יוי איז קאלט...!!!

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

יוי איז קאלט...!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

בזזזזזזזזזזזזזזז... איז קאלט, ס׳איז ממש דא לדא לאקשן

צו האט מען בכלל געוואוסט אז ס׳גייט זיין אזא קעלט היינט?
יוי, די וועג פון מיין הויז ביזן בעסמעדרעש היינט זעקסע פארטאג
כ׳האב אזוי געוואלט צוריק אריינגיין אין בעט זיך איינקוטשען אונטער די דאכענע

און דו ווייסט וואס ס׳האט מיך נאך די מערסטע אויפגערעגט?
איך זעץ מעך אזוי אראפ אויף די מקוה באנק און איך בין נייגעריג צו הערן וויפיל די דעגרי טוט גרייכן יעצט
רוף איך אן מיין אמאהליגער אקיופייער, Tell Me
און מיט זיין באקאנטן ניגון הייבטער מיר אן דרייען דעם קאפ:
say the city and state or enter the zip code
לייגעך אריין
11211
הערסט, כ׳האמעך גערישט ער גייט זאגן א נומבער צווישן 0 און 10
אבער צו מיין באדויער נעמטער זיך זאגן ווי פאלגענד
Brookly, NY - say stop ... at 6:09 am, it's 33 degrees with a soft wind

קען מיר איינער מסביר זיין פון וואספארא 33 דער חכם האט גערעדט???

שוין אלענספאל, כ׳האב אים צום סוף מוחל געווען
אבער נאכאמאל זאלער עס נישט טאהן!
חשמל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 6:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חשמל »

כאניש געוויסט אז טעללמי לעבט נאך
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

סיז דא די "עקטשועל דעגרי" און ס'דא די "ריעל פיעל טעמפעטשור"
נעכטן שפעט ביינאכט איז די "ריעל פיעל טעמפעטשור" געווען 2!!! איך האב געדארפט פארקן מיין קאר צוויי גאסן אוועק פון מיין האזקע און געלאפן אהיים מיט די נשמה אין די הענט , סי געווען שרעקליך!!
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

מהאט שוין געהערט אזאנס, נעכטען האט מען זיך שוין געקויפט א שאל לכבוד דעם וועטער, ווי אויך זיך פארמאכט דעם אויבערשטען קנעפל, אין "טו בי אן די סעיף סייט" זיך אריינגעלייגט איין הענט אין די צווייטע ארבעל, זיך אריינגעקוועטשט די היט אויפן קאפ אז די ווינט זאל עס נישט פארכאפען, דאן האב מיר געמיטלעך געשפרייזט די גאנצע לי עוו. שטראססע
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
חשמל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 6:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חשמל »

אה.. הייסט די ביסט דאס געווען דארט ביי ליי יוס..?
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

חשמל האט געשריבן:אה.. הייסט די ביסט דאס געווען דארט ביי ליי יוס..?

ביי לי יוס בין איך, נישט ער
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שוין דא עפעס אזא אשכול

שיין שיין פ"ש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
pianist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:07 pm
לאקאציע: ביים פיאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pianist »

ים רויבער האט געשריבן:זיך אריינגעקוועטשט די היט אויפן קאפ אז די ווינט זאל עס נישט פארכאפען,


האנדל דיך איין א קוטשמע, און פארשטייצעך גיי דערמיט, אויס מיט די פראבלעם.

יא, מ'וועט לאכן פון דיר פאר די ערשטע שטיק צייט, אבער נאך אלעם וועסטע זיין פיין ווארעם, און בלייבן מיט א שיינע היט פאר בעסערע וועטערס.
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

פיאניסט, מיט דיר העלעכמער נישט קרוגן, שוין גענוג געווען
פון מיר אויס קענסטער גיין קויפן א קוטשמע רייד די וועי, אבער מיך לאז צורוה, ס׳איז נישט פורים היינט
אוועטאר
pianist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 10:07 pm
לאקאציע: ביים פיאנע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pianist »

מר. פאטאשטפ, די ווייסט ווען איך האב באשלאסן צו קויפן א קוטשמע ? ווען איך האב דיר געזעהן נאכלויפן דיין היט אויף לי קאר. הויז סט. אזויווי די פלעגסט נאכלויפן די מאנרא באס אין ישיבה....(א לענגערע ארטיקעל וועט נאכפאלגן בל"נ אי"ה)
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

ס׳וועט אונז סייווי נישט העלפן, ביז משיח׳ס טאג וועלן מיר נאכלויפן אונזערע הוטן אויף די גאסן
איך וואלט נאר געוואלט האבן א בילד דערפון, געראדע די לעצטע מאל וואס מיין הוט איז געפלויגן האבעך געשריגן נישמער און נישווייניגער ווי ׳כאפצעם׳
און וואס מיינט איר, ס׳האט געהאלפן, א האר האט געפעהלט אז ער זאל איבערגעטרויטן ווערן דורך א פארבייפארעדיגן וויהיקעל
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

נעכטן בשעת מיין היט איז געפלויגען שרייט א יוד "קויף א קוטשמע וועט עס נישט פליען"

וואס מיינסטו, איך האב אים געלאכט אן פנים
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מעגסט שוין וויסן וואס כ'ווייס שוין לאנג...
א היט לויפט מען נישט נאך, לאז עס פליען ביז עס וועט לאנדן ערגעץ פון זיך אליינס, ס'שאד פאר די כוחות....
בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדיעבד »

יו ציטער איך נאך פון די פרעסט'ן... צו מיין שלימזל האב איך פונקט נעכטן געהאט א חתונה פון א שכן מיינע, כ'האב געדארפט צו וואקען גאנצע 6 גאסען אנצוקומען צום חתונה זאל,א גאנצע מגילה קען איך אפשרייבן, וואס איך האב אלטס מיטגעמאכט אין די קורצע וועג וואס האט אויסגעזעהן לענגער פון לאנג, ס'האט זיך מיר געדאכט אז איך וואק שוין יארען... כ'האב זיכער געמיינט אז כ'האב שוין געפעסט סיביר... איך האב עטליכע מאל אינמיטן געמיינט אז דאס איז עס מיט מיר, אבער זייער אינטערעסאנט, מיין היט איז קיינמאל נישט געפלויגען!
אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. קליען »

יעצט באמערקט די אשכול,פונקט געשריבן וועגן קוטשמע, פאני
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

מר. קליען, די ביסט עפעס אקעגן דעם ספעיס לאזן צווישן די ווערטער... שוין לאנג באמערקט
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

ס'האט מיט די פונעם ווערטער אשכול
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. קליען »

פארגעסן
צו
זאגן
די
ארטיקל
איז

אייזן! נאדיר
;l;p-
;l;p- ;l;p-
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

אה... דאס הייסט געלאזט ספעיס
אבער נישט פשוט, נאר כשיעור חזון איש :lol:
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7783
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מר. פאטאשאפ האט געשריבן:אה... דאס הייסט געלאזט ספעיס
אבער נישט פשוט, נאר כשיעור חזון איש :lol:
קודם כל, זאגט מען שוין היינט ״כשיעור חזון אישה״...

נאכדעם כל, א זיסליכער אשכול, ווען די לעפצן העטן נישט געוועזן פארטרוקענט פונעם קאלטן ווינטער, העטעך ווען אויך געלאכט...

טענקס
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3283
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. פאטאשאפ »

יאפס, א שיינער וועטער געווען דעם פרייטאג און שבת
ממש 2 טאג נאך אזא געפרוירענער מיטוואך
אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלגלשלג »

יאפ קים איך יעצט פון א שפאציר סע געשמאק געווען
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן
נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר נייעס »

איך מיין אז די שיינע וועטער יעצט
קומט נאך די אשכל פון מר פאטאשאפ

ווי עס קומט אויס האבן זיי זיך דערשראקען פון הקפדה
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
[email protected]
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

מיינע הענט זענען שוין פארפרוירען פין אזויפיל דריקען.
tell.me.something
שר האלף
תגובות: 1250
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2010 11:43 am
לאקאציע: אין די קנא נייעס אפיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tell.me.something »

חשמל האט געשריבן:כאניש געוויסט אז טעללמי לעבט נאך

איך לעב און לאך. קראכן זאלן די שונאים...
In the end everything will be ok. if its not ok, its not the end!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”