בלאט 432 פון 441

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 3:59 pm
דורך נשמה
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אויב דו רייכערסט א ציגארעטל, האסטו אמאל אריינגעטראכט וואו דיין רויעך גייט?

ווען דו שטייסט נעבן דיין קאר וואס איז יעצט פונקט אין א פרעמדער גאס, אין א פרעמדער שטאט, וואס דו קענסט קוים, רעדנדיג אויפן טעלעפאון און ארויסבלאזנדיג געמיטלעך רויעך פון פארברענטע קעמיקאלן, האסטו געטראכט וואו עס גייט? האסטו געטראכט אז ר' משה וואס זיצט זיך אין זיין הויז צענדליגער פיס אוועק פון דיר גייט פאר די קומענדיגע פאר שעה אטעמען דיין ארויסבלאזנדער רויעך?

דיין רויעך וואס דו בלאזט ארויס פון דיינע לונגען לאזט זיך פירן פון נאטור, עס בלייבט נישט זיצן נאר ארום דיר, נאר עס טרעוולט. עס קריכט. ווער גייט עס יעצט אריינאטעמען, האסט געטראכט? דו מיינסט אז דיין רויעך ווערט בטל ומבוטל ווי נאר דו טרעטס אפ דעם אפגענוצטן ציגארעטל מיט דיין שיך? ידוע תדע אז די גאנצע לופט ארום דיר פאר צענדליגער פיס ווערט יעצט אנגעפעסטעוועטט פאר די קומענדיגע פאר שעה. און דאס גייען יעצט מענטשן אטעמען בהכרח גמור. אזו שטארק פעלט עס אויס?

דיינע לונגען זענען פרישע לינגען וואס השי"ת ברוב רחמיו וחסדיו האט דיך געגעבן ביז דיינע הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט, דיין בני בית אויכעט. יעצט, מוזטו דען רייכערן? וואלט זיך נישט געלוינט אז דו זאלסט הנאה האבן פון געזונט, אנשטאט פון ציגארעטל? איז דען נישט ענדערש הנאה צו האבן פון פרישע ריינע לופט ווי איידער פארפעסטעטע לופט?

מענטשן גייען שפאצירן אין וואלד צווישן די ביימער, איז, אנשטאט ארויסצונעמען דעם ציגארעטל צו אריינאטעמען קעמיקאלן, אטעם אריין לופט גראד פון השי"ת אליין.

והשם הטוב יעזור.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 4:18 pm
דורך קלאָצקאָפּ
;l;p-

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 7:55 am
דורך nmi
לכבוד מיינע הויכגעשעצטע גוישע שכנים. נעכטן האב איך געזעהן ענקערע קינדער גייען אנגעטון מיט דיקע מאנטלעך (ווען ס'איז געווען אין די הויכע 60°s) וואס לכאורה קומט דאס פון די עדזשוקעשען וואס עטס האטס באקומען ווען עטס זענטס געווען אין סקול און איך טוה דאס שטארק ארויפקוקן אז עטס נעמטס גוט קער פון די קינדער.

איך וויל אבער ארויסברענגן א פוינט וואס איך האלט אז ס'איז וויכטיג עטס זאלטס וויסן. אין די לעצטערע יארן האב איך אפט געזעהן אז אין די גאר קאלטע טעג גייען ענק מיט די קינדער אין גאס, אדער ווען זיי קומען אראפ פון באס נאך סקול זענען זיי נישט אינגאנצן אנגעפעלצט און צומאל האלטן זיי די מאנטלען אין די הענט בעת ס'איז 20 דעגרי וואס איז ביטער קאלט פאר א קינד. מיין איך אז ס'וואלט געווען כדאי אז עטס זאלטס נאכנישט אוועק לייגן די דיקע מאנטלעך מיט וואס זיי זענען נעכטן געגאנגן ווייל די ווינטער האט זיך נאכנישט געענדיגט און זיי קענען עס נאך ענדזשויען.

ווי עס שרייבט מיט ליבשאפט א יוד פון ענקער נעיבער-הוד.
All the best

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 11:42 am
דורך נישט פשוט
צק
א סקרו קען מענישט אריין האקן מיט א האמער..

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 2:16 pm
דורך קו הישר
נישט פשוט האט געשריבן:צק
א סקרו קען מענישט אריין האקן מיט א האמער..

;l;p- דאס איז א טייער ווארט. עס קען אסאך צוניץ קומען.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 5:26 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
קו הישר האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:צק
א סקרו קען מענישט אריין האקן מיט א האמער..

;l;p- דאס איז א טייער ווארט. עס קען אסאך צוניץ קומען.

זייער גוט! זייער גוט! אויסטערליש! דאס קען שוין ריפלעיסן די אלטע ווארט: מיין קאפ איז רינדעכיג און וואס דו זאגסט מיר איז פיר עקעדיג.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:49 am
דורך אברהם בן ארי'
צ/ק

דער וואס האט מיר אויפגעהאלטן ביז ממש יעצט מיינענדיג אז ער איז גע'הרג'ט זיס, האט נישט קיין שמץ נשיאות חן אין זיך.

ווער עס קען זאל אים איבערגעבן, שכח.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 4:19 pm
דורך nmi
אויב דיין שערער פאנגט אן צו קאמפלענען אין מיטן דיר שערן אז דיין שעור איז צו גרויס אדער אז ס'האט שוואנצעס מיינט עס עפי'ר אז ער איז דיר שוין אריינגעפארן...

וואס מ'דארף טון נעקסט סטעפ איז אז מ'ברויך זייער אבאכט געבן נישט צו צורירן צום פיאות ביז דו קומסט אן אין שאוער. ווייל אויב די שערער און די ארומיגע זעהן ווי ס'פליט אראפ גאנצעטע שטיקער פיאות איז די בושות (פארן שערער) איום ונורא. אויב האלסטו אז ער האט דיר מיס מסדר געווען אדער אז ער קען (נאכ)נישט שערן, גיי צו צום שמש און זאג עס אים אדער קום דיר אדורך מיט אים פריוואט נאך שבת/יו"ט.

געדענק: מ'האלט מיר פארן יום הדין און מ'ברויך מיר א באנטש זכותים און נישט דאס פארקערטע ר"ל

א גוט שבת

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 5:30 pm
דורך שאינו יודע
וואו פעסטער רב זאגט אז ווען דער דענטיסט זאגט אָאָפּס ווייסט ער אז א ציין איז אינדערויסן

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 23, 2019 3:58 pm
דורך שואל ומשיב
אז ווען די איזרעיליס שרייבן אז ביי א פלאץ/נסיעה וועט זיין כיבוד 'קל' מיינט עס וויפיל דער בחור האט געברענגט פון א''י אין זיין האנט באגאדש (כידוע איז היינט דא טיקעטס פאר פרוטות פון א''י-יוראפ אדער אין יוראפ בתנאי עס איז אן א רענצל) מיינוס די וואג פונעם באגאזש, זיינע תפלין און וועש פאר 2 טעג.

טאמער עס שטייט נאך לשונות ווי 'פינוקים מיוחדים' מיינט עס א געמישעכטץ וואס מייונזתה מרובה מטונאתה ביי א פאקטאר פון 1/10.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 23, 2019 8:24 pm
דורך אברהם בן ארי'
צ/ק

עס איז נישט די געשמאקסטע זאך צו געבן א פאל אריין פון שמחת תורה גלייך אין די ימי המעשה אריין.

ספעציעל די יאר וואס עס איז כמעט נישט געווען קיין ארבעטס טעג די לעצטע פאר וואכן, און די חומר איז צוגעוואוינט צו רואיגקייט..

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 5:15 pm
דורך יש בו
אברהם בן ארי' האט געשריבן:צ/ק

עס איז נישט די געשמאקסטע זאך צו געבן א פאל אריין פון שמחת תורה גלייך אין די ימי המעשה אריין.

מדארף דאך האבן צייט צו זיך צוגרייטן צום פסח,

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 6:43 pm
דורך שפיגליצקי
צ/ק

איך בין דא צוריק.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 7:18 pm
דורך קלאָצקאָפּ
איך אויך.

שלום עליכם!

געשריבן: פרייטאג אוקטובער 25, 2019 1:19 pm
דורך נשמה
אברהם בן ארי' האט געשריבן:צ/ק

עס איז נישט די געשמאקסטע זאך צו געבן א פאל אריין פון שמחת תורה גלייך אין די ימי המעשה אריין.

ספעציעל די יאר וואס עס איז כמעט נישט געווען קיין ארבעטס טעג די לעצטע פאר וואכן, און די חומר איז צוגעוואוינט צו רואיגקייט..

זאג: און דער מענטש האט זיך אביסל אפגעוואוינט פונעם חומר.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 28, 2019 4:38 pm
דורך עכט היימיש
צ/ק
@דערבארמדיגער איז יעצט אין בעסמענט, אין יעדע שטיק צייט פארט ארויף נאך סחורה פון אינטען.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 28, 2019 8:51 pm
דורך דממה דקה
די מאמענט מיט בינגאו







האבן צופיל ניקס דא

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 30, 2019 4:47 pm
דורך ישרן
צ/ק אז די הנהלה קען ארויסשניידן פון א תגובה אין אקטועלע אז עס זאל אויסקומען פונקט פארקערט פון וואס מ'מיינט צו זאגן.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 1:37 pm
דורך farshlufen
צ/ק:
עפעס א רייץ צווישן די גליונות למיניהם ווער עס קען פירקלען גרעסערע נארישקייטן, מאדנע.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:33 pm
דורך קלאָצקאָפּ
צ"ק:
אין מיינע צייטן פלעגט נעמען לאנגע פינף יאר פון די בר מצוה ביז מ'איז אנגעקומען אין שידוכים, די היינטיגע בחורים'לעך מאכן עס טשיק-טשאק!

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2019 2:07 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
צ\ק
פילע ניקס האבן דא גאר באלערנדע און טרעפליכע אונטערשריפטן, עס וואלט געווען פאסיג צו גרינדן אן אשכול - אויב עס איז נאכנישט דא - פון קלוגע טיפע און זיסע אונטערשריפטן, זיי צו האבן בפונדק אחד תחת קורת גג אחד כמונח בקופסא וכו' וכו'.
----
איינער שוין צוגעוויזן אין אישי אשכול החתימות . שכח.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2019 2:13 pm
דורך נישט פשוט
צ"ק און צו די אויבערשטע תגובה, די האסט די פולע ערלויבעניש פון מיר.
אפוס האסט צוגעלייגט

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:03 pm
דורך אברהם בן ארי'
צ/ק

די היץ אין די פאליטישע אשכולות ברעכט פרישע רעקארדס מיט יעדן פארבייגייענדן מינוט, איך דערטראג עס נישט.

אנטשולדיגט די אלע חשובע ניקס, עס איז מיר באמת א חידוש וויאזוי איינער וואס איז אויסדערוועהלט געווארן פונעם אייבירשטען אליין... אפפס, דיסריגארד. גארנישט מיטן אייבירשטען, עס איז מיר א חידוש אז עס איז דא נארמאלע מענטשען וואס זייער שנאה צו אנדערע מענטשען רינט איבער אויף אזא שרעקליכן פארנעם.

און פארוואס? ווייל איך האלט אז יענער גוי איז מער/ווייניגער שגץ..

אנריעל!

נ.ב. איך ערווארט נישט די יעניגע ניקס זאלן האלטן אז עפעס איז ראנג מיט זיי. ווי עס קוקט אויס כאפן זיי אפילו נישט ווי אינטערסאנט עס איז פאר א צוקוקער זייער אויפפירונג.

#זשאסט סעיאינג.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:07 pm
דורך צל עובר
קיינער האט נישט קיין שנאה צו אנדערע ניקס, עכ"פ נישט וואס איך ווייס פון.

מען האט אבער יא מער אדער ווייניגער פיינט, דעם אנדערן'ס גוי.

אז דו וויילסט זעהן נאך אסאך מער היציגע שמועסן, קענסטו ליינען וועגן 2016, און איך גלייב אז עס וועט נאך ווערן מער ווי דעמאלטס.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:09 pm
דורך דערבארומדיג'ער
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:צ"ק:
אין מיינע צייטן פלעגט נעמען לאנגע פינף יאר פון די בר מצוה ביז מ'איז אנגעקומען אין שידוכים, די היינטיגע בחורים'לעך מאכן עס טשיק-טשאק!

ליידער מיין איך אז עס דויערט היינט לענגער ווי אין דיינע צייטן, איך קען עפעס צופיל בחורים העכער די צוויי און צוואנציג.