בלאט 434 פון 453

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 1:29 pm
דורך shimon7323
:roll:
ריק זיי אריבער צי מיך.....

:cry: מיינס איז כמעט ליידיג

למעלה משבעים האט געשריבן:מיין אישי איז שוין כמעט פיל כ'האב שוין נישט ווי צו ריקן די אלטע צו קענען באקומען נייע...

געשריבן: פרייטאג נובעמבער 08, 2019 1:45 pm
דורך נו גוט נו שוין
shimon7323 האט געשריבן::roll:
ריק זיי אריבער צי מיך.....

:cry: מיינס איז כמעט ליידיג

למעלה משבעים האט געשריבן:מיין אישי איז שוין כמעט פיל כ'האב שוין נישט ווי צו ריקן די אלטע צו קענען באקומען נייע...

אויב שוין...
פארגעס נישט פאר מיר אביסל...

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:49 pm
דורך עכט היימיש
צ/ק

אז משום איזהו סיבה איבלט מיר יעדע מאל וואס איך זעה דער אשכול, און איך קען ניטאמאל טראכטן פון אריינטרעטן דארטן.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 10, 2019 1:55 pm
דורך nmi
צ/ק כ'האף ווען סעמסאנג גייט ארויסקומען מיט זייער עלעווער ווען עס האבן אזא ריקער אין די זייט אויסצולעשן די רינגער און עס מאכן אויף ווייבערעיד אזוי ווי עפל.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:29 pm
דורך לכאורה
צ/ק
איך האב נארוואס געמאכט "הטוב והמטיב" און "שהחיינו" בלא שם ומלכות
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו

מזל טוב לכאורה!

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:33 pm
דורך עכט היימיש
לכאורה האט געשריבן:צ/ק
איך האב נארוואס געמאכט "הטוב והמטיב" און "שהחיינו" בלא שם ומלכות
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו

מזל טוב! מזל טוב! מזל טוב!

דער אויבערשטער זאל העלפן אז מען זאל זעהן אסאך תענוג ונחת פון דעם נייעם אייניקל, און דער רך הנולד זאל גיין אין די וועגן פון הייליגע זיידעס למעב"ק.

און דער אויבערשטער זאל העלפן אז דער זיידע זז"ג זאל האבן כוח ווייטער אנצוגיין מיט די עבודת הקודש דא בתוכינו אויף אייוועלט עד מוא"ש געזונטערהייט. די זעלבע פריש עכ"פ ווי @קיקיון מיט זיינע רבבות אייניקלעך און איר אייניקלעך...

החותם ברוב ברכות.

הק' עכט היימיש

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 4:00 pm
דורך צל עובר
מזל טוב

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 10:20 pm
דורך שפיגליצקי
פּוי פּוי פּוי! הערשט יעצט געווען די חתונה!

אסאך אידיש נחת געזונטערהייט!

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 1:38 am
דורך לכאורה
אמן - ברוכים תהיו - אי"ה ביי אייך אלע אויף שמחות

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 8:17 am
דורך א נייער
מזל טוב לכאורה, אסאך יודיש נחת פון דעי און פון אלע אנדערע.


----------
אביסעלע ברוינפן לכובד די שמחה?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:48 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
צ\ק
אז א חסידישער איד האט נישט וואס צו זוכן אין דעם אשכול.

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:50 pm
דורך ניס קראכער
כ'פארשטיי נישט צו קיין קבלה
גיי איך נישט אריין דארט...

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:57 pm
דורך לכאורה
א נייער האט געשריבן:מזל טוב לכאורה, אסאך יודיש נחת פון דעי און פון אלע אנדערע.


----------
אביסעלע ברוינפן לכובד די שמחה?

קומט אריבער צום ברית אדער צו די שלישי למילה
אדער גאר צום מנין מעריב
וועט איר אי"ה באקומען ברוינפן
(וועלכע סארט גלייכט איר? נאר מיט היימישע הכשרים פארשטייט זיך)

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 1:21 pm
דורך משה חבר
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:צ\ק
אז א חסידישער איד האט נישט וואס צו זוכן אין דעם אשכול.



גא"מ

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 6:41 pm
דורך פאראינטערסירט
לכאורה האט געשריבן:
א נייער האט געשריבן:מזל טוב לכאורה, אסאך יודיש נחת פון דעי און פון אלע אנדערע.


----------
אביסעלע ברוינפן לכובד די שמחה?

קומט אריבער צום ברית אדער צו די שלישי למילה
אדער גאר צום מנין מעריב
וועט איר אי"ה באקומען ברוינפן
(וועלכע סארט גלייכט איר? נאר מיט היימישע הכשרים פארשטייט זיך)

מזל טוב!!!
אסאך אידיש נחת!

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 12, 2019 7:04 pm
דורך לכאורה
ברוכים תהיו! אי"ה ביי ענק אלע אויף שמחות

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 9:10 pm
דורך עכט היימיש
צ/ק

@צל איז היינט זעלטן שוואך דא געווען, איך האף אז ליידט נישט אויף דער קרענק פון אנטלויפן פארן גרייכן א היסטארישער ציפער, נאך וואס ער גרייט זיך צו גרייכן צו א צענער'ל בקרוב.

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:21 pm
דורך לכאורה
צ/ק
איך האב געקענט זיבעצן פון די צוואנציג שאלות, אבער איך האב קיין אנונג וועלכע איך האב געענטפערט אומריכטיג

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:32 pm
דורך nmi
אויב איינער דארף זויבערע פלעסטיק קאפס קען מען מיר קאנטעקטן אין אישי. מיין ערל'טע האט צאמגענומען אלע פלעסטיג קאפס פון מיין הויז און עס אויסגעוואשן מיט זייף און עס שיין פלאצירט אויפן קאונטער מיט אלע דישעס.

נעמט אין אכט אז אויב ווילט איר די זויבערע קאפס וועט עס אייך קאסטן א ערל'טע עס אפצו-ווישן.

וואס ס'פאלט זיי נאר נישט איין...

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:00 pm
דורך פאראינטערסירט
לכאורה האט געשריבן:צ/ק
איך האב געקענט זיבעצן פון די צוואנציג שאלות, אבער איך האב קיין אנונג וועלכע איך האב געענטפערט אומריכטיג

צ/ק
ס'נאך דא א טשאנס צו באקומען דרייווערס לייסענס אויף די עלטער...

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:01 pm
דורך לכאורה
נעווער סעי נעווער, וואס מ'טוהט נישט פאר די קינדער טוהט מען פאר די אייניקלעך

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:12 pm
דורך פיבער מעסטער
משה חבר האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:צ\ק
אז א חסידישער איד האט נישט וואס צו זוכן אין דעם אשכול.



גא"מ


דארט דרייען זיך נאר אונגארישע....

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:15 pm
דורך דממה דקה
צייט צו מאכן אן עקספא פאר אלע עקספא'ס

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2019 11:38 am
דורך דממה דקה
די dixie perfectouch האט קאפס איז די בעסטע קאפס.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:45 pm
דורך נשמה
דאס אז דו קלערסט אריין אויפצואווייזן צו דו ביסט נישט קיין עלעפאנט מאכט מיך וואונדערן אז אפשר ביסטו עכט יא א עלעפאנט, און די גאנצע זאך וואס דו מיינסט אז דו ביסט נישט קיין עלעפאנט איז נאר ווייל יעדע עלעפאנט טראכט אז ער איז עכט נישט קיין עלעפאנט. מילא איך, וואס איך קלער בכלל נישט אריין דערין זיך איבערצוצייגן, ווייל מיין 'שכל' זאגט מיר אז איך בין נישט קיין עלעפאנט, אבער דו אז דו קלערסט יא אריין דערין, ווער טאקע זאגט דיך אז דו ביסט באמת נישט קיין עלעפאנט?