בלאט 411 פון 2279

געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2019 5:47 pm
דורך שפיגליצקי
צ/ק

איך ווארט נאך אויף די המשך פון דעם וואונדערבארן "הסבר" פון דעם נערוון קריכער וואס די גאנצע - אדער כאטש א האלבע - וועלט שטייט אויף זיינע כ'ווייס נישט וואס.

צ/ק

געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2019 6:55 pm
דורך nmi
אז ס'פאסט נישט פאר א היימישע קאמפעני זיך צו עדווערטייזן אום ספירה מיט מיוזיק. אין מיינע אויגן באטראכט איך עס אין א בחינה ווי א היימישער פון מיין קרייז וואס גליטשט ר"ל. און דאס מאכט מיר נישט מער גיין קויפן ביי אים נאר פינקט דאס פארקערטע. די זעלבע זאך איז אויך ביי זינגערס וואס גיבן ארויס סי-די'ס אדער סינגל'ס מיט מיוזיק אום ספירה. בעת מ'האט זיך אלע יארן צוריק געהאלטן פון הערן מיוזיק אין די ספירה טעג אן קיין שום תריצים מיט היתרים.

כ'מיין מיר נישט גרויס צו האלטן אבער ביי מיר אין שטוב הערט מען מיטאמאל קיין ניגונים אן קיין מיוזיק אום ספירה אפילו ס'ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך אז שירה בפה איז מותר. די דיינו קהילתינו קענען אויך די דין און מיט דעם אלעם זענען זיי ארויסגעקומען אפאר יאר צוריק מיט א שטארקן איסר דערקעגן.

געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2019 8:13 pm
דורך הענדימען
nmi האט געשריבן:כ'מיין מיר נישט גרויס צו האלטן אבער ביי מיר אין שטוב הערט מען מיטאמאל קיין ניגונים אן קיין מיוזיק אום ספירה אפילו ס'ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך אז שירה בפה איז מותר. די דיינו קהילתינו קענען אויך די דין און מיט דעם אלעם זענען זיי ארויסגעקומען אפאר יאר צוריק מיט א שטארקן איסר דערקעגן.

כ'מיין מיך נישט גרויסצוהאלטן אבער ביי אונז עסט מען נאר כשר'ס לויט אונזערע סטאנדארטן...

זאג מיר וויפיל היימישע דיינים פסק'ענען אז "ספירה טעיפס" וואס זענען פראפעסיאנאל געמאכט אין א סטודיא מעג מען הערן ספירה

ווער רעדט צי נאך פון אקאפעלא וואס מ'מאכט נאך די מוזיק מיט'ן מויל און ס'הערט זיך ממש ווי עכטע מוזיק

געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2019 8:23 pm
דורך nmi
הענדימען האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:כ'מיין מיר נישט גרויס צו האלטן אבער ביי מיר אין שטוב הערט מען מיטאמאל קיין ניגונים אן קיין מיוזיק אום ספירה אפילו ס'ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך אז שירה בפה איז מותר. די דיינו קהילתינו קענען אויך די דין און מיט דעם אלעם זענען זיי ארויסגעקומען אפאר יאר צוריק מיט א שטארקן איסר דערקעגן.

כ'מיין מיך נישט גרויסצוהאלטן אבער ביי אונז עסט מען נאר כשר'ס לויט אונזערע סטאנדארטן...

זאג מיר וויפיל היימישע דיינים פסק'ענען אז "ספירה טעיפס" וואס זענען פראפעסיאנאל געמאכט אין א סטודיא מעג מען הערן ספירה

ווער רעדט צי נאך פון אקאפעלא וואס מ'מאכט נאך די מוזיק מיט'ן מויל און ס'הערט זיך ממש ווי עכטע מוזיק

יש פירכא לדבר ואין כאן מקומו.

געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2019 8:34 pm
דורך עפל קאמפאוט
שמעתי ממורה הוראה אז א איסור גמור דערויף איז זיכער נישט בכוחינו לעשות און ער זעהט נישט באמת בכלל קיין איסור דערין.

געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2019 10:32 pm
דורך shimon7323
ביי אונז האט מען געוויסט אז ספירה איז עס אסור , און א גאנץ איז עס אויך אסור נאר דער היתר אויף א גאנץ יאר איז פאר די וואס ליידן פון מרה שחורה, דעפרעסיע וכת דילי. ממילא קען מען מלמד זכות זיין אז די וואס הערן יא ליידען נעבעך.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2019 1:40 pm
דורך שפיגליצקי
צ/ק

איך זוך איינער זאל זאגן פאר מיין ווייב צוויי זאכן:

1) דעם קומענדיגן זונטאג הבעל"ט געפאלט דער הייליגער יו"ט שבועות, זמן מתן תורתינו.

2) אוצר החכמה האט א 50% סעיל יעצט.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2019 2:29 pm
דורך shimon7323
געב ארויס דער נומבער. און מאך זיכער אז די געלט איז עוויליבל און דער אקאונט

געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2019 5:49 pm
דורך נעגלוואסער
מיינע בלומען שימלען שוין

געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2019 6:32 pm
דורך הענדימען
אז נעגלוואסער איז געפערליך אויפגערעגט

געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2019 7:34 pm
דורך נעגלוואסער
הענדימען האט געשריבן:אז נעגלוואסער איז געפערליך אויפגערעגט

יאפס א פיפציגער און גארבידזש איך האב געדארפט קויפן נאך בלומען לכבוד יו"ט נאך אזא מעשה
אי"ה קומענדיגע יאר פארקויף איך אויך בלומען

געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2019 1:15 pm
דורך דממה דקה
צ/ק

מיין בוטשער ווייסט נישט די חילוק צווישן פעטנס און פלייש

געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2019 4:23 pm
דורך ניס קראכער
נאכאמזל כ'האב געהאט א מעיל די ערשטע טאג יו"ט
די צווייטע טאג האט שוין נישט אויסגעפעלט ס'האט במילא גערעגנט...

געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2019 8:57 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
צום קעפל:

זעהנדיג עטליכע אויסצוגן פונעם חתונה היינט אין עפעס א ביהמ״ד אין וויליאמסבורג [שוין פערטיג?] קען איך אייך נאר זאגן איין זאך. ס׳פעלט נישט אויס קיין תקנות. מ׳קען פשוט טאן דאס. הלוואי ווערט דאס איינגעפירט.

געשריבן: מיטוואך יוני 12, 2019 11:18 am
דורך נישט פשוט
צו קאפענס.
אז ווען די ביסט פארדווייקעט ביי הלל און די צווינגסט ארויף צו הערן דיין שטימע מיטן אויסלאזן די לעצטע אזוי אז יעדער זאל הערן...... ווייס איך און די, אז ס'האט מיט דביקות ווי זכר בונדלעך מיט קאווע.

געשריבן: מיטוואך יוני 12, 2019 11:46 am
דורך א נייער
נישט פשוט האט געשריבן:צו קאפענס.
אז ווען די ביסט פארדווייקעט ביי הלל און די צווינגסט ארויף צו הערן דיין שטימע מיטן אויסלאזן די לעצטע אזוי אז יעדער זאל הערן...... ווייס איך און די, אז ס'האט מיט דביקות ווי זכר בונדלעך מיט קאווע.

wow, עס איז שוין צוויי טעג נאך יום טוב, קודאס פאר @נישט פשוט זיך איינצוהאלטן אזוי לאנג.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 8:42 pm
דורך כשרע טעלעפאן
דער עולם איז זייער פריש היינט דא ביינונז אין די מוסדות.. איך מיין צו זאגן אויפן וועלטל, זה בכה וזה בכה, דער מיטן ברסלבר חתונה און יענער מיטן רעלידזשעס עקזעמפשאן געזעץ וואס איז אקארשט אדורך די הויכע פענסטער, א פיפטער דאגה'ט זיך גאר וועגן איבאלע ווירוס רח"ל, אקיצור מען שלאפט נישט

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 8:46 pm
דורך מחשב
כ'האב שוין געגעבן פאר דיין פושקע צופרי ביי שחרית, און אודאי אויך נעכטן ביי מעריב, און נאך פריער ביי מנחה. און נישט נאר פאר דיר, נאר אויך פאר דיין חבר מיט די זעלבע פושקע, נישט נאר נעכטן און היינט, נאר טאג נאך טאג, וואך נאך וואך.

און זיי מיר מוחל, דיין פושקע'לע איז נישט ביי מיר אויף פעיראלל.

כ'וויל חלילה נישט מזלזל זיין אין די פושקע גייער'ס, און נישט אין די וואס זענען מקיים מצות צדקה יעדן טאג מיט א פרישקייט, היינט האסטו מיר נאר אביסל נערוועז געמאכט. סארי.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 8:59 pm
דורך דממה דקה
נתן תתן אפילו מאה פעמים

ואל ירא לבבך בתתך לו

געשריבן: דאנערשטאג יוני 13, 2019 11:46 pm
דורך פעטער שמואל
דממה דקה האט געשריבן:נתן תתן אפילו מאה פעמים

ואל ירא לבבך בתתך לו

דאס איז נאר פאר אן עני הגון.
רוב זעקלעך זענען פאר מוסדות ווי באר שבע אדער עזר בחורים וכדומה.

געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2019 4:49 pm
דורך דממה דקה
צ/ק

אז מען קען דיר נישט ענטפערן אין אישי דאן שיק מיר נישט מיר פראגעס און טענות אין אישי.

געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2019 5:11 pm
דורך shimon7323
אויף אזא פאל ענטפער ברבים

געשריבן: זונטאג יוני 16, 2019 1:21 am
דורך דממה דקה
אמאל האט מהדרין געהאט וואלאווע הכשר, האט געמאכט סענס די מוסד פארלאנג אז מען זאל ברענגן אין חדר נאר התאחדות מיט וואלאווע, באט יעצט אז די חדר נעמט אריין מאגרוב'ער הכשר, פארוואס קען די קינדער נאר ברענגן התאחדות מיט וואלאווע?

געשריבן: זונטאג יוני 16, 2019 8:37 am
דורך יוראפ
זיי נעמען אריין אסאך מער שוואכערע הכשרים...

געשריבן: זונטאג יוני 16, 2019 10:42 am
דורך nmi
יוראפ האט געשריבן:זיי נעמען אריין אסאך מער שוואכערע הכשרים...

פון וועליכע מוסד רעדט מען? (אויב מ'קען נישט שרייבן ביטע שיק אין אישי).