איך דאס אננעמען אלס מעסיזדזש אז קיינער איז נישט נייגעריג אויף מיר און איך זאל זיך אפפיצען פון אייוועלט?

איך האב גראדע לעצטנס געזאגט פאר א חשוב׳ע ניק בעל פה אז איך וואלט געוואלט קענען קיקיון, די אשכול האב איך נישט געליינט

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 12:19 am
דורך פליגל
נאו וועי! זיידי גייט נישט אפפיצען פון דא! נישט ווילאנג איך האב א ניק דא..

און אז מען רעדט שוין יא, יאא בעטשיע איך וויל קענען זיידי'ן, און נאכווי!

זיידי מוז פארשטיין, יענע אשכול האבן אסאך ניקים מורא צו עפענען, וועגען עפעס...

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 12:20 am
דורך למעלה משבעים
קיקיון האט געשריבן:פארוואס האט מיר קיינער נישט מזכיר געווען אין " וועם וואלט איר געוואלט קענען אין אייוועלט?"
זאל איך דאס אננעמען אלס מעסיזדזש אז קיינער איז נישט נייגעריג אויף מיר און איך זאל זיך אפפיצען פון אייוועלט?

יאך קאן זיך נישט אנרופן, ווייל מיר קענען אייך. און שוין גערעדט פנים אל פנים אויך, הגם איר האט נישט געוויסט אז איך בין עס...

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 2:09 am
דורך דערבארומדיג'ער
קיקיון האט געשריבן:פארוואס האט מיר קיינער נישט מזכיר געווען אין " וועם וואלט איר געוואלט קענען אין אייוועלט?"
זאל איך דאס אננעמען אלס מעסיזדזש אז קיינער איז נישט נייגעריג אויף מיר און איך זאל זיך אפפיצען פון אייוועלט?

כמעט דערשרעקסטו מיר אז אונז גיי מיר פארלירן אונזער זקן ונשוא פנים, איך טרייסט מיר אז דו וועסט מן הסתם נישט אונטערנעמען אזוינע שריט, מיין טרייסט איז געבויט אויף דעם וואס אונז ווייס מיר אז דיין גאנצער ניק ווייזט דאך אז ביסט דא נאר אויף צייטווייליג, און פונדעסטוועגן ביסטו דא מיט אריבער 13000 תגובות, נו אויב אזוי וועסטו אונז געוויס נישט פארלאזן אויף ווייטער.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 12:21 pm
דורך ניס קראכער
אויף די יש"כ צעטיל פון די דזשעזי סיטי
וואס העט מען שרייבן ביי עסקני אייוועלט? העסקן הדגיל טשאדעלע באדעלע אין ר' בערל?

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 2:52 am
דורך פארווייטאגט
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:פארוואס ווען געוויסע ווילן ארויסברענגן אן השגחה פרטית אדער התעוררת וואס האט אים געכאפט דארף מען מאכן אן הקדמה ״איך בין נישט פון די וואס גלייבן אין די זאכן..אבער... אדער ״געווענליך ווער איך נישט אזוי איבערגענומען..אבער״ זיי יא שטאלץ און זאג יא ״איך בין א מאמין און אלעמאל געגלייבט אז יש דין ויש דיין אבער דא האב איך זוכה געווען עס צו זעהן בהתגליא...

רוב מאהל, די וואס לעבן מער גלייבענדיג, און זענען זוכה צו זעהן אן התגלות בחיות ובמוחש, וועלן פאר זיך דאנקן דער רבונו של עולם, אדער אפילו בתוך רבים, אבער נישט מער פון דעם, ומה עוד, אז ווען א איד גלייבט, - זעהט ער דאך און אלעס וואס א צווייטער קלערט אז עס קומט זיך איהם, ווייל ער האט דאך געטוען דאס ריכטיגער השתדלות, - ער זעהט דערין נאר יד ה', חסד ה', און השגחה פרטית.

אבער ווען א נישט גלויביגער זעהט עפעס, ווייסט ער נישט ווי זיך אהינצוטוען, וועט ער דאס ארויסברענגען מיט וואויס נאוטס, און געשרייבעכטס, ביחיד וברבים, ווייל ער האט דאך נישט געגלייבט אז עס קען געשעהן, דערפאר הייבט זיך עס אהן מיט דער נוסח.

ופעמים להיפוך. והנלענ"ד הקצרה כתבתי.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 8:48 pm
דורך דממה דקה
דא אן אשכול מיוחד פאר פראגעס עצות הילף אין ווארד
viewtopic.php?f=49&t=11619

די קענסט מאכען פיינד-ריפלעיס

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 12:18 am
דורך חמרא טבא
צום קנעפל: נאך איינעם איבלט די נייע דזשעי בי עד?

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 12:42 am
דורך זאב שלייערמאן
איבעלט וועלכע חלק? איך גלייך עס סתם אזוי נישט. עס האט נישט קיין הענט און קיין פיס. אבער ממש איבלן?

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 10:36 am
דורך ב שלום
חמרא טבא האט געשריבן:צום קנעפל: נאך איינעם איבלט די נייע דזשעי בי עד?

מיר נישט

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2019 11:02 am
דורך לעכטל
איך וויל דאנלודן א גאנצע פאלדער פון 'גאגל דרייוו' פארשטייט'זיך אז עס ווערט געסעוועט אין א זיפליין פאלדער,
די פראבלעם איז, איך האב שוין דאנלאדעט עטליכע זאכן, און איך האב נישט קיין איינונג ווי ס'איז אין מיין קאמפיאטער..
עס איז נישט אין די 'דאנלאד פאלדער'.. וואו איז עס?!

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2019 11:38 am
דורך shimon7323
לעכטל האט געשריבן:איך וויל דאנלודן א גאנצע פאלדער פון 'גאגל דרייוו' פארשטייט'זיך אז עס ווערט געסעוועט אין א זיפליין פאלדער,
די פראבלעם איז, איך האב שוין דאנלאדעט עטליכע זאכן, און איך האב נישט קיין איינונג ווי ס'איז אין מיין קאמפיאטער..
עס איז נישט אין די 'דאנלאד פאלדער'.. וואו איז עס?!

In chrome press Ctrl j to see the downloads and then press show in folder

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2019 12:35 pm
דורך לעכטל
shimon7323 האט געשריבן:

!Thanks