בלאט 1 פון 1555

זאכן וואס איך וויל וויסן

געשריבן: זונטאג יולי 30, 2006 3:23 am
דורך 3x0
פארזעצונג פון דא

ווען גייט זיין די בר מצוה פון ברוך און בערל?
(די צוויי קינדער וואס שמעוסן אזוי שיין יעדע חודש אין די מעלות)

געשריבן: זונטאג יולי 30, 2006 10:16 am
דורך יגרסהדותא
3X0, האסט מיר געמאכט לאכן אין די ניין טעג.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געשריבן: זונטאג יולי 30, 2006 4:15 pm
דורך סאכדעס
3x0 האט געשריבן:פארזעצונג פון דא

ווען גייט זיין די בר מצוה פון ברוך און בערל?
(די צוויי קינדער וואס שמעוסן אזוי שיין יעדע חודש אין די מעלות)


ווען געפאלט אויס דע בר מצוה?
זיי האבן שוין געהאט אמאל א לאנגע באשרייבונג איבער דעם.

געשריבן: זונטאג יולי 30, 2006 11:51 pm
דורך קרעמער
דאן ווען טראני פון ניי סקווירא מיט מרגליא פון שיכון כתר וועלן אויפהערן פראדוצירן קליינע אוצרות און דאס נאך מסביר זיין פאר אונז ערוואקסענע מוחות ("ער האט געמיינט אז נוי סוכה איז נח'ס סוכה, הא הא הא").

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2006 6:14 pm
דורך יגרסהדותא
ווער איז דער בחור?

בילד

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2006 7:10 pm
דורך מעסטערמיינד
כ'וויל וויסען וואס זענען די טשענסעס אז קרעמער זאל דעריאגען סאכדעס'ן נאך פאר שבת?

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2006 7:13 pm
דורך איך_הער
לכאורה זילטש , ווייל איך מיין אז סאכדעס ארבעט זייער שווער , טאקע נאר וועגן דעם.

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2006 7:41 pm
דורך קרעמער
אוממעגליך אים צו דעריאגן, ער האט לעצטנס שלשול אויפן קיעבאורד.

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2006 7:58 pm
דורך מעסטערמיינד
קרעמער
;l;p- ={'} ;a-1;
כ'האלט אבער אז יא
נו ! ימים ידברו

געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2006 7:59 pm
דורך מעסטערמיינד
יגרסהדותא האט געשריבן:ווער איז דער בחור?

בילד

ס'איז מיינער א חבר,
ולמאי נפקא מינה?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 8:50 am
דורך יגרסהדותא
די בילד איז זייער א אינטערעסאנטע בילד. ער איז "אין די קרעטשמע" און דאך ארבעט ער... א חידוש פון א זאך...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 10:38 am
דורך מעסטערמיינד
אז דו ווילסט דוקה וויסן וועל איך דיר זאגען , דער דאזיגער איז א ספעציעליסט און באר טענדינג און מ'האט דא אריין געברענגט אויס צו לערנען יאנאש ווי אזוי זיך צו באגיין אין די נייע קרעטשמע און אזוי אויך ווי אזוי צו מאכן מיקסעס ,
אקעי?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 3:24 pm
דורך סאכדעס
קרעמער קען זיין יאך האב שלשול, די קיבאורד זיכער נישט.

כאב שוין געזאגט/געשריבן/געקלאפט פאר עמיצין דא אין קרעטשמע, אז איך בין נאר מוסיף תגובות דארט ווי איך שפיר פאר וויכטיג.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 4:32 pm
דורך קהל'ס נאר
סאכדעס האט געשריבן:קרעמער קען זיין יאך האב שלשול, די קיבאורד זיכער נישט.

כאב שוין געזאגט/געשריבן/געקלאפט פאר עמיצין דא אין קרעטשמע, אז איך בין נאר מוסיף תגובות דארט ווי איך שפיר פאר וויכטיג.


ווי שוין ערווענט, "שפיר"סטו דיך נישט גוט...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 4:41 pm
דורך סאכדעס
נאר איינער, כ'גיי באלד ארויף אויף דיינע שפירן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 4:51 pm
דורך קהל'ס נאר
סאכדעס האט געשריבן:נאר איינער, כ'גיי באלד ארויף אויף דיינע שפירן.


[left]I can't wait...[/left]

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 4:51 pm
דורך סאכדעס
איז ווארט נישט.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 4:54 pm
דורך קהל'ס נאר
אז מערעדן שוין פארגעס נישט איבער צוגעבן פאר דאיען אז איך בין אין ווארטזאל, און איך ווארט פאר אן ענטפער.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 5:12 pm
דורך סאכדעס
אה כאב געזעהן דער דאיען האט דיר שוין אויפגענומען.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 5:25 pm
דורך קהל'ס נאר
סאכדעס האט געשריבן:אה כאב געזעהן דער דאיען האט דיר שוין אויפגענומען.


האט ער אבער נישט גענטפערט

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 5:29 pm
דורך יגרסהדותא
קהל'ס נאר, דארפסט נישט וויינען, בארואיג דיך, בארואיג דיך

בילד

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 5:30 pm
דורך קנישעס
וואס איך וויל וויסן?
המממ... איך ווייס נאך אליין נישט...
אה יא, כ' האב מיר דערמאנט...
איך האט עכט נאר געוואלט "אויסטרייען" מיין ערשטע תגיבה אין די קרעטשמע...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 5:39 pm
דורך יגרסהדותא
נו, יעצט פארצייל, וויאזוי שפירט זיך עס?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 5:52 pm
דורך קנישעס
וו-וו-וואס?
רעב יגר, צו מיר רעדסטו? ביזט דען נייגעריג וואס איך האב צו זאגן?
נא, ס'קען נישט זיין, דו מיינסט זיכער ענדערש cools נאר...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 5:57 pm
דורך איך_הער
קנישעס , וואס האלטסטו דיך אזוי קליין , מ'רעדט צו דיר און ענטפער , מיין הערה צו דיר איז , קי בארד איז פרה זקן ממילא וואלט דיין מיקום געדארפט זיין אצל הפרה זקן .