בלאט 435 פון 452

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:47 pm
דורך לכאורה
צ/ק
אז זונטאג בלייבט זונטאג.
זאל זיין ווינטער, זאל זיין זומער.
זאלסטו דיך האבן געלייגט פיר אזייגער פארטאגס אדער עלף ביינאכט, געשלאפן פיר שעה אדער צען.
קענסט מאכן גרויסצוגיגע פלענער, דאווענען פריה, זיך איבערקערן.
פזמון: זונטאג איז זונטאג.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:58 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
נשמה האט געשריבן:דאס אז דו קלערסט אריין אויפצואווייזן צו דו ביסט נישט קיין עלעפאנט מאכט מיך וואונדערן אז אפשר ביסטו עכט יא א עלעפאנט, און די גאנצע זאך וואס דו מיינסט אז דו ביסט נישט קיין עלעפאנט איז נאר ווייל יעדע עלעפאנט טראכט אז ער איז עכט נישט קיין עלעפאנט. מילא איך, וואס איך קלער בכלל נישט אריין דערין זיך איבערצוצייגן, ווייל מיין 'שכל' זאגט מיר אז איך בין נישט קיין עלעפאנט, אבער דו אז דו קלערסט יא אריין דערין, ווער טאקע זאגט דיך אז דו ביסט באמת נישט קיין עלעפאנט?


דאס באלאנגט אין די ״וואס איז דיין מוט״ אשכול.

ווער האט דיר - נשמה - דערציילט אז עלעפאנטן טראכטן אז זיי זענען עכט נישט קיין עלעפאנט?.. כ׳הייב אן חושד זיין..

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:14 pm
דורך נשמה
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:דאס אז דו קלערסט אריין אויפצואווייזן צו דו ביסט נישט קיין עלעפאנט מאכט מיך וואונדערן אז אפשר ביסטו עכט יא א עלעפאנט, און די גאנצע זאך וואס דו מיינסט אז דו ביסט נישט קיין עלעפאנט איז נאר ווייל יעדע עלעפאנט טראכט אז ער איז עכט נישט קיין עלעפאנט. מילא איך, וואס איך קלער בכלל נישט אריין דערין זיך איבערצוצייגן, ווייל מיין 'שכל' זאגט מיר אז איך בין נישט קיין עלעפאנט, אבער דו אז דו קלערסט יא אריין דערין, ווער טאקע זאגט דיך אז דו ביסט באמת נישט קיין עלעפאנט?


דאס באלאנגט אין די ״וואס איז דיין מוט״ אשכול.

ווער האט דיר - נשמה - דערציילט אז עלעפאנטן טראכטן אז זיי זענען עכט נישט קיין עלעפאנט?.. כ׳הייב אן חושד זיין..

איך האלט נישט אז עלעפאנטן טראכטן אז זיי זענען עכט נישט קיין עלעפאנטן. אבער פאר די וואס די 'שכל' איז נישט גענוג, און זיי ווילן זיך איבערצייגן "קלאר" אז זיי זענען נישט קיין עלעפאנטן, קומט דאך אויס אז זיי געבן אויף אויף זייער שכל. און אויב מ'געט אויף אויף שכל, קען מען דאך טאקע נישט וויסן צו מ'איז נישט באמת קיין עלעפאנט.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:31 pm
דורך שפיגליצקי
און אז איך בין יא אן עלעפאנט איז וואס?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:33 pm
דורך שפיגליצקי
לכאורה האט געשריבן:צ/ק
איך האב געקענט זיבעצן פון די צוואנציג שאלות, אבער איך האב קיין אנונג וועלכע איך האב געענטפערט אומריכטיג

צו וואס איז אייך דאס א נפ"מ??

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:34 pm
דורך לכאורה
איך דארף דאך וויסן וועלכע זאכן איך דארף בעסער וויסן
דאס איז דאך נישט בלויז אבי א טעסט, דאס דארף מען קענען צו זיין אויפ'ן ראוד

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:34 pm
דורך שפיגליצקי
אה, וויל איך אייך זאגן אז דאס איז יא אבי א טעסט, קיינער וועט קיינמאל נישט וויסן וואס איר ווייסט יא און וואס נישט.

כ'מיין, פאר סאם ריזאן איז דא ס'ביכל, ניין?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:36 pm
דורך למעלה משבעים
לכאורה האט געשריבן:צ/ק
איך האב נארוואס געמאכט "הטוב והמטיב" און "שהחיינו" בלא שם ומלכות
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו

פשיהא, מזל טוב! אסאך אסאך נחת פון אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2019 6:09 pm
דורך מחשב
שפיגליצקי האט געשריבן:אה, וויל איך אייך זאגן אז דאס איז יא אבי א טעסט, קיינער וועט קיינמאל נישט וויסן וואס איר ווייסט יא און וואס נישט.

כ'מיין, פאר סאם ריזאן איז דא ס'ביכל, ניין?


לכאורה איז אודאי גערעכט.

דרייוון א אויטא איז נישט קיין קינדער שפיל.

זאג מיר, וואס טוט מען אויב מ'קען נישט סטאפן?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2019 8:14 pm
דורך שפיגליצקי
איך האב נישט געזאגט נישט וויסן, איך זאג אז פונעם פארהער איז גארנישט קיין ראי', און מ'מוז נישט וויסן וואס מ'האט נישט גוט געענטפערט.

זיין תמימות האט מיר דערמאנט אז ער איז שוין א זיידע פון פריערדיגן דור....

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 18, 2019 2:02 pm
דורך שמערלער
דאס איז ארויפגעקומען ביים עפענען אייוועלט

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 18, 2019 2:31 pm
דורך יש בו
שמערלער האט געשריבן:דאס איז ארויפגעקומען ביים עפענען אייוועלט

רילאוד די פעזש

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 18, 2019 3:05 pm
דורך מחשב
א מענטש קען האבן אסאך גוטע רעיונות אין קאפ, אסאך חכמה און ידיעות, אבער ווי לאנג די דברי חכמה האבן נישט קיין 'לעבל', א נאמען, ווי כאילו א באגריף פאר זיך, דאן וועט סיי פעלן א געוויסע שטאנדהאפטיגקייט דערפון, א געוויסע סאלידע געזעצטקייט. ווי אויך קען עס מיט די צייט ווערן אפגעשוואכט און טיילווייז פארגעסן. אזוי אויך איז שווערער עס איבערצוגעבן פאר אנדערע.

דערפאר איז זייער גוט צו 'לערנען' חכמה, כאטש צומאל אויף געוויסע נושאים וויל זיך טראכטן אליין, ווייל געווענליך האט די חכמה א 'נאמען' אין די אלגעמיינע גאס, און דאס קען אסאך העלפן אין קונה זיין די חכמות.

-----

יעצט וויל איך וויסן, וואס איז די 'ווארט' פאר דער געדאנק?

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 18, 2019 10:28 pm
דורך שאינו יודע
מחשב האט געשריבן:א מענטש קען האבן אסאך גוטע רעיונות אין קאפ, אסאך חכמה און ידיעות, אבער ווי לאנג די דברי חכמה האבן נישט קיין 'לעבל', א נאמען, ווי כאילו א באגריף פאר זיך, דאן וועט סיי פעלן א געוויסע שטאנדהאפטיגקייט דערפון, א געוויסע סאלידע געזעצטקייט. ווי אויך קען עס מיט די צייט ווערן אפגעשוואכט און טיילווייז פארגעסן. אזוי אויך איז שווערער עס איבערצוגעבן פאר אנדערע.

דערפאר איז זייער גוט צו 'לערנען' חכמה, כאטש צומאל אויף געוויסע נושאים וויל זיך טראכטן אליין, ווייל געווענליך האט די חכמה א 'נאמען' אין די אלגעמיינע גאס, און דאס קען אסאך העלפן אין קונה זיין די חכמות.

-----

יעצט וויל איך וויסן, וואס איז די 'ווארט' פאר דער געדאנק?


רוף דעם קינד ביים נאמען...

איך האב נישט קיין ווארט דערויף, אבער הנאה דערפון האב איך יא

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 18, 2019 10:44 pm
דורך נו גוט נו שוין
מחשב האט געשריבן:א מענטש קען האבן אסאך גוטע רעיונות אין קאפ, אסאך חכמה און ידיעות, אבער ווי לאנג די דברי חכמה האבן נישט קיין 'לעבל', א נאמען, ווי כאילו א באגריף פאר זיך, דאן וועט סיי פעלן א געוויסע שטאנדהאפטיגקייט דערפון, א געוויסע סאלידע געזעצטקייט. ווי אויך קען עס מיט די צייט ווערן אפגעשוואכט און טיילווייז פארגעסן. אזוי אויך איז שווערער עס איבערצוגעבן פאר אנדערע.

דערפאר איז זייער גוט צו 'לערנען' חכמה, כאטש צומאל אויף געוויסע נושאים וויל זיך טראכטן אליין, ווייל געווענליך האט די חכמה א 'נאמען' אין די אלגעמיינע גאס, און דאס קען אסאך העלפן אין קונה זיין די חכמות.

-----

יעצט וויל איך וויסן, וואס איז די 'ווארט' פאר דער געדאנק?


קריאת השם - קאטעקאריעזירן

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 19, 2019 12:02 am
דורך שמארטיקל
מחשב האט געשריבן:א מענטש קען האבן אסאך גוטע רעיונות אין קאפ, אסאך חכמה און ידיעות, אבער ווי לאנג די דברי חכמה האבן נישט קיין 'לעבל', א נאמען, ווי כאילו א באגריף פאר זיך, דאן וועט סיי פעלן א געוויסע שטאנדהאפטיגקייט דערפון, א געוויסע סאלידע געזעצטקייט. ווי אויך קען עס מיט די צייט ווערן אפגעשוואכט און טיילווייז פארגעסן. אזוי אויך איז שווערער עס איבערצוגעבן פאר אנדערע.

דערפאר איז זייער גוט צו 'לערנען' חכמה, כאטש צומאל אויף געוויסע נושאים וויל זיך טראכטן אליין, ווייל געווענליך האט די חכמה א 'נאמען' אין די אלגעמיינע גאס, און דאס קען אסאך העלפן אין קונה זיין די חכמות.

-----

יעצט וויל איך וויסן, וואס איז די 'ווארט' פאר דער געדאנק?

הוי מחשב..

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 3:16 pm
דורך ניס קראכער
צ/ק
ווען די שטעכעריי וואלט פארגעקומען אין וויליאמסבורג, וואלט היינט די סלאוגאן געלאפן איבעראל
מאוו אוט פראם דע סיטי!
ודו"ק...

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 5:02 pm
דורך לאנדאנער
לכאורה האט געשריבן:צ/ק
אז זונטאג בלייבט זונטאג.
זאל זיין ווינטער, זאל זיין זומער.
זאלסטו דיך האבן געלייגט פיר אזייגער פארטאגס אדער עלף ביינאכט, געשלאפן פיר שעה אדער צען.
קענסט מאכן גרויסצוגיגע פלענער, דאווענען פריה, זיך איבערקערן.
פזמון: זונטאג איז זונטאג.


;l;p- ;l;p- ;l;p-

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 6:22 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
די לאנדאן׳נע זענען שפעט.

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 6:27 pm
דורך nmi
ניס קראכער האט געשריבן:צ/ק
ווען די שטעכעריי וואלט פארגעקומען אין וויליאמסבורג, וואלט היינט די סלאוגאן געלאפן איבעראל
מאוו אוט פראם דע סיטי!
ודו"ק...

ווייל אזא מעשה האט מיינעך נאכנישט פאסירט אין די סיטי. אז מ'זטל אזוי צומאזיקן א מענטש און אים שיר נישט קאליע מאכן אן עבר? ר"ל

געשריבן: מיטוואך נובעמבער 20, 2019 11:47 pm
דורך שמואל בארג
nmi האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:צ/ק
ווען די שטעכעריי וואלט פארגעקומען אין וויליאמסבורג, וואלט היינט די סלאוגאן געלאפן איבעראל
מאוו אוט פראם דע סיטי!
ודו"ק...

ווייל אזא מעשה האט מיינעך נאכנישט פאסירט אין די סיטי. אז מ'זטל אזוי צומאזיקן א מענטש און אים שיר נישט קאליע מאכן אן עבר? ר"ל


פארדעם זאגט ער, העטעך פעטעך ס'וואלט יא געווען.

ניסל האט א פונקט.

גוטע ארטשעס פאר ביליג!

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 11:42 am
דורך היימישער הייקער
איך האב געזוכט אן אשכול וועגן ארטשעס והמסתעף, און איך האב נישט געפונען, עמיר עס דא אויספאקן.

בקיצור נמרץ, איך טראג יעצט די דאזיגע ארטשעס פאר עטליכע שעה, און איך גיי ניסלעך דערפאר. עס קאסט צוואנציג דאלער. אויב דארפט איר ארטשעס, וואלט איך דאס שטארק רעקאמענדעד.

81XZQwekQVL._AC_SL1500_.jpg
81XZQwekQVL._AC_SL1500_.jpg (211.45 KiB) געזעהן 313 מאל


עטליכע יאר צוריק בינעך געווען ביי א פאדייעטריסט, און ער האט מיר געזאגט אז איך דארף ארטשעס, אבער איך קען קויפן רעדי מעיד. ער האט מיר גאזאגט צו קויפן דאס https://amzn.to/2QE9Fyc פון די powerstep קאמפעני, די שטערקסטע סארט וואס זיי האבן. עס האט געקאסט עטליכע דרייסיג דאלער, און די ווייטאג איז טאקע גענצליך אוועק. איך האב שוין אויסגעטרעטן 4 שטיק, און איך בין געווען זייער צופרידן, (עס האלט זיך ביי מיר בערך פאר א יאר, שיך האלט זיך נאר האלב אזוי לאנג).

יעצט ווען עס איז געקומען די צייט צו קויפן מיין פינפטע פאר, האבעך דעסיידעד זיך אביסעל אומקוקען, און איך האב געטראפן דאס פאר בלויז צוואנציג דאלער. יעצט בשעת'ן שרייבן האב איך עס אהן פאר עטליכע שעה, און איך מיז זאגן אז איך גיי ניסלעך דערפאר. עס האט סאך א טיפערע ארטש, און עס קוקט אויס א גוטע קוואליטעט, און איך האב געצאלט בערך האלב פון וואס איך האב באצאלט ביז יעצט!

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 3:20 pm
דורך טשאלענט
צ/ק
אז איך בין שוין לאאאאאנג נישט דא געווען, און נאך לענגער שוין נישט געשריבן, אבער די אשכול האט מיר אזוי געכאפט אז איך האב זיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן...

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 3:24 pm
דורך שפיגליצקי
פונקט גוט, היינט איז דאך דאנערשטאג, שטעל נאר צו אויך זויערע אוגערקע און וויין צו דער זייט, וועלן מיר הנאה האבן בשלימות.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 21, 2019 3:48 pm
דורך טשאלענט
שפיגליצקי האט געשריבן:פונקט גוט, היינט איז דאך דאנערשטאג, שטעל נאר צו אויך זויערע אוגערקע און וויין צו דער זייט, וועלן מיר הנאה האבן בשלימות.

נא, אטא פארדעם האב איך צוגעשטעלט דעם ברייט באקאנטן בארימטן "טשאלענט גמח" אפילו ווען איך בין נישט דא קען מען אויך הנאה האבן...

דארט וועסטו טרעפן טשאלענט מיט זויער(ע איגערקעס) ענד מאטש מאטש מאר!!!

טעמו וראו! עס ווערט נישט געגעבן קיין רשות זיך אפצורעדן פאר'ן פארזוכן!