זאכן וואס איך וויל וויסן

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג מאי 12, 2019 8:41 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:ויסעו ויחנו - ס׳טוהט זיך א גרויסע אויפוואכונג אין דעם הינזכיט.
היות אונז האב מיר לעצטנס אפגעשפילט די דאזיגע מסכת אויף אונזער מארדע, בין איך נייגעריג צו ס׳קען זיין אינטערסאנט פארן עולם איך זאל נעמען די מיה און צייט און אביסל אפשרייבן מיין עקספיריענס וויאזוי איך בין / און איך גיי אדורך די דאזיגע איבערלעבעניש ?

אדער אפשר זאל מען עפענען א אשכול ווי יעדער וואס איז אזאנ׳ס אדורך זאל מיט טיילן זיין עקספיריענס, וואס יא, און וואס נישט צו טוהן.

זאגט מיר נישט.. איר האט זיך געצויגן?
קיין ריישא אדער לאמזשע?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2828
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג מאי 12, 2019 11:29 pm

צ/ק.
כ'וויל וויסן אויב נאכן זיין צו גאסט אויפן זיבעטען דאהי אין וויליאמסבורג, צו לכאורה האט באקומען א בענקעניש צוריקצוקומען?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5673
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מאי 13, 2019 9:52 am

לכאורה
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

בעקיטשע
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

תגובהדורך בעקיטשע » מאנטאג מאי 13, 2019 2:02 pm

וואס פשט אז דער ניקל וואס איז אסאך מער אין וואג וואו דעם דיים איז ווערד נאר האלב די פרייז?????

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11245
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג מאי 13, 2019 2:23 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:צ/ק.
כ'וויל וויסן אויב נאכן זיין צו גאסט אויפן זיבעטען דאהי אין וויליאמסבורג, צו לכאורה האט באקומען א בענקעניש צוריקצוקומען?

אויסדרוקליך. לכל הפחות איינמאל אין זיבן חדשים אויף א שבת אדער יום טוב. [ס'לעצטע מאל איך בין געווען אויף א שבת אדער יו"ט, איז געווען פ' חיי תשע"ט]

לעת עתה קוקט אויס ווי שבועות וועט מען בעז"ה פראווענען אינדערהיים (פאראיאר געווען אין וומ"ס)

אויף ראש השנה און צווייטע טעג סוכות פארהאנדלט מען נאך... (פאראיאר געווען אין וומ"ס, יענע אכסניות זענען אדער נישט אפעטיטליך אדער נישט צום האבן)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

גרעסער
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 8:22 pm

תגובהדורך גרעסער » מאנטאג מאי 13, 2019 5:48 pm

בעקיטשע האט געשריבן:וואס פשט אז דער ניקל וואס איז אסאך מער אין וואג וואו דעם דיים איז ווערד נאר האלב די פרייז?????

אויב דו פרעגסט ווייל דו ווילסט וויסן, דאכצעך אז ס'איז אן אנדערע מאטריאל, ניקל איז ניקל. (און דיים ווייס איך נישט)

גרעסער
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 8:22 pm

תגובהדורך גרעסער » מאנטאג מאי 13, 2019 5:50 pm

וואס איז נאר שווער, פארוואס טאקע האט מען עס געמאכט פון אן אנדערע מאטריאל, און צומישטע סייזעס

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג מאי 13, 2019 9:10 pm

גרעסער האט געשריבן:
בעקיטשע האט געשריבן:וואס פשט אז דער ניקל וואס איז אסאך מער אין וואג וואו דעם דיים איז ווערד נאר האלב די פרייז?????

אויב דו פרעגסט ווייל דו ווילסט וויסן, דאכצעך אז ס'איז אן אנדערע מאטריאל, ניקל איז ניקל. (און דיים ווייס איך נישט)

דיים און קוואדער "פלעגן" זיין זילבער און פעני "פלעגט" זיין קופער
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג מאי 13, 2019 9:13 pm

גרעסער האט געשריבן:וואס איז נאר שווער, פארוואס טאקע האט מען עס געמאכט פון אן אנדערע מאטריאל, און צומישטע סייזעס

ווען די 5¢ מטבע וואלט געווען זילבער וואלט עס געווען פיצעלע
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

תגובהדורך והמבין יבין » דינסטאג מאי 14, 2019 5:06 pm

צ\ק
ווער איז אינטערסירט אז מען האט אויפגענומען א ניי קאמענדניג אפיסער אין ברוקלין אז דרעזנער זאל זיך דארפן פארבינדן מיטן עסקן אין וויסן ווי אזוי ער הייסט

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך מאי 15, 2019 2:15 pm

זייער פשוט.

אין בארא פארק איז געווען פארשידענע אינצידענטן און ציזאמשטויסן מיט די פאליציי די לעצטע שטיק צייט, קודם ביי די מעשה מיט די הכנסת ספר תורה, שפעטער מיט טויען קארס, און דער עולם האט געפילט אז די פאליציי גייט זיך אום אביסל אומ'יושר'דיג, איז יעצט ווען עס קומט אריין א נייע קאמענדינג אפיסער, וואס איז בעיסיקלי דער אחראי אויף יענעם ספעציפישן אפיס, איז דאס אין די אינטערעסע פון מענטשן דאס צו וויסן (הגם איך פערזענליך בין נישט אינטערעסירט), און מען האפט אז זאכן וועלן בעסער אדרעסירט ווערן.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מאי 16, 2019 1:20 pm

2019-05-16-13-15-28-01.jpg
2019-05-16-13-15-28-01.jpg (379.18 KiB) געזעהן 1172 מאל

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » דאנארשטאג מאי 16, 2019 8:44 pm

ווי אזוי וואקסט האר?
די נייע קימט ארויס ביים קאפ און שטיפט אראפ די אלטע אדער עס קימט נייע ביים שפיץ
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 9:03 pm

ע' נזיר דף לט.

איבעיא להו האי מזיא מלתחת רבי או מלעיל למאי?... ת"ש מהא אינבא חיה דקאים בעיקבא דבינתא ואי סלקא דעתך מלתחת רבי ברישא דבינתא בעי למיקם. לעולם מלתחת רבי ואגב חיותא נחית ואזיל אינבא

ת"ש אינבא מתה ברישא דבינתא ואי סלקא דעתך מלעיל רבי בעיקבא דבינתא בעי למיקם התם נמי משום דלית בה חילא שרוגי שריגא ואזיל...

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » פרייטאג מאי 17, 2019 3:28 pm

צ"ק
ווען איך קוק אויף די לבנה זעהט מיר אויס ווי עס שטייט און דרייט זיך נישט ארום זיך. איז עס טאקע אזוי?
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

מיקא
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » זונטאג מאי 19, 2019 2:34 pm

וויאזוי קען איך טוישן אויף 'ווארד' - אויפאיינמאל אסאך מאל איין ווארט; אז איבעראל ווי ס'שטייט למשל 'מקור' זאל אויפאיינמאל ווערן 'רמז' ?

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » זונטאג מאי 19, 2019 2:49 pm

??
2019-05-19_14-49-03.png
2019-05-19_14-49-03.png (23.87 KiB) געזעהן 1033 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17338
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג מאי 19, 2019 2:53 pm

עצה טובה - רוב מאל איז בעסער נישט צו מאכן אויף איינמאל, נאר דריק ריפלעיס [נישט אלל] און ס'וועט דיך פירן צום נעקסטן יעדע עקסטער, און קוק יעדעס מאל צו איר ווילט עס טאקע טוישן, ס'לוינט זיך די פאר מינוט, והבן.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מאי 19, 2019 3:02 pm

אדער כאטש כולל זיין א ספעיס.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1831
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג מאי 19, 2019 3:28 pm

נישט פשוט האט געשריבן:??
2019-05-19_14-49-03.png


Ctrl h
ברענגט ארויף די פיינד ענד ריפלעיס

מיקא
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מאנטאג מאי 20, 2019 2:23 pm

א דאנק אייך!

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג מאי 23, 2019 12:27 pm

ווי קען מען גיין ל"ג בעומר'ן היינט?
איי איי,-וועלט

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג מאי 23, 2019 1:44 pm

וואס מיינט לג בעומרן געפילטע ? תהילמ'ן ? טאנצענע'ן ? פייער'ן ? זוהר'ן ? בר יוחאי'ן ? שיס'ן ?

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » פרייטאג מאי 24, 2019 11:25 am

צ/ק
ווען גייט זיך עפענען די נעקסטע אשכול איבער דירות אין קרית יואל?
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » פרייטאג מאי 24, 2019 11:27 am

:lol: :lol:
מוז נישט דייקא האבן עפעס שייכות מיט קר"י
דער עיקר איז אז אויפן קעפל שטייט אזוי...
איי איי,-וועלט


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט