אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:27 pm

קודאס פאר לכאורה פארן אפן ארויסקומען קלארצושטעלן זיין שטעלונג, און מיט נארמאלע הסברים און רואיגע טענער, אפי' איך ווייס נישט פון וואס די רעדע איז דא.

אנדערש ווי אנדערע מנהלים, וואס ווען זיי קומען שוין יא, ברענגען זיי מיט א הויפן כעס'יגע תגובות און בייזע לשונות זיך צו דעפענדן.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:28 pm

לכאורה האט געשריבן:.

לכאורה, איך האף איר ארבעט נישט צו שווער צו מאכן אינגאנצן ווייס דעם וועלטל, וויַיס מיין אייך וויַיס...

נאר א וויץ

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4384
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:31 pm

ב שולם האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:וואס זאגט איר צו דעם קאנספעראציע?
נאכדעם וואס איינער ווערט צו היציג, נעמט מען אים אויף פאר אן אחראי, און יענער ווערט איינגעשטילט...
קוקט נאר ווי ר' איינס האט געטוישט זייטן

:lol: :lol:
געטראכט די זעלבע,
זענען די מנהלים יא קלוג...

קיינמאל קיין אחראי נישט געווארן (ווען זיי נעמען מיר וואלט איך די ערשטע זאך געטוישט די תקנות, נאך א מזל זיי נעמען מיר נישט אדער ווי ב שלום אדער שולם האט געשריבן זענען די מנהלים יא קלוג...)

איך האב נישט קיין שום אגענדע קעגן די מושג פון צענזור

מיין אזוי גערופענע מערכה איז ווען סמאכט נישט קיין סענס
ווי למשל מעקן דא אינעם אשכול, ווואס איז אפלאץ דיקא צו האבן טענות, סא וואס מעקסטו מיר מיינע טענות?
וכדו׳ (יוש איך בעט ענק צינד מיר נישט אן יעצט, איך האב מיר שוין צו ביליג געמאכט לעצטע מאל...)

לגבי זיין אשכול וכן לענין כל הצנזור בענין אמונה והשקפה: ווען מפרעגט ווען מיר וואלט איך אן קיין שום צד של ספק אריבער געלאזט
מיין אמונה און מיין השקפה איז ב״ה פיין געבויעט און איך דערשרעק מיר זייער ווייניג פון די און יענע שאלה אדער חויזעק

אבער דא פארשטיי איך יא אז די פלאץ איז נישט געשטעלט פאר דעם (און נישט נאר דא נאר עני פארום, עניני אמונה והשקפה איז נישט געמאכט צו געבן א שמועס איין צוויי סאיז א א לאנגע אריכות און סגייט נישט בקיצור (וכן פסק להלכה די רמב״ם און יסודי התורה און להשקפה און מורה). יעיד החוש פון די וואס האבן יא געטרייט ווי מוראדיג זיי זענען אנגעקומען)

מכל שכן אז סאיז געווען געשריבן מיט א געוויסע אנגעוויטאגטקייט און כעס
ווען מלאזט ווען די אשכול וואלט איך בארוהיגט רבי בארוהיגט און גענומען די פוינט צום ריכטיגן פלאץ
אבער נאכמאל אויב איז די פלאץ נישט געשטעלט פאר דעם איז נישטא וואס צו האבן טענות.

(און יעצט פרעג מאי שנא מיינע אלע טענות וואס איך האב געהאט...
איך בעט דיר א טובה שלעפ מיר נישט אהין,
ערשטנס ווייל איך האב שוין נישט קיין כח צו דעם,
צווייטנס סגייט נישט העלפן,
דריטנס ווען מוועט מיר לאזן אויסשמועסן דריי תגובות אויף מיין צד אן מעקן קיין איינס פון זיי וועט מען קענען רעדן)

אפפעולי אז עפעס גייט נישט געשעהן יעצט מיט מיין תגובה... (די שייגעץ דו מיזט אייביג.. שוין...)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:39 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:קודאס פאר לכאורה פארן אפן ארויסקומען קלארצושטעלן זיין שטעלונג, און מיט נארמאלע הסברים און רואיגע טענער, אפי' איך ווייס נישט פון וואס די רעדע איז דא.

אנדערש ווי אנדערע מנהלים, וואס ווען זיי קומען שוין יא, ברענגען זיי מיט א הויפן כעס'יגע תגובות און בייזע לשונות זיך צו דעפענדן.

איך בין נישט מסכים צו זיין א מתכבד בקלון חבירו. דער סיבה פארוואס אנדערע קומען נישט ארויף, ווייל אנדערש ווי מיר זענען זיי עפ"י רוב אנאנים (הגם זיי קענען נוצן דעם "אחראי" ניק, נוצן זיי עס זעלטן).
אגב, איך געדענק נישט ווען די 'אנדערע' מנהלים האבן געשריבן אין דעם אשכול כעס'יגע תגובות מיט בייזע לשונות, איך קען זיי פאר דורכאויס רואיגע פערזאנען (את חטאי אני מזכיר, איך בין מסתמא דער היציגסטער פון אלע..)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:40 pm

לכאורה האט געשריבן:

דו מיט וויכי קומען געווענליך אריין זייער קלאר און רואיג, אפי' ווען די לופט איז אנגעצויגן. די אנדערע מאכן א רושם ווי זיי זענען שטעכעדיג און בייסיג.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:42 pm

קום אין אישי מיט ניק נעמען ביטע
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4384
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:44 pm

דו כאפסט נישט וואס ער זאגט
ער זאגט דו מיט וויכי קומען געווענליך אריין זייער קלאר און רואיג, אפי' ווען די לופט איז אנגעצויגן.

די אנדערע אנטשטאט צו קומען מעקן זיי דיר דיין תגובה דא ושלום על ישראל וחוזר חלילה

איך וואלט נאר צוגעלייגט אז לכאורה (נדנ) האט עס טון מיט די לכתחילה סיבה פארוואס ממעקט איינער וואס מעקט נארמאל האט נישט קיין פראבלעם צוקומען מסביר זיין, איינער וואס מעקט אין די וועלט אריין האט נישט קיין מהלך נאר צומעקן די טענות און אזוי יענעם משתיק זיין

דיסקלעימער: איך האב נישט קיין אנונג ווער זענען די אחראים דא סא איך מיין נישט קיינעם

דער איינציגסטער וואס איך ווייס אז ער מעקט איז ויכי און יעצט ווייס איך שוין אז אויך לכאורה
און טאקע די סיבה פארוואס איך ווייס איז ווייל ווען ממעקט קומען זיי אריין
לעצט פאראכטן דורך איינס אום מאנטאג ינואר 20, 2020 9:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:45 pm

נאופס, ער רעדט פון מנהלים וואס קומען אריין כעס'יג און בייסיג, נישט וואס נעמען שריט און מעקן אן זיך אנרופן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4384
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:47 pm

לכאורה האט געשריבן:נאופס, ער רעדט פון מנהלים וואס קומען אריין כעס'יג און בייסיג, נישט וואס נעמען שריט און מעקן אן זיך אנרופן

איך האב פארשטאנען זיינע ווערטער
איך האב עס נאר גענומען צו מיין פוינט

:roll:
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

ב שולם
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:50 pm

עושר וכבוד האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:קודאס פאר לכאורה פארן אפן ארויסקומען קלארצושטעלן זיין שטעלונג, און מיט נארמאלע הסברים און רואיגע טענער, אפי' איך ווייס נישט פון וואס די רעדע איז דא.

אנדערש ווי אנדערע מנהלים, וואס ווען זיי קומען שוין יא, ברענגען זיי מיט א הויפן כעס'יגע תגובות און בייזע לשונות זיך צו דעפענדן.

איך בין נישט מסכים צו זיין א מתכבד בקלון חבירו. דער סיבה פארוואס אנדערע קומען נישט ארויף, ווייל אנדערש ווי מיר זענען זיי עפ"י רוב אנאנים (הגם זיי קענען נוצן דעם "אחראי" ניק, נוצן זיי עס זעלטן).
אגב, איך געדענק נישט ווען די 'אנדערע' מנהלים האבן געשריבן אין דעם אשכול כעס'יגע תגובות מיט בייזע לשונות, איך קען זיי פאר דורכאויס רואיגע פערזאנען (את חטאי אני מזכיר, איך בין מסתמא דער היציגסטער פון אלע..)

דו מיט וויכי קומען געווענליך אריין זייער קלאר און רואיג, אפי' ווען די לופט איז אנגעצויגן. די אנדערע מאכן א רושם ווי זיי זענען שטעכעדיג און בייסיג.

ער ציט שוין אביסל צוריק... זיי מאכן א "רושם" ווי זיי זענען שטעכעדיג און בייסיג
האמנתי כי אדבר - און אויב נישט וועל איך עס זאגן נאכאמאל ביז איך וועל גלייבן!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:51 pm

וואטעווער... דער עיקר אז מען פארשטייט זיך, האפנטליך.

אגב, אז מען רעדט שוין (און ווערייזאן גייט כאפן פעטש אויפ'ן פאקט אז איך בין דא יעצט, איך שטעל מיך פאר אז מיין חברותא פרובירט מיך שוין צו רופן א שעה צייט, נאר זייער פארשטינקענע סערוויס לאזט נישט אדורך דעם רוף, כדרכם מימים ימימה, זה חודש ימים, כולן שוין לגריעותא)

די סיבה פארוואס צומאל מוז מען ארונטערנעמען געוויסע תגובות אפילו פון דעם צענזור אשכול, ווייל די היץ און העצע ווערט אזוי אומדערטרעגבאר, און ווי א קייט ברענגט עס נאך און נאך העסליכע תגובות, און אנשטאט מענטשן זאלן פארברענגען רואיג און הנאה האבן פונעם סייט איז מען יעצט פארנומען צו ליינען העצערישע תגובות אקעגן די באהערדע (נניח אז די באקריוודעטע זענען הונדערט פראצענט גערעכט, אבער די אטמאספערע ווערט פארפולווערט און עס איז נישט געזונט פאר די ענווייראנמענט).
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4384
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:55 pm

זאגסט א פיינע סברה לכאורה....

(איך זאג צו אז סאיז סתם א ווערטל... :lol: )
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מאנטאג ינואר 20, 2020 9:56 pm

לכאורה האט געשריבן: און אנשטאט מענטשן זאלן פארברענגען רואיג און הנאה האבן פונעם סייט איז מען יעצט פארנומען צו ליינען העצערישע תגובות אקעגן די באהערדע...

ס'דא מענטשן וואס לופטערן זיך אויס דורך העצן און שעלטן...
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג ינואר 20, 2020 10:00 pm

אמת, און עס זענען דא א שיינע פאר אשכולות געווידמעט טאקע דערפאר (זוך אין פארברענגען, עס איז דא א בייזערן אשכול, א טויטע קללות אשכול, א פאנטשינג אשכול, און נאך), אבער דא גייט עס אויפ'ן חשבון פון עכטע מענטשן...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5291
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:49 pm

צו איך בין מסכים צו נישט איז אירעלעוואנט, באט שכח לכאורה פאר'ן רעספאנדן, אז ס'דא קאמיוניקאציע פילט מען כאטש נישט ווי אן אומזעבארע מאנסטער שפילט זיך מיט'ן עולם כאות נפשו.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג ינואר 20, 2020 11:53 pm

ווישוואש האט געשריבן:שכח לכאורה פאר'ן רעספאנדן, אז ס'דא קאמיוניקאציע פילט מען כאטש נישט ווי אן אומזעבארע מאנסטער שפילט זיך מיט'ן עולם כאות נפשו.
----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------- אייוועלט תש"פ שרייבעריי פארמעסט -----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------דער דעדליין איז אט אט דא!!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 21, 2020 12:07 am

יישר כח ווישוואש, קלאצקאפ, איינס, און אלע אנדערע
אחרי ככלות הכל זענען מיר אלע אויפ'ן זעלבן בלעטל (ביז מ'מעקט אונז נישט), נעמליך, מיר זענען דא פאר אונטערהאלטונג, נעמען און געבן שמייכלעך, און אנהאלטן דעם גוטן אטמאספערע
ב"ה מען קען אמאל האבן דעם "את והב בסופה", לאמיר דאס אנהאלטן, עס לוינט נישט צו פארלירן אזעלכע קאנאנען ווי אייך
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

סקאראמוטשי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » דינסטאג ינואר 21, 2020 12:19 am

וויי וויי וויי, לאן הגענו, א מנהל (אפשר נאר אחראי? ווער ווייסט) זאל אזוי רעדן!... די ריכטיגע שפראך איז "דור הולך ודור בא, אמאל געווען גוטע שרייבער, היינט איז אויך דא, און עס וועט ווייטער זיין" דער עיקר איז אז והארץ לעלם עומדת
די ניק מיסטעריעז איז אויף א מיסיע איבערצודרייען ~ וויכי

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 21, 2020 12:33 am

ספעציעל פאר סקאראמוטשי:
דור הולך ודור בא, אמאל געווען גוטע שרייבער, היינט איז אויך דא, און עס וועט ווייטער זיין
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » דינסטאג ינואר 21, 2020 4:03 pm

לכאורה האט געשריבן:וואטעווער... דער עיקר אז מען פארשטייט זיך, האפנטליך.

אגב, אז מען רעדט שוין (און ווערייזאן גייט כאפן פעטש אויפ'ן פאקט אז איך בין דא יעצט, איך שטעל מיך פאר אז מיין חברותא פרובירט מיך שוין צו רופן א שעה צייט, נאר זייער פארשטינקענע סערוויס לאזט נישט אדורך דעם רוף, כדרכם מימים ימימה, זה חודש ימים, כולן שוין לגריעותא)

די סיבה פארוואס צומאל מוז מען ארונטערנעמען געוויסע תגובות אפילו פון דעם צענזור אשכול, ווייל די היץ און העצע ווערט אזוי אומדערטרעגבאר, און ווי א קייט ברענגט עס נאך און נאך העסליכע תגובות, און אנשטאט מענטשן זאלן פארברענגען רואיג און הנאה האבן פונעם סייט איז מען יעצט פארנומען צו ליינען העצערישע תגובות אקעגן די באהערדע (נניח אז די באקריוודעטע זענען הונדערט פראצענט גערעכט, אבער די אטמאספערע ווערט פארפולווערט און עס איז נישט געזונט פאר די ענווייראנמענט).

ווען מרעדט שיין און רוהיג צו איינער וואס שרייט און שימפט מיט היץ און העצע בארוהיגט זיך יענער אטאמאטיש, און די יעצטיגע שמועס איז די שטערקסטע ראיה דערצו, ווען נישט לכאורה (ידנ) קומט אריין און איז מסביר די אנדערע צד וואלט לכאורה (נדנ) געווארן דא זייער היציג,

מיטן מעקן תגובות דא אין די אשכול קען מען נישט פייטען די העסליכע אטמאספער, עס פארעגערט נאר.

שכויעך לכאורה פארן אויסקלארן און איך שטיץ די הנהלה מיט די שריט וואס זיי האבן דא גענומען.

און נעקסטע טיים דיין חברותה קען זיך נישט ריטשען וועגן ווערייזאן, זאגט אים ער זאל דיר שיקען א אישי,
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2089
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג ינואר 21, 2020 4:13 pm

איך האב געשריבן דא viewtopic.php?f=96&t=41288&view=unread#unread עפעס און איך זעה עס נישט מער, וואס איז פשט ? א דאנק.
The man who does more than he is paid for will soon be paid for more than he does

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12374
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 21, 2020 4:22 pm

נישט פשוט האט געשריבן:איך האב געשריבן דא https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... ead#unread עפעס און איך זעה עס נישט מער, וואס איז פשט ? א דאנק.

עס איז געווען א פראוואקאטיווע תגובה אקעגן א גאנצע פאלק (כאטש האסט עס בעסער אויסגעקלארט צוויי תגובות דערויף, האט אזא תגובה נישט געקענט בלייבן, פארפאלן, מיר רעדן נישט דא אין מקוה, יעדער שמויגער קען טרענסלעיטן וואס מיר שרייבן און אנמאכן א סעמאטוכע)
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

פאלעסיידס
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג ינואר 21, 2020 11:14 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:@פאלעסיידס

דו זאגסט זייער גוט, אבער דו האסט א טעות, אייוועלט איז דעפענעטלי נישט קיין נייעס-סאורס פלאץ, עס איז א בלאג פאר שרייבער'ס.

אקעי געוואלדיג, די עולם פארט דא בערך אין די זעלבע דירעקשען סא לאמיר עס טרייען אביסעל מסדר צי זיין, אין אויפקומען מיט א טעמפערערי פשרה,

@וויכי ברענגט מיר ארויס אין איין ווארט אז סאיז יא היינט א שטארקע נייעס סאורס,

@איינס איז נישט אזוי באזארגט אין האט אפאר גוטע עצות וויאזוי זאכען וועלען זיך אליינס מסדר זיין, און סלוינט זיך נישט די מאסיווע רעאקציע ציצשפארען א אשכול,

@פעיק נוז איז מסכים צי מיינע פוינטס (די עיקר ווי איך פארשטיי די פאלטשע נייעס כאאס אין א טראגעדיע)
אבער פעיק זאגט אז סאיז א בלאג אין נישט קיין אפיציעלע צייטונג, הגם טויזענטע מענטשען נעמען שוין היינט זייער אינפא פון דא.

סא לאמיר זעען צי מאכען א שטיקעל פשרה, (איך ברענג נאר ארויס ענקערע ווערטער אביסעל אנדערש)

דארט ווי מבלאגט איז דאך דער עולם מסכים אז מרעדט נישט יעצט פון דעם,
אידישע וועלטליכע נייעס איז היינט צי טאגס א נייע מציאות למעשה, אבער פעיק האלט אז מזאל קענען בלאגען דארט אויך,
סא אפשר פאנגט מען אן נאר מיט הייסע נייעס בעיקר ווילאנג די מעשה איז נישט פארטיג אין בעיקר וואס איז נוגע היימישע אידען? מקען דאך די נעקסטע טאג זיך א עצה געבען אביסעל רואיגער מיט בלאגערס, דעס זאגט דאך וויכי,
איינס א פשרה מיינט אז אפי' איך בין בעצם גערעכט מיט איין פוינט איז דאך למעשה דא זייער שטארקע פראבלעמן ארום נייעס כאאס אין די ערשטע שעות, אזוי ווי כהאב אויבען געשריבען סאיז א ברענד נו מציאות אין מדארף זיך קענען אדאפטען,

אין די ערשטע שעות האסטו א פוינט אזוי ווי איך האב שוין געשריבן פאר וויכי, אבער וואס איז די גדר פון ערשטע שעות? די טענה'ריי אין די שטעכעריי אשכול ואס צוליב דעם האט מען עס פארשפארט איז פארגעקומען צוויי טעג נאכן אטאקע.

למשל אזוי ווי יעצט, סקומט אריין א מעסעזש פון א "אקטיווע שיסער" אין א מאל אין וועגעס,
אפאר מינוט שפעטער איז מען שוין מסביר אויף די גרופס אין ענגליש אז סאיז דא א האטעל לעבען דעם ווי סאיז דא היימישע אידען אין משרייבט פינקטליך ארויס וועלכע האטעל, פארוואס? פארווען? אין יענע ענדיגען נאך די מעסעזש אז מען זאל זאגען א קאפיטעל תהילים!

יעצט דער עולם קומט אריין דא צי זעען אפדעיטס וואס געשעט אויב סאיז נישט דא, די לאו אינפארסמענט קומט אריין טוט בעז"ה זייער זשאב ושלום על ישראל , איז נישט בעסער אזוי, כמיין זאלעכע מעשיות געשען מסתמה פינעף מאל א יאר אין אמעריקע, לאז עס קומען אין גיין

נקודהלע
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

פרייע פאנטס

תגובהדורך נקודהלע » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 1:40 pm

כ'האב אמאל דא געלייגט א בילד פון פרייע פאנטס, און ס'געווארן פארקנאקט, דערנאך האב איך געלייג נאך איינס פון אנדערע פאנטס און ס'איז געבליבן אפן? מה פשט? (כ'וויל פארשטיין, כ'האב נישט קיין טענות...) :?:

אגב, געב א קוק מיין שורה אינטן, וועסטו זען אז כ'האלט פון מעקן...
ס'איז א נקודה'לע, א קליינער. אמאל קומט עס בטעות ארויס ווי א סקריבל, אבער מ'קען אייביג מעקן און צוריקברענגען צום נקודה.

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג ינואר 23, 2020 2:03 pm

פארוואס ליגט נישט דער אשכול
אין על הצדיקים?

גיי נישט יעצט מעק עס אויס... נאר רוק עס ווי ס'באלאנגט
לאור המצב איז אבאוט טו עקספייער, פליז אופדעיט יאור אקאונט

צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קנאפער ידען און 31 געסט