בלאט 438 פון 2282

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2019 10:12 pm
דורך פאראינטערסירט
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:אהאנגזא

פרעזידענט טראמפ האט יעצט געווינען זיין צווייטע טערמין

מזל טוב

נישט פארזיכערט. די רעפובליקאנער וואס האבן אימפיטשט קלינטאן האבן שיין געוואונען ביי די מידטורמס פון 1998. ס'האט זיי גארנישט געשאדט.

צ/ק
אסדר איז נישט גערעכט.
זעה דא.
viewtopic.php?p=2061522#p2061522

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2019 10:50 pm
דורך שפיגליצקי
צ/ק

די חברה האבן מיר אזוי אומשולדיגערהייט ארויס גענומען פון די כלים, יעצט בין איך איינגעשפארט ביז איך גיי צוריק אריין.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 22, 2019 10:52 pm
דורך שפיגליצקי
צ/ק

איך שעם זיך צו שטומען איבער א מאכל וואס איך האב ליב.

יא, איך האב ליב, אבער צי וואס ברבים?!

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 4:48 am
דורך צל עובר
פאראינטערסירט האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
הויעך האט געשריבן:אהאנגזא

פרעזידענט טראמפ האט יעצט געווינען זיין צווייטע טערמין

מזל טוב

נישט פארזיכערט. די רעפובליקאנער וואס האבן אימפיטשט קלינטאן האבן שיין געוואונען ביי די מידטורמס פון 1998. ס'האט זיי גארנישט געשאדט.

צ/ק
אסדר איז נישט גערעכט.
זעה דא.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p2061522


צ"ל, איך (דאס מיינט @פאראינטרעסירט) האלט אז אסדר איז נישט גערעכט.

מיין (דאס מיינט @צל עובר) רעספאנס, ישר כח, דיין מיינונג איז דאקומענטירט אויפן פלאץ.

אבער וואס זוכט דאס דא?

אבער אז מען רעדט שוין יא, צ"ק, איך זעה גארנישט אין @פאראינטרעסירט'ס תגובה ווי ער קוואויט מיין ארטיגע תגובה, וואס זאל אפפרעגן אדער אוועקמאכן די פוינט פון מיין תגובה.

די איבעריגע וואס איך וויל דיר זאגן האלט איך מיר איין.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 8:57 am
דורך farshlufen
בעל דמיון האט געשריבן:צ/ק
אז איך האב ב"ה געצינדן די הייליגע חנוכה לעכטעלעך!
פארוואס זאג איך דיר עס? ווייל איך ווייס אז ס'וועלן זיין אזעלכע וואס גייען עס נישט גלייבן ווייל כ'האב נישט געפאוסט א פיקטשער אויף סטעטוס, אבער אעפ"כ זאלט עטס וויסן אז איך האב יא געצונדן!

וועל מיר אייך זוכן אין די בילדער אויסגאבעס קומענדיגע וואך..

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 23, 2019 8:14 pm
דורך חמרא טבא
צ״ק לכאורה (יד״נ) איז פארקילט...

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 12:58 pm
דורך נשמה
אז איך האב נישט ליב די וועג וויאזוי איך דאווען לעצטענס. אן קיין כוונה. צעפלויגן און צעמישט. #דארף מעך פארבעסערן.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 24, 2019 7:07 pm
דורך nmi
נשמה האט געשריבן:אז איך האב נישט ליב די וועג וויאזוי איך דאווען לעצטענס. אן קיין כוונה. צעפלויגן און צעמישט. #דארף מעך פארבעסערן.

מארגן ארבעט מען נישט (כ'האף אז דו אויך נישט) האסטו צייט רואיגערהייט צו גיין אין ביהמ"ד און דאווענען מיט א רואיגקייט.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 9:27 am
דורך טשאדעלע באדעלע
צום קעפל:

״אקעי.. מ׳גייט אנהויבן מיט זיידי.. אקעי זיידי וויל נישט.. אקעי, קודם מיז יעדער זיין שטיל. אקעי, פאר די קינדער איז דא א עקסטערע געים. ששש.. איימעניט, יעדער האט שוין א פען?

מ׳גייט פארליינען א שורה, ווער עס קען ערשט צוטרעפן א גראם דער קען באקומען די זילבער פעיפער באלי וואס איך האב דא. און ביי די צווייטע גראם דארף מען עס שיקן ווייטער.. און אזוי ווייטער און ווייטער און ווייטער... און ווען די באלי פארט ארום זינגט מען אוי חנוכה אוי חנוכה..

אוי כ׳האב פארגעסן עפעס.. אקעי, עכט קעמענעס אויסלאזן. אבער קודם זאל יעדער ארויסלייגן א דאלער. יעצט שרייב א נאמבער אויף די פעיפער. קנייטש עס איין און טראכט פון דיין בעסטע עסן. זאג עס שטיל פאר דיין רעכטע שכן.. און ווען יעדער וועט זיין רעדי וועט מען מסביר זיין וויזוי די געים גייט גיין.

דערווייל וועלעך אויסרופן די חידה. ״וועכע דאונאַט״.. אוי, כ׳האב אויסגעזאגט.. אקעי, ס׳גארנישט. ״וועכע עסן איז נישט געקאכט, נישט געבאקן, אבער אויך נישט רוי. מ׳עסט עס נאר מיט צוויי פינגער׳ס מ׳מאכט אבער אויף די מויל ריזיג.. די פאר ברכה איז א מזונות און די נאך ברכה אשר יצר!?״

דערווייל זיצן אלע טאטע׳ס אזוי :shock:

״אקעי יעי.. די געים איז פארטיג״.. מעכטיג! מ׳האט עס געשפילט נעכטן ביי מיין אנדערע באבע׳ס חנוכה פאַדי, ביי די מאמע׳ס.. זיי האבן נישט געקענט אטעמען פאר געלעכטער. מיין שוועסטער האט מיר געזאגט כ׳מיז עס שפילן היינט דא מיט די טאטע׳ס.”

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 11:53 am
דורך לעגאו מענטשעלע
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 12:02 pm
דורך ניס קראכער
צ/ק
ווארשיינדליך איז טשאדעלע נעכטן געוועזן ביים שווער'ס טאטנ'ס חנוכה מסיבה ...

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 12:16 pm
דורך farshlufen
מיין בעל תפילה האט היינט געוואוסט אז דורכאויס די האלידעיס גייען בלויז די עקספרעס.

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 2:07 pm
דורך הודו להשם
צ/ק
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:

שליסט היינט נאכט זיין לאנג ערווארטעטן ביזנעס דיעל. (זעה בילד)

פון מארגן 7:15 ביינאכט נעמט ער אויף ביי זיך אינדערהיים (אינעם בעיסמענט, אריינגאנג איז פונעם רעכטן זייט אונטן, די טיר מער צו לינקס מיט די רויטליך-האלצענע מזוזה)

giphy.gif
giphy.gif (633.53 KiB) געזען 508 מאל


מערקט אינעם בילד דעם נייעם שניפסל וואס ער האט זיך איינגעהאנדעלט, דאס איז אחוץ די פרייליכע שטימונג אין וואס ער געפונט זיך (אויף דעם בוי איך די גאנצע מעשה)

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 2:10 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
הודו להשם האט געשריבן:צ/ק
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:

שליסט היינט נאכט זיין לאנג ערווארטעטן ביזנעס דיעל. (זעה בילד)

פון מארגן 7:15 ביינאכט נעמט ער אויף ביי זיך אינדערהיים (אינעם בעיסמענט, אריינגאנג איז פונעם רעכטן זייט אונטן, די טיר מער צו לינקס מיט די רויטליך-האלצענע מזוזה)

giphy.gif


מערקט אינעם בילד דעם נייעם שניפסל וואס ער האט זיך איינגעהאנדעלט, דאס איז אחוץ די פרייליכע שטימונג אין וואס ער געפונט זיך (אויף דעם בוי איך די גאנצע מעשה)

איינער ווייסט פון וועלכע דיעל ער רעדט?...

אההההההה.... ס'מיין קאזין!

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 11:19 am
דורך טראק דרייווער
אז ערב שבת חנוכה ברויך מען נישט האבן מער ווי נאך 10 מינוט צו צוגרייטן די מנורה.... עס איז נישט דא פארוואס צו ליידן אויף ערב שבת חנוכה סינדראם....

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 12:01 pm
דורך חמרא טבא
צ"ק נישט פארגעסן צו שניידן די נעגל היינט ווארום מארגן איז ר"ח...

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 12:11 pm
דורך נו גוט נו שוין
טראק דרייווער האט געשריבן:אז ערב שבת חנוכה ברויך מען נישט האבן מער ווי נאך 10 מינוט צו צוגרייטן די מנורה.... עס איז נישט דא פארוואס צו ליידן אויף ערב שבת חנוכה סינדראם....


אז די פראבלעם איז נישט די הכנה

נאר ווי עס אראפצולייגן נאכדעם

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 12:11 pm
דורך טראק דרייווער
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:אז ערב שבת חנוכה ברויך מען נישט האבן מער ווי נאך 10 מינוט צו צוגרייטן די מנורה.... עס איז נישט דא פארוואס צו ליידן אויף ערב שבת חנוכה סינדראם....


אז די פראבלעם איז נישט די הכנה

נאר ווי עס אראפצולייגן נאכדעם


ערב שבת חנוכה לייגט מען עס ביים פענסטער און אראפ מיט אלע דאגות.

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 12:12 pm
דורך שפיגליצקי
אז מיינע קנויטן זענען נאכנישט געמאכט, פלייש נאכנישט איינגעקויפט, קישקע נאכנישט געמאכט, און איך שרייב יעצט דא.

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 12:16 pm
דורך ניס קראכער
טראק דרייווער האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:אז ערב שבת חנוכה ברויך מען נישט האבן מער ווי נאך 10 מינוט צו צוגרייטן די מנורה.... עס איז נישט דא פארוואס צו ליידן אויף ערב שבת חנוכה סינדראם....


אז די פראבלעם איז נישט די הכנה

נאר ווי עס אראפצולייגן נאכדעם


ערב שבת חנוכה לייגט מען עס ביים פענסטער און אראפ מיט אלע דאגות.

ערב שבת חנוכה גיימיר עס לייגן אויפן טיש אין אראפ מיט אלע דאגות

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 12:19 pm
דורך טראק דרייווער
יא אמת אויפ'ן טיש איז אויך אן אפציע, אבער אוודאי אויב קען מען עס לייגן ביי א פענסטער איז דאס סאך מער לכתחילה. די פענסטער'ס זענען בדרך כלל גענוג הויך אז די קינדער זאלן דאס נישט קענען איבערדרייען, און מען קען דארט גרינגער אבאכט געבן אויף חשש כיבוי ווי איידער ביים פתח הדיינונג רום.

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 27, 2019 1:18 pm
דורך נו גוט נו שוין
טראק דרייווער האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:אז ערב שבת חנוכה ברויך מען נישט האבן מער ווי נאך 10 מינוט צו צוגרייטן די מנורה.... עס איז נישט דא פארוואס צו ליידן אויף ערב שבת חנוכה סינדראם....


אז די פראבלעם איז נישט די הכנה

נאר ווי עס אראפצולייגן נאכדעם


ערב שבת חנוכה לייגט מען עס ביים פענסטער און אראפ מיט אלע דאגות.


און ביים פעסטער?

הכל לפי מה שהיא בית...
איינער האט ליב געפילטע פיש און איינער גייט א קוטשמע

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 12:50 am
דורך נו גוט נו שוין
צ/ק

אוטש ס'שטעכט!!

צ/ק

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 2:13 am
דורך קו הישר
אריין קומען צום קרעטשמע אן א קוטשמע גייט גרינגער ווי מיט א קוטשמע, בפרט אין אנגעשטרענגטע צייטן.
(איך זעה ביי מיר אז http האב איך מער הצלחה צו לאודען די סייט ווי https)

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 29, 2019 3:12 am
דורך אברהם בן ארי'
צ/ק

די איינציגסטע וועג זיך צו האלטן רואיג אין די היינטיגע טעג איז צו וויסן מיט א קלארקייט אז קיינער איז נישט פארזיכערט, און אויב חס ושלום עס איז באשערט עפעס זאל פאסירן מיט מיר, וועט מיר "גארנישט" העלפן.

זאל מען זוכה זיין צו שמירה עליונה.