בלאט 411 פון 435

צ/ק

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:35 am
דורך עכט היימיש
עס איז דא אויף אייוועלט א ניק א ילד קטן, וועלעכע האט א מנהג צו שיקן ווילדע און אטאקירענדע אישי'ס, אבער האט נישט קיין אייגענע אישי קעסטל, ממילא קען מען אים נישט ענטפערן, אויף זיינע ילדות.
יוי... איז ער מעכטיג....

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 12:57 pm
דורך ממה נפשך
קענסט עס דווח'ענען...

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 2:21 pm
דורך בענקעל
די קאווע איז געלונגען היינט. עס איז זייער הייס, עס איז בריענד הייס. מ'ברויך זופן שטייטלעך פונעם עק גלאז. דער גרויער רויעך גייט גלייך אויף ארויף גלעטענדיג דאס געזיכט פון די זייטן, א פרישער אראמאנישער ריח גייט ארויף און פארביי פארנעמענדיג אלע דופט חושים.

אַההה...

געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2019 6:16 pm
דורך קלאפער
ווער ס'האט א השפעה אויף די בחורים זאל זיי בעטן ברחמים אז מען זאל אכטונג געבן און נישט אריינשפאצירן אין פארענדע אויטאס!

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 9:44 am
דורך אלד וויליאמסבורג
דער קרייזער רב האט געזאגט ווען ער איז געווען אין די בעדער אז יעצט איז אים פארענטפערט געווארן א קשיא, רש"י אין פרשת נח זאגט אז חמי טבריה איז געבליבן לצורך העולם פון די מבול, לכאורה אויב איז עס צורך העולם פארוואס איז עס נישט געווען מששת ימי בראשית, נאר האט ער געזאגט אז עס וועט קומען א דור וואס וועט פרעגן פארוואס האט דער אייבערשטער געברענגט א מבול אויף דער וועלט און אומגעברענגט די גאנצע וועלט, האט מען אים איבערגעלאזט עטליכע פלעצער ווי מען קען זעהן און פארשטיין פארוואס א מבול איז געקומען.

אויך דא ביין אונז לאזט מען פון צייט צו צייט אזוינע אשכולות מען זאל פארשטיין פארוואס אנדערע זענען געשלאסן געווארן, און פארוואס געוויסע ניקס פארשלאסן געווארן, ודו"ק וד"ל והבן ותן לחכם וגו'

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 9:50 am
דורך בענקעל
:-e;/ אוי מיין וועלטעלע...

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 10:40 am
דורך מאניש בנבנשתי
ישר כח מנהלים פאר'ן פסח'דיג מאכן די ארץ ישראלדיגע אשכולות, און ביטע פאר אלע בחורים און ניקים וואס האבן א שווערן כח המעצר, האלטס די חמץ אינדערויסן, אונזער וועלטל איז שוין פסחדיג, גייטס ביטע אריבער צו היידפארק און עס6 דארטן די חמץ וויפיל אייער הארץ באגערט, לאזט דעס פלאץ זויבער.
א ישר כח נאכאמאל פאר די הנהלה פארן אכט געבן אז די וועלטל זאל נישט פארוואנדעלט ווערן אין א פרישע היידפארק.

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 7:20 pm
דורך פאראינטערסירט
אז אין די ערשטע פינף מינוט נאך די פטירה פונעם סקולענער רבי זי"ע איז געעפנט געווארן זיבן אשכולות לעילוי נשמתו... :wink:

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 7:25 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
פאראינטערסירט האט געשריבן:אז אין די ערשטע פינף מינוט נאך די פטירה פונעם סקולענער רבי זי"ע איז געעפנט געווארן זיבן אשכולות לעילוי נשמתו... :wink:

און איינס ווען ער האט נאך געלעבט

viewtopic.php?f=6&t=39372

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 8:31 pm
דורך קלאָצקאָפּ
בינעך נישט געווען דער איינציגער דאס אפצוכאפן...

image.jpg
image.jpg (124.05 KiB) געזעהן 1428 מאל

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 8:49 pm
דורך It's me
האהא.. ווער נאך? :roll:

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 11:07 pm
דורך shimon7323
צ/ק

ווער עס האט צוזאם געשטעלט דער אשכול איז א מייסטערהאפטיגע קוגל מאכער....

viewtopic.php?f=88&t=39446&start=25

געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2019 11:31 pm
דורך געלעגער
:wink:

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 4:32 pm
דורך הודו להשם

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 11:22 pm
דורך יש בו
גם אני בחלומי
5449F0B6-FC06-43A0-A16B-33C7D84E7865.jpeg
5449F0B6-FC06-43A0-A16B-33C7D84E7865.jpeg (559.91 KiB) געזעהן 1266 מאל

געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2019 11:24 pm
דורך יש בו
זעה איך אז @ בר חכים האט געהאט צווילינג

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 12:15 am
דורך פאראינטערסירט
יש בו האט געשריבן:זעה איך אז @ בר חכים האט געהאט צווילינג

אמביציע אויך...

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 10:45 am
דורך יש בו
פאראינטערסירט האט געשריבן:
יש בו האט געשריבן:זעה איך אז @ בר חכים האט געהאט צווילינג

אמביציע אויך...

אמביציע׳ס איז נישט עדענטיקל

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 11, 2019 2:44 pm
דורך בענקעל
קלאפער האט געשריבן:ווער ס'האט א השפעה אויף די בחורים זאל זיי בעטן ברחמים אז מען זאל אכטונג געבן און נישט אריינשפאצירן אין פארענדע אויטאס!

ווער האט א השפעה אויף דיין פייפער?

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 1:01 am
דורך טשאדעלע באדעלע
די לעצטערע וואכן האבן געוויסע אשכולות דא אויסגעקוקט אווי די יודן העכער די 60 טאנצן האָראַ. האָראַ גייט 3 אהין און 1 צוריק וחוזר חלילה, די אלטע חברה קענען זיך נישט באחלעפשען ביי די היינטיגע חתונות. זיי מאכן 3 אהין און 4 צוריק.. אזוי אויך דא, ווען 3 תגובות קומען גייען 4 אוועק..

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 1:10 am
דורך קלאָצקאָפּ
ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס טשאדעלע גלייכט צו אייוועלט צו א חתונה.

ווייזט אויס אז געוויסע תגובות דא מאכן אים טאנצן...

געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2019 6:55 am
דורך הענדימען
האי עלמא כבי הילולי

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 4:39 am
דורך קלאָצקאָפּ
חושב פארברענגט געשמאק.

נאכדעם העט ער מיר זאגן אז ער האט נישט קיין צייט... :roll:

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 4:40 am
דורך חושב מחשבות...
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:חושב פארברענגט געשמאק.

נאכדעם העט ער מיר זאגן אז ער האט נישט קיין צייט... :roll:

:roll:



איך זוך אנצוקומען צו שר אלפיים...

געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2019 11:00 am
דורך קיקיון
(אויב נישט אין ירושלים)
מיר פלאנען בעזהי"ת דעם מיטוואך זיך ארויסלאזען אויפען וועג צו זיין יום טוב
אין דעם "נחת" הילטאן אין קרית חוצות
וואס טוט מען "סביב לשלחניך"? מיין בעל אכסניא וועט מיר מקנה זיין דעם טיש
אזוי ווי ער וועט מקנה זיין א שטוב אויף בדיקת חמץ נאכט