זאכן וואס איך וויל וויסן

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15917
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג אוקטובער 23, 2020 4:21 pm

אוראייניקל האט געשריבן:צ/ק
פארוואס לכאורה זאגט שיר המעלות ממעמקים ב' און ג' מרחשוון?

אולי איז ער א רוזשינער, און אז ג' חשון איז מכפר אזוי ווי יו"כ, איז ב' חשון ערב יו"כ?

איך האב ליידער געהאט א שטיקל דורכגאנג, און אנקומענדיג נאך ישתבח האט זיך מיר ספאנטאן ארויסגעשריגן (שטילערהייט, פארשטייט זיך) דער ממעמקים קאפיטל.
די צווייטע טאג - נאכ'ן ערהאלטן ערלויבעניש פון די חברי הפארום... - האב איך דאס ווידעראמאל געזאגט.
דעם דריטן טאג האט מען שוין געזען דעם שיין ביים ענדע טונעל, און איך האב אויפגעהערט.

אגב, מיין דורכגאנג איז געווען אין די הענט פון בעלי בחירה, האב איך געקלערט אז דאס איז א היכי תמצא וואס מען קען אנפרעגן דעם עולם דא... "היכי תמצא א פרעמדער פארשוין זאל קענען גורם זיין אז דיין מצוה דרבנן זאל יעצט ווערן א דאורייתא". וד"ל.
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
חבקוק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5490
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך חבקוק » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 10:46 pm

באטעמטקייטן האט געשריבן:צ/ק
וואס סמיינט די ווארט פיזעיאלעדזשי אויף די מים חיים סעלצער באטלעך...
און יודש זאגט מען עס מסתם פיזיעלעזאציע.

כאמיך שוין אויך געוואונדערט אויף דעם.

עס קוקט אויס ווי עס איז נתחדש געווארן דורך די סייענטיסטן און פיליזשיסטן ספעציעל פאר זייער סעלצער.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 15917
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:44 pm

צ/ק

באמערקט אויף די שכר לימוד ביל, אז מחמת סיבה לא נודע לי האט מען מיר בכלל נישט גערעכנט די שיינע מטבע וואס איך וואלט געדארפט באצאלן פאר מיין ישיבה קטנה בחור פאר "חודש אלול תש"פ"

איך קלער אז דאס האט פאסירט דורכדעם וואס ביי רעגיסטראציע (בחודש אב) האב איך געזאגט אז איך דארף נישט באצאלן די רעגיסטראציע געלט פאר דעם זוהן, וויבאלד תשפ"א גייט ער שוין זיין אין ישיבה גדולה (וואס ווערט געפירט דורך אן אנדערע אפיס, נישט די זעלבע ווי דער ת"ת און ישיבה קטנה). מעגליך אז זיי האבן אים בטעות גענצליך ארויסגענומען פונעם סיסטעם, און דאדורך מיר פארגעסן צו 'ביל'ן פאר אלול תש"פ

איז צוריק צ/ק

דארף מען דערגיין צי דאס איז א טעות ישראל...
עס איז מארגן אין אמעריקע, אז מען לעבט דערלעבט מען

אוסף אמרים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 2:09 pm

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך אוסף אמרים » זונטאג אוקטובער 25, 2020 3:30 am

איך גלויב אז כ'בין נישט דער איינציגסטער וואס איז אויפגעסיינט צו באקומען אימעילס פון די טראמפ קאמפיין. און זיי האלטן אין איין שיקן מעסעדזשעס איבער גרויסע מעטשינגס אויף יעדע נתינה ווי 800פערצענט. איז יעצט צ"ק: זענען די מעטשינגס טאקע אמת? און אויב יא ווער זענען די מעטשערס? פון ווי קומט די געלט?

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » זונטאג אוקטובער 25, 2020 3:34 am

די זעלבע פלאץ ווי אלע היימישע מעטשינגס נעמען זייערס פון..
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 656
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

Re:

תגובהדורך עציץ נקוב » זונטאג אוקטובער 25, 2020 8:16 am

סטיטשינער האט געשריבן:די זעלבע פלאץ ווי אלע היימישע מעטשינגס נעמען זייערס פון..

נע איך גלייב נישט אז עס איז דא אידן וואס זענען גנבים!
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: Re:

תגובהדורך אהרן הלוי » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:30 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:די זעלבע פלאץ ווי אלע היימישע מעטשינגס נעמען זייערס פון..

נע איך גלייב נישט אז עס איז דא אידן וואס זענען גנבים!

רוב יודן גנב'ענען (גמרא בבא בתרא)
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: Re:

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:33 pm

אהרן הלוי האט געשריבן:
עציץ נקוב האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:די זעלבע פלאץ ווי אלע היימישע מעטשינגס נעמען זייערס פון..

נע איך גלייב נישט אז עס איז דא אידן וואס זענען גנבים!

רוב יודן גנב'ענען (גמרא בבא בתרא)

ח"ו, דארט שטייט אז רוב גנבים זענען יודן.

אני כשליצמי וואלט איך געוואלט לערנען, אז הגם די גויים גנב'נען מער ווי די יודן, אבער א גניבה וואס האט מצליח געווען, זאגט רוב אז ס'איז א יודישע מעשה...

אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: Re:

תגובהדורך אהרן הלוי » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:38 pm

אוראייניקל האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:
עציץ נקוב האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:די זעלבע פלאץ ווי אלע היימישע מעטשינגס נעמען זייערס פון..

נע איך גלייב נישט אז עס איז דא אידן וואס זענען גנבים!

רוב יודן גנב'ענען (גמרא בבא בתרא)

ח"ו, דארט שטייט אז רוב גנבים זענען יודן.

אני כשליצמי וואלט איך געוואלט לערנען, אז הגם די גויים גנב'נען מער ווי די יודן, אבער א גניבה וואס האט מצליח געווען, זאגט רוב אז ס'איז א יודישע מעשה...

ניין, איך רעד פון דעי פחד'יגע (חס ושלום'דיגע?) גמרא: אמר רב יהודה אמר רב רוב בגזל ומיעוט בעריות והכל בלשון הרע בלשון הרע סלקא דעתך אלא אבק לשון הרע.
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11734
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג אוקטובער 25, 2020 12:44 pm

וואס איז נייעס?
עסקינג פאר מיי פרענדס פרענד
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)

אוועטאר
איינס
שר תשעת אלפים
תגובות: 9851
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך איינס » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:00 pm

צו דאס וואס וועלוול שמעלצער האט געעפנט א נייער ווינקל אין ״שפאציר באעולם הנגינה״ איבער סינגלס פון זינגערס, צו ער איז געווארן באאיינפלוסט פון @נאר-מיט-שמחה׳ס סינגלס-סידי פראיעקט דא אויף אייוועלט

#עסקינג פאר מיי פרענד נמ״ש.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שרייבעריי פארמעסט ווינטער תשפ"א

אוועטאר
באטעמטקייטן
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2020 4:56 pm
לאקאציע: עראונד דע קארנער

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך באטעמטקייטן » זונטאג אוקטובער 25, 2020 1:01 pm

צ/ק
וואסע איז פשט פונדע אויסדריק "סאיז צרות ווי א בארג"?
טעמו וראו. כי...

דאס לעבן איז ווי א פיענא. ווייסע שטיקלעך און אזוי אויך שווארצע. אבער אז מען ווייסט וויאזוי צו שפילן. שפילט זיך א הערליכע ליד.

אוועטאר
אוראייניקל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג אוקטובער 25, 2020 2:38 pm

א בארג איז א משל אויף א שווערע זאך, כדמצינו (סוכה נב.) צדיקים נדמה להם כהר.

אוועטאר
יש בו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3785
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך יש בו » זונטאג אוקטובער 25, 2020 4:08 pm

צ/ק
אויס עס איז דא א טרענד פון מענטשן וואס האבן געוועלט טראמפ אין 2016, און גייען יעצט פאר ביידן,
אויב יא, וואס איז די טענה, סברה, פון די מענטשן,
וכסיל לא יבין, (תהלים צ"ב ז)

א נער איז נישט א מבין דבר מתוך דבר צו פארשטיין איין זאך פון די אנדערע, נאר ער דארף פראף אויף יעדע זאך באזונדער

אוועטאר
מים חיים
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך מים חיים » זונטאג אוקטובער 25, 2020 4:18 pm

צ/ק
אויב עס איז דא א טרענד צו אריינשמירן פאליטיק אין יעדע אשכול

אוועטאר
ארלאנדא
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 8:47 am

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך ארלאנדא » זונטאג אוקטובער 25, 2020 4:34 pm

צ/ק
אויב עס איז דא א טרענד צו אריינפליקען א ניק אין יעדע אשכול
NNM

נייע ניקס מעטטער

הק' אלי' ראובן לאנדא

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » זונטאג אוקטובער 25, 2020 4:34 pm

צ/ק
וואס מיינט טרענד
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5855
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » זונטאג אוקטובער 25, 2020 4:52 pm

צ/ק
אויב ביי געוויסע ניקס יעדע הערה וואס מ'זאגט זיי איז א פליק
איידער איר גיבט א שפאן / אין מרה שחורה אריין / געבט אייך א דערמאן / אז פינקט ווי אן עראפלאן / וואס פארט קיין קאזאחסטאן / איז קיין ניק נישט פארהאן / וואס טראגט א טורבאן

אוועטאר
sheetrock
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך sheetrock » זונטאג אוקטובער 25, 2020 5:46 pm

פארוואס פארן שוין די שארער טראקס ארום אין גרויסן?
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5848
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוקטובער 25, 2020 5:47 pm

מסתמא אוועקצושארן די זאלץ וואס מ'פלאנט מארגן צו גיסן.

דער פארמעסט איז אין פולן שוואונג!

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2704
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך shimon7323 » זונטאג אוקטובער 25, 2020 7:06 pm

sheetrock האט געשריבן:פארוואס פארן שוין די שארער טראקס ארום אין גרויסן?



עס איז ארום געגאנגען א מעסעדזש פון דער סיטי אז זונטוג'ס וועט מען זעהן שארער טראקס ארום פארן און בעפארברייטונג צום וואונטער
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.


שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

אוועטאר
sheetrock
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך sheetrock » זונטאג אוקטובער 25, 2020 8:19 pm

:lol:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מסתמא אוועקצושארן די זאלץ וואס מ'פלאנט מארגן צו גיסן.
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
sheetrock
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך sheetrock » זונטאג אוקטובער 25, 2020 8:20 pm

shimon7323 האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:פארוואס פארן שוין די שארער טראקס ארום אין גרויסן?



עס איז ארום געגאנגען א מעסעדזש פון דער סיטי אז זונטוג'ס וועט מען זעהן שארער טראקס ארום פארן און בעפארברייטונג צום וואונטער

אפשר קען איך מיר אויך איינשרייבן צו ניצן א שארער טראק אנשטאץ מיין קאר?
שטיצט א יוד

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
ליקעריש
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 3:07 pm
לאקאציע: נאש קאבינעט

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך ליקעריש » זונטאג אוקטובער 25, 2020 8:23 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:מסתמא אוועקצושארן די זאלץ וואס מ'פלאנט מארגן צו גיסן.

שוין לאנג גע'טענה'ט אז זיי דארפן דיזיינען די טראקס זאלן גיסן זאלץ פון די פראנט און שאוולען פון הונטן, אזוי וועט מען נישט דארפן אויסווארטן ביז א צווייטע טראק קומט אויפשארן די בארג זאלץ....
דאנט בי ע מאנקי.

וועיר ע ביב.

אוועטאר
חבקוק
שר חמשת אלפים
תגובות: 5490
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

תגובהדורך חבקוק » זונטאג אוקטובער 25, 2020 8:27 pm

באטעמטקייטן האט געשריבן:צ/ק
וואסע איז פשט פונדע אויסדריק "סאיז צרות ווי א בארג"?

פשט דערפון ווייסעך נישט.

אבער איין זאך קעניך דיר זאגן,
אז אסאך מאל איז צרות ווי א בארג...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעסער אזוי, פופציגער און 6 געסט