בלאט 415 פון 2284

געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2019 7:47 pm
דורך farshlufen
פון די "נטילת ידים טעפל" איז נישט פארהאן קיין בילד?

אזוי גרויס ווי די חלה און אויך נאר גענוג פאר איין האנט.

זי"ע

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 9:40 am
דורך קענדי'ס
דא האסטו די נטילת ידים טעפל
https://www.dropbox.com/s/uzf4bcxbyys6h ... A.avi?dl=0

די הייליגע רבי האט נישט גערעד פון בארכע'ס
ער האט גערעד פון עסן א ביסל ווייניגער

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 10:02 am
דורך נו גוט נו שוין
די שמועס איז וואס די בילד רעדט,
נישט פון וואס דער רבי פלעגט רעדן....

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 11:08 am
דורך חמרא טבא
צ"ק סיז שיין צו זעהן א רבי האלט אליינס א שירעם...
photo_2019-06-25_10-34-55.jpg
photo_2019-06-25_10-34-55.jpg (188.19 KiB) געזען 1302 מאל

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 11:27 am
דורך צייט שטיפער
ווי זעהסטו שיינקייט דערין? והדרת פני זקן, זקן זה שקנה חכמה

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 11:36 am
דורך צייט שטיפער
צ"ק
בענקעל ספעלט מען 'בענקל' אן דעם עי"ן
(א נקמה פאר בענק(ע)ל'ס אטאקע דא פאריגע וואך)

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 11:42 am
דורך א גולם
צ"ק
נקמה איז נישט קיין שיינע מידה

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 11:56 am
דורך בראנפן גלעזל
צייט שטיפער האט געשריבן:ווי זעהסטו שיינקייט דערין? והדרת פני זקן, זקן זה שקנה חכמה

די שיינקייט דערפון איז צו זען די פשטות פון א רבי וואס זעט נישט די חיסרון פון האלטן אליין א שירעם..

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 12:00 pm
דורך א גולם
בראנפן גלעזל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:ווי זעהסטו שיינקייט דערין? והדרת פני זקן, זקן זה שקנה חכמה

די שיינקייט דערפון איז צו זען די פשטות פון א רבי וואס זעט נישט די חיסרון פון האלטן אליין א שירעם..


מלך שמחול על כבודו אין כבודו מחול.... ער דארף טאקע נישט זען די חיסרון,, אבער די ארימיגע דארפן זען.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 12:02 pm
דורך בראנפן גלעזל
א גולם האט געשריבן:
בראנפן גלעזל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:ווי זעהסטו שיינקייט דערין? והדרת פני זקן, זקן זה שקנה חכמה

די שיינקייט דערפון איז צו זען די פשטות פון א רבי וואס זעט נישט די חיסרון פון האלטן אליין א שירעם..


מלך שמחול על כבודו אין כבודו מחול.... ער דארף טאקע נישט זען די חיסרון,, אבער די ארימיגע דארפן זען.

טאקע דערפאר האב איך געשריבן אז עס שיין צו זען די פשטות פון א "רבי"...

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 12:05 pm
דורך צייט שטיפער
די אשכול ווי ערווענט איז נישט געמאכט צו ארבעטן אויף די מידות, דא נעמט מען די לענגליכע/רינדיגע, געוואנדן וואס מען האט פון פאראויס פרעסקרייבטירט,

דערמאנט מיר דער וויץ פון ראטנשטרייך,
געווען א אידל וואס איז געווען ביים דאקטאר מיט שרעקליכע פירשט שמערצן, זיצנדיג ביים דאקטאר איז ער נבהל ונשתומם געווארן ביים זעהן דעם דאקטאר אריינברענגן א פיל הלבן, אזוי גרויס באלד ווי דער פיל פון די גמרא, בלי גוזמא אזוי גרויס ווי דער האנטפלאך!
דער איד קוקט דאס אן מיט אויפגעריסטעטע אויגן, היכן יכנס הפשתן הזה?? גאלאנען וואסער וועט מען דאך דארפן ניצן דאס אראפצושלינגען!..

דער דאקטאר איז ארויס א מינוט, דער איד טראכט נישט קיין צוויי, זעצט זיך צו צום ברעטל ווי דער פיל איז געליגן, און טראכט דער דאקטאר מיינט ער וועט מיר ווייזן? איך וועל אים ווייזן!

בפישוט ידיהם ורגליהם נעמט ער זיך אריינשטיפן דעם פיל, עפענט זיך דאס גערגל, אוודאי געפענט פארדעם די אויבערשטע דריי קנעפלע, שנייד אויף דעם קנה מיטן ושט ביינעזאם, און מיט די לעצטע כוחות שלינט אראפ דעם פיל, ויסעו! דער פיל איז אראפ!

די דאקטאר קומט שוין אריין מיט די שיסל וואסער, קוקט זיך אום זוכענדיג דעם פיל, דער איד זיצט זיך מיטן ברייטן שמייכל, און דער דאקטאר רופט אויס: ווי איז דער זייף וואס איך האב געוואלט ווייקן דערמיט דיין פיס??

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 12:21 pm
דורך בענקעל
צייט שטיפער האט געשריבן:צ"ק
בענקעל ספעלט מען 'בענקל' אן דעם עי"ן
(א נקמה פאר בענק(ע)ל'ס אטאקע דא פאריגע וואך)

נקום נקמת ניקי הקנעכל השפוץ.

מ'האט שוין גערעדט און פארבושעט, זיך צופראסקעסט און פארענטפערט און אנגעשולדיגט די באשולדיגטע אין הבענקעלע הקטן שלי מכל הקטנים והספסלים וקטונתי ומכל החסידים והמתנדבים אשר נדב מחוצפה לבם הקניקי אשר היא אחד כמו שכתוב ולא יהיה לך ניקים אחרים עינים להם ולא אזניהם ולא יהרגו בגרונם. זה שמיניקי בעולם הזה ולא אחרים מסוף העולם עד סופו ועד בכלל מראשי ועד פערשטי.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 1:01 pm
דורך נו גוט נו שוין
מחפשים המחפשים בחיפוש אחר חיפוש ונר והבדלה ואבוקה, מי שיואלי בטובו, לברר וללבן את דברי הכסא, הרם ונשא, בלשון צח ומצוחצח, זך ונקי, ברור ויפה,כדי שכל הנקיים יבינו וישמעו את דבריו החוצבים להבות, ויגעו בעומק הלבבות, ויישרו כל עקמומיות, והיה בזה שלום ושלוה והשקט ובטח, מנוחה ושמחה אור לכל היהודים, די באתרא הדין ודי בכל מכל כל, כן יברך אותנו אמן

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 3:27 pm
דורך משה11
אז אין היינט פאר 13 יאר צוריק למספרם האבן זיך איינגעשריבן די גרינדער פון די קרעטשמע!!
א פרייליכן ........

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 3:38 pm
דורך א גולם
געב אהער נאך א גלעזעל, לאמיר מאכן א לחיים לכבודו......

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 3:48 pm
דורך צייט שטיפער
.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 3:53 pm
דורך דממה דקה
צ/ק

נישט יעדער וואס איז קליגער פון דיר איז אן אנטי-וועקסער, בארואיג דיך.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 4:03 pm
דורך בענקעל
נו גוט נו שוין האט געשריבן:מחפשים המחפשים בחיפוש אחר חיפוש ונר והבדלה ואבוקה, מי שיואלי בטובו, לברר וללבן את דברי הכסא

אין קורצן. מ'האט שוין געשמועסט דערוועגן בעפאר און דאס איז עס. טראץ עס איז נישט ריכטיג געשריבן און אומבאקוועם זיך באגעגענען דערמיט יעדע וויילע און טראץ וואס עס איז זייער טאקע אומבאטעמט צו ליינען דא געשרייבאכטסער וואס האבן א שווערע ווערטער אויסלייגונג, וויפיל מאהל מ'האט שוין געבעטן דעמולם מ'זאל פרובירן - דאס מינימאלע געדולד צולייגען, צו שרייבן עטוואס כלל'יש געשטימט עס זאל זיין געשמאק צום ליינען, איז אבער דאס מיין צו-נאמען און איך זוך נישט און האב נישט עפעס אנדערש. טאקע דערפאר צו פראקלאמירן אז די גאנצע געשרייבאכטס דא איז נישט מער ווי א 'פארוויילונג' און נישט דער עיקר אין לעבן. מ'טאר נישט נעמען די גאנצע געשרייבאכטס דא אזוי ערנסט.
So who cares.
כאפ אריין א וואדקע און מאך א געדאטשקע.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 4:05 pm
דורך בענקעל
דממה דקה האט געשריבן:צ/ק

נישט יעדער וואס איז קליגער פון דיר איז אן אנטי-וועקסער, בארואיג דיך.

דו האסט פארגעסן צו צולייגען א דיסקלעימער...

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 4:46 pm
דורך נישט פשוט
ווען איך זאל ווען באקומען דאלער יעדע מאל וואס איינער באזוכט אייוועלט זיייטן באשאף.. וואלט איך געהאט זיבעציג..... מאל דאס פון די בילד.
pIsRis168Z.png
pIsRis168Z.png (685.59 KiB) געזען 1691 מאל


אזוי ווי איך באקום נישט, קען איך האבן די בילד 70 מאל.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 5:02 pm
דורך מחשב
ווי ווייסטו וויפיל האבן באזוכט?

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 10:09 pm
דורך פעיק ניוז
דממה דקה האט געשריבן:צ/ק

נישט יעדער וואס איז קליגער פון דיר איז אן אנטי-וועקסער, בארואיג דיך.

;l;p-

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 12:27 pm
דורך נישט פשוט
מחשב האט געשריבן:ווי ווייסטו וויפיל האבן באזוכט?

מקען נישט וויסן פונקליך אבער ס'איז דא 450.3K באזוכער א חודש.
די אינפא קענסטו זעהן ביי סימעלר סייטס און אנדערע.

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 3:31 pm
דורך צייט שטיפער
צ"ק

די קנאפ אויפן וואש מאשין איז שוין פארדזשאווערט אויפן "ספיד וואש" פונקציע, ווער וויל דען וואשן לאנג וועש?

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 7:30 pm
דורך יש בו
צייט שטיפער האט געשריבן:ווער וויל דען וואשן לאנג וועש?

ווער ס'וויל שטיפן די צייט...