בלאט 433 פון 2279

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 5:37 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
דו ביזט עס געווען?!... כ'האב געפילט ווי איינער האט ארויפגעלייגט זיין אויג אויף מיר און האלט עס נישט ביים אראפנעמען... און דו שקרן וואס דו ביזט! איך האב געהעריג אויסגעזאגט תהילים! איך פארלאנג דו זאלסט זיך זאפארט ברבים מודה זיין אז דו האסט געזאגט ליגנט!
#מוציא שם רע אלערט.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 10:32 pm
דורך שפיגליצקי
צ/ק

סקאראמוטשי זעט אויס ווי דער איד וואס כ'האב אים שוין נישט געזען צען יאר, איבער געלאזט האב איך אים א הויך געבויטער פעסטער געשטעל, מיט א פולע שווארצע בארד און דיקע וואנצעס, געטראפן האב איך אים איינגעדארט און איינגעבויגן אין דרייען, מיט א שיטערע ווייסע בארד און א דיקן הויקער.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 10:36 pm
דורך מחשב
שפיגליצקי האט געשריבן:צ/ק

סקאראמוטשי זעט אויס ווי דער איד וואס כ'האב אים שוין נישט געזען צען יאר, איבער געלאזט האב איך אים א הויך געבויטער פעסטער געשטעל, מיט א פולע שווארצע בארד און דיקע וואנצעס, געטראפן האב איך אים איינגעדארט און איינגעבויגן אין דרייען, מיט א שיטערע ווייסע בארד און א דיקן הויקער.


מיוסד אויף דעם?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 10:37 pm
דורך שפיגליצקי
ניין, נאר שטעלטס נאר צו זיינע תגובות פון פריערדיגן גלגול צום יעצטיגן, סארא חילוק!

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 10:38 pm
דורך סקאראמוטשי
שטומט דאך נישט מיט יענץ

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 10:40 pm
דורך סקאראמוטשי
שפיגליצקי, אין ריעל לייף איז אויך אזוי, אין יעדע גלגול פירט זיך דער מענטש אויף אנדערש ווי אינעם פריערדיגן. איי די נשמה איז דאך די זעלבע? מען שטעלט זיך צו צום ארום... תנהו ענין להכא

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 10:41 pm
דורך מחשב
באם אינו ענין... הא?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 10:43 pm
דורך סקאראמוטשי
נישטא קיין שום ענין צו זיין א באם. נאופ.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 10:47 pm
דורך שפיגליצקי
איך פארשטיי, און איך בין מיט אייך איבער דעם גאנצן ארום אויך, דאך איז מיר דאס היבש סעד און שאקירנד אייך צו זען אין אזא נעבעכדיגן מצב, איי ווי מיר פלעגן זיך מחי' זיין מיט אייער שפרודלדיגער קוואל.

יעצט גיי פארצייל די מעשה פון שלמה המלך.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 01, 2019 10:48 pm
דורך מחשב
יעפ, נאו ווארדס.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 12:56 am
דורך קו הישר
צ/ק
@עושר_וכבוד האקט טרויבן שטרענגלעך.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 7:26 am
דורך כאניש וואס צו טון
@עושר וכבוד וועט קיינמאל נישט זיין קיין הצלה, פאליס, שומרים וכדו'

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 9:12 am
דורך איינס
צ.ק

אז די חברה דא האבן זיך צולאזט מיט אשכולות

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 12:41 pm
דורך שמערלער
צ/ק

איך גיי אט אט גאר בקרוב ממש יעצט ווערן א שר האלף

אין וואסי יעצט ?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 12:42 pm
דורך כאניש וואס צו טון
יעצט ביסטו נאכנישט..

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 2:52 pm
דורך שפיגליצקי
שמערלער האט געשריבן:צ/ק

איך גיי אט אט גאר בקרוב ממש יעצט ווערן א שר האלף

אין וואסי יעצט ?

ברויכט איר ווערן אנגעשטעקט מיט די ניין און ניינציגער סינדראם.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 3:44 pm
דורך מחשב
דערפאר האט ער דאך געשריבן די תגובה...

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 3:48 pm
דורך שמערלער

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 4:56 pm
דורך חמרא טבא
צ"ק אז מיין דיין האט מיר היינט געפסקנ'ט אז מיינע רצועות זענען פסול און כ'דארף איבערלייגן תפילין מיט א ברכה!

מילא ווילעך מעורר זיין די עולם צו אבאכט געבן אויף דעם און מאכן זיכער אז ס'איז בסדר

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 4:58 pm
דורך לכאורה
וואס איז דער פסול? צו שמאל?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 4:59 pm
דורך חמרא טבא
צו אויסגעריבן

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 5:02 pm
דורך לכאורה
פארלוירן די שווארצקייט? איבערפארבן העלפט שוין נישט?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 5:06 pm
דורך חמרא טבא
שוין גרינגער געווען צו טוישן

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 5:41 pm
דורך בראנפן גלעזל
צ\ק
אז דאס איז גאר א גוטע בראנפן... אהההההא! פיינע נייעס!

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 5:50 pm
דורך ארחיקה נדד
בראנפן גלעזל האט געשריבן:צ\ק
אז דאס איז גאר א גוטע בראנפן... אהההההא! פיינע נייעס!


האבן זיי נאך א שארפערס פון 127 פרופ, וואס ברענט גוט אויס די צונג נאכער די האלז

סארא ריכטיגע בורבען