בלאט 435 פון 2232

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 8:11 pm
דורך גארגארפיק
איך פון אפ פון דא

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 8:17 pm
דורך יוראפ
nmi האט געשריבן:אמן

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 8:20 pm
דורך פאקטען
גארגארפיק האט געשריבן:איך פון אפ פון דא

פארוואס?

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 12:03 am
דורך נישט פשוט
ביי די דעש-בארד איז דא א צו-ווייז צייכנער פאר די גאז FULE בלאבלא"ז, דערנעבען איז צומאל דא א בילד פון א פאמפ און צומאל נישט, אבער ס'איז אלץ דא דארט ערגעץ ווי, א קליינע עראוי (וואזוי זאגט מען דאס אין אידיש ?) עני וועי, די עראוי איז געפוינט רעכטס אדער לינקס!
וואס מיינט דאס, אה, ס'מיינט וועלעכע זייט פונעם וואגן ס'איז די שטאפער פונעם גאז פעסיל, אזוי אז ווען די פארסט צו צום פאמפ, און נאכן ווארטן 10 מניט'ן אין פאפססס, די טירעלע איז די אנדערע זייט.

פארוואס זאג איך דאס אייך?! פארוואס נישט?!, און פארן שוואכן עלעמענט, העלן זאגן אביסל ווייניגער מאוסע ווערטער. (נאכן הערן איינעם היינט מאכן א קאלעקשען פון קללות און.... מהאט געדארפט לייגן פעפער.....
ווייל ער האט געדינעגען א קאר אין זיך און נאכן בעקן, פארן ,האט ער געזהן אז יא! )

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 12:32 am
דורך אדער יא
נאך א סארט שמייכל איז געווען אמאל
viewtopic.php?p=89237#p89237

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2019 9:36 pm
דורך למעלה משבעים
היינט שוין נישט? אינטרעסאנט.

;p1; ;p1; ;p1; ;p1; ;p1;

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2019 9:49 pm
דורך לכאורה
צ/ק
אין די קורצסטע שבת קען מען אויך אריינריקן א 2 מיט א האלב שטונדע שינה בשבת תענוג דרימל צווישן די בייטאג סעודה און מנחה

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2019 10:33 pm
דורך יש בו
צ.ק.
א וואלענע טלית קטן קאסט שוין באלד אזוי סאך ווי א סידי

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2019 10:53 pm
דורך חמרא טבא
לכאורה האט געשריבן:צ/ק
אין די קורצסטע שבת קען מען אויך אריינריקן א 2 מיט א האלב שטונדע שינה בשבת תענוג דרימל צווישן די בייטאג סעודה און מנחה

ס׳האט לכאורה (נד״נ אדער אפשר יא) מיט ווען מ׳שטייט אויף אינדערפרי...
לכאורה האט געשריבן:זעקסע פארטאגס האב איך נישט געזען קיין פאליציאנטן גראדע

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2019 11:04 pm
דורך עושר וכבוד
לכאורה האט געשריבן:צ/ק
אין די קורצסטע שבת קען מען אויך אריינריקן א 2 מיט א האלב שטונדע שינה בשבת תענוג דרימל צווישן די בייטאג סעודה און מנחה

דאס אלעס? אויב מ'הייבט אן צו דאווענען 9'ע קען מען זיין פארטיג 11'ע און אנהייבן די סעודה 11:30. מ'קען זיין אין בעט 1:00 און שלאפן ביז 4:30. סך הכל 3:30 שעה.

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2019 11:16 pm
דורך לכאורה
איך בין טאקע געווען אינדערהיים אויף 11:15 בערך, אבער נישט געקענט אנהייבן גלייך די סעודה. הערשט געזען דעם בעט ארום 2:00

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2019 11:19 pm
דורך לכאורה
חמרא טבא האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:צ/ק
אין די קורצסטע שבת קען מען אויך אריינריקן א 2 מיט א האלב שטונדע שינה בשבת תענוג דרימל צווישן די בייטאג סעודה און מנחה

ס׳האט לכאורה (נד״נ אדער אפשר יא) מיט ווען מ׳שטייט אויף אינדערפרי...
לכאורה האט געשריבן:זעקסע פארטאגס האב איך נישט געזען קיין פאליציאנטן גראדע

אז דו ברענגט דאס שוין אויף.. איך שטיי נישט אויף בדרך כלל אזוי פריה, אבער די לעצטע חודש האט מיך די בעט אפאר מאל ארויסגעשליידערט שבת אינדערפרי גאר פריה, און דאן האב איך זיך איבערצייגט אז אפילו "פינף" אזייגער שבת פארטאגס בין איך נישט דער ערשטער אין מקוה!
איך רעד שוין נישט פון די חברותות קבועות וואס זיצן פון ארום זעקס אזייגער ביז'ן דאווענען, און די אידן וואס הייבן אן און ענדיגן גאנץ ספר תהלים בעפאר שחרית.
מי כעמך ישראל!

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 12:34 am
דורך לפנות בוקר
אז אין וואל-מארט קען מען קויפן 40 וואסער באטלעך פאר 2.50 אין אויב מ'שיקט צוריק די באטלעך פאר די 5 סענט ריפאנד מאכט מען צוריק רוב געלט...
(נ.ב. איך טי עס נישט!)

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:42 am
דורך ימות המשיח
לכאורה האט געשריבן:צ/ק
אין די קורצסטע שבת קען מען אויך אריינריקן א 2 מיט א האלב שטונדע שינה בשבת תענוג דרימל צווישן די בייטאג סעודה און מנחה


ס'ווענדט זיך אויב די האסט געהערט די שבתדי'ג סידי פאר שבת אדער נישט :lol: :lol:

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 12:52 pm
דורך פעטער שמואל
לפנות בוקר האט געשריבן:אז אין וואל-מארט קען מען קויפן 40 וואסער באטלעך פאר 2.50 אין אויב מ'שיקט צוריק די באטלעך פאר די 5 סענט ריפאנד מאכט מען צוריק רוב געלט...
(נ.ב. איך טי עס נישט!)

איך מיין אז זיי טשארדזשן די 5 סענט ביים קויפן. אזוי טוט קאסטקא, און די לאקאלע גראסעריס אין מאנסי.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 1:14 pm
דורך nmi
פעטער שמואל האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:אז אין וואל-מארט קען מען קויפן 40 וואסער באטלעך פאר 2.50 אין אויב מ'שיקט צוריק די באטלעך פאר די 5 סענט ריפאנד מאכט מען צוריק רוב געלט...
(נ.ב. איך טי עס נישט!)

איך מיין אז זיי טשארדזשן די 5 סענט ביים קויפן. אזוי טוט קאסטקא, און די לאקאלע גראסעריס אין מאנסי.

מיין גראסערי אין וויליאמסבורג אויך. כ'מיין אז ס'קומט אויס ביליגער אז יעדעס מאל ווען מ'דארף א קאפ סעלצער זאל מען גיין אין גראסערי און זיך אנגיסן א גלאז און ווען די באטל ווערט ליידיג לאזט מען עס דארט... נעה. די קאר סערוויסעס וועט שוין זיין טייערער...

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 1:33 pm
דורך KEWL
שׁטעלט זיך א מנין מנחה אין די vestibule

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 10:32 pm
דורך שפיגליצקי
צ/ק

דער געיעג צו עפענען וואס מער מאדנע אשכולות דא מאכט נישט אינטערעסאנט אייער ניק אדער דעם סייט, סך הכל ווייזט דאס אויף קנאה.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 10:33 pm
דורך זאב שלייערמאן
קנאה אין וועם?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 10:34 pm
דורך שפיגליצקי
אין דעם וואס קומט אריין פון צייט צו צייט מיט אזעלכע סארט אשכולות, גראדע מיט סוקסעס.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 10:37 pm
דורך זאב שלייערמאן
כ׳טראכט. דער וואס סוקסירט אין דיינע אויגן. קלערסטו אז יעדער האלט אז עס איז אינטערעסאנט די אלע אשכולות. אדער עס איז אויך דא וואס האלטן אז עס מאכט נישט אינטערעסאנט דעם סייט/יענע ניק?
לכאורה דאס לעצטע. די זעלבע דא. פאר דיר איז עס נישט אינטערעסאנט אבער פאר אנדערע יא.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 4:14 pm
דורך נשמה
גראסערי סטאר... גאן מען... סעמעטערי... ווייסע יועל טראק... יאשיהו... קעשיער... דשערסי סיטי... הקול קול יעקב אין הידים ידי עשיו... מנהל ... א קינד לויפט... פאליסמאן... קול מבשר... דרכי ציון אבילות... שיסערס אויפן דאך... דריי טירן... 113... 114... צוויי מערדער ימ"ש... תהלים... א שיסעריי... דריי הונדערט קוילן... פרעסע קאנפערענץ... מעיאר... גרענוויל... צוויי לויות... חובת הלבבות שער הבטחון... חיימ'ל... דבורה... מח שליט על הלב... געשאסן אין די האנט... געטראפן א צעטיל... נידערמאן... שמעון ראלניצקי... א איינוואוינער... בולעט פראף... אראפגעשאסן... פייפ באמבע... אויסגעשאסענע פענסטער... עלה מות בחלונינו... א זיסע צוותא... דייטש... פערענץ... יתום... באיאן ניו דשערסי... איראעליטעט שווארצע אפריקאנע... אנטיסימיטן... אריינפארענדער טראק... געפאנצערט ביז די ציין... חי' לייפליין... צוריקגעקומען פון פלארידע... אוועקגעשטופט די הענט... מיטן פנים צו די טיר... ישיבות שבילי התורה... מ'וויל נישט פארשטיין, און מ'קען נישט פארשטיין... קאמפעין... די ערשטע רגעים... קוילן... די בנין שאקלט זיך... איצקאוויטש... אייוועלט... ציווילע... טיכל... רעגן... פאטראלירט אפאר גאסן ארויפציהר... FBI... שמעק הינט... געפילן... פארוויינט... דערשראקן... מעסעדש פון הימל... אינטערנעט... צניעות... לשון הרע ורכילות... בת עינ'ס יארצייט סעודה... געפארקט קעגן איבער... רשעים ארורים... ימח שמם... צווייטע וועלט קריג... סעקיוריטי... שלאס... נישט איבערגעלאזט קינדער... איבערגעלאזט קינדער אן א מאמע... שבח והודאה... איכה... קינות... לב אחד... כלל ישראל... בכיות נוראות... ימ'ן טרערן...

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 4:34 pm
דורך קלאָצקאָפּ
;l;p- ;l;p-

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 4:45 pm
דורך לדעתי
נשמה האט געשריבן:גראסערי סטאר... גאן מען... סעמעטערי... ווייסע יועל טראק... יאשיהו... קעשיער... דשערסי סיטי... הקול קול יעקב אין הידים ידי עשיו... מנהל ... א קינד לויפט... פאליסמאן... קול מבשר... דרכי ציון אבילות... שיסערס אויפן דאך... דריי טירן... 113... 114... צוויי מערדער ימ"ש... תהלים... א שיסעריי... דריי הונדערט קוילן... פרעסע קאנפערענץ... מעיאר... גרענוויל... צוויי לויות... חובת הלבבות שער הבטחון... חיימ'ל... דבורה... מח שליט על הלב... געשאסן אין די האנט... געטראפן א צעטיל... נידערמאן... שמעון ראלניצקי... א איינוואוינער... בולעט פראף... אראפגעשאסן... פייפ באמבע... אויסגעשאסענע פענסטער... עלה מות בחלונינו... א זיסע צוותא... דייטש... פערענץ... יתום... באיאן ניו דשערסי... איראעליטעט שווארצע אפריקאנע... אנטיסימיטן... אריינפארענדער טראק... געפאנצערט ביז די ציין... חי' לייפליין... צוריקגעקומען פון פלארידע... אוועקגעשטופט די הענט... מיטן פנים צו די טיר... ישיבות שבילי התורה... מ'וויל נישט פארשטיין, און מ'קען נישט פארשטיין... קאמפעין... די ערשטע רגעים... קוילן... די בנין שאקלט זיך... איצקאוויטש... אייוועלט... ציווילע... טיכל... רעגן... פאטראלירט אפאר גאסן ארויפציהר... FBI... שמעק הינט... געפילן... פארוויינט... דערשראקן... מעסעדש פון הימל... אינטערנעט... צניעות... לשון הרע ורכילות... בת עינ'ס יארצייט סעודה... געפארקט קעגן איבער... רשעים ארורים... ימח שמם... צווייטע וועלט קריג... סעקיוריטי... שלאס... נישט איבערגעלאזט קינדער... איבערגעלאזט קינדער אן א מאמע... שבח והודאה... איכה... קינות... לב אחד... כלל ישראל... בכיות נוראות... ימ'ן טרערן...


דאס איז א MRI פון מיין מח אין די מינוט.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 6:04 pm
דורך קו הישר
צ/ק
עס איז דא אמאל וואס מען ריפרעשט די פעידז און די סכום תגובות ווערט מער און עס איז דא אמאל וואס מען ריפרעשט די פעידז און די סכום פון תגובות ווערט גאר ווינציגער.