בלאט 1 פון 2

פארזעצונג:לאמיר באקן צוזאמען (בראוקען טעלעפאן)

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2011 9:41 pm
דורך מר. קליען
אמאל איז געווען א דארפסמאן מיטן נאמען ר' משה,

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2011 11:23 pm
דורך שנאפס
ער האט פארמאגט א קוה

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2011 11:29 pm
דורך תרנגול
ווי אויך האט ער פארמאגט אן אייזל

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2011 11:30 pm
דורך שמערי בערי
און איין צופרי איז ער געגאנגען

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2011 11:33 pm
דורך מוישע_יאכעס
און געגאנגען און געגאנגען און געגאנגען

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2011 11:34 pm
דורך תרנגול
ביז ער איז אנגעקומען קיין

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2011 11:37 pm
דורך שנאפס
אויבערווישעווע מיט זיין אייזל ווי ער האט געפלאנט צו פארקויפן די מילך פון זיין קוה

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2011 11:38 pm
דורך שטארק זיך
וואס פלעג קיינמאל נישט ארבעטן אום חוה״מ, אפילו ווען ר׳ משה פלעג זיך איינטענה׳נען מיט איר אז עס איז א דבר האבד, טענו את בעירכם, נישט געווען מיט וועמען צו רעדן, די קוה לאזט זיך נישט אויסמעלקן.

ויהי היום, אין א בלאסען דינסטאג אין הערבסט איז ביים פריץ הערר יאהאן קאבאלאצקי, וועמען מען האט אין דארף גערופן מיט׳ן פארקירצערטן ניק, הערר קאבא, קראנק געווארן א טאכטער, נישט סתם א טאכטער נאר זיין בת יחידה׳לה.

אין אן אויגנבליק איז אנגעקומען דער דארפישער פעלדזשער, און באשטעטיגט אז די איינציגע רפואה פאר די פאני איז ווארעם גלעזל פרישע קיהן מילך.

און וואו טרעפט מען קיהן מילך אין א דארף וואו עס איז נאר פארהאן ציגן?


...
העי לאזט אויסרעדן...

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2011 11:40 pm
דורך מוישע_יאכעס
האט הער קאבא ארויסגעשיקט שליחים און די גאנצע מדינה

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2011 11:41 pm
דורך תרנגול
ער האט נישט געשוינט קיין מיה און פלאג

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2011 11:50 pm
דורך בעל תוקע
ביז ס'איז עים בייגעפאלען אז דער פויער יאהאן סאבאטערניש, איז נישט מער ווי א קוה,

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2011 11:56 pm
דורך שטארק זיך
אבער קיין מילך האט ער פארט נישט ארויסגעגעבן, נו מוז מען ווייטער זוכן.

ביז נאך עטליכע טעג קלעטערן איבער וועגן אין שטעגן הערען די שלוחים א פרייליך געזאנג וואס וואס קומט ארויס פון עפעס א קלייניקע איינגעפאלענע כאטקע.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 20, 2011 12:00 am
דורך שטארק זיך
זייענדיג אויסגעמוטשעט פון לאנגן וועג האבן זיי באשלאסן אנצוקלאפן ביים אריינגאנג פון די מאדנע כאטקע, וואס איז נישט געווען עפעס אנדערש ווי אונזער ר׳ משה׳ס סוכה.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 20, 2011 12:10 am
דורך אב זקן
וואס זיי האבן אנדעקט אין די סוכה האט יעדעם שאקירט.
לאמיר זיי איבערלאזן און אריבער גיין צום סולטאן אין פאלאץ.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 20, 2011 12:27 am
דורך מוישע_יאכעס
ביי ר' משה אינדערהיים טוצעך אויף טישען און אויף בענק, סישוין באלד חנוכה, און ר' משה האט נאכאלץ ניש צונומען זיין סוכה, זיין ווייב שרה האלטעס נישויס, זי האט שוין פראבירט מיט גוטן און מיט בייזן, און פלוצלינג קלאפט מען און טיר

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 20, 2011 12:31 am
דורך שטארק זיך
ר׳ משה האלט אינמיטן איינטאנען מיטן ווייב אז חול המועד דארף נאך די סוכה שטיין... זי טטאנעט אבער אז די סוכה שטייט נאך פון פאריארן, און עס מוז נעמען אן עק...

ר׳משה לויפט צום טיר- ״ ווער איז דארט?״

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 20, 2011 1:26 am
דורך פינטעל

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 20, 2011 1:34 am
דורך פייוול הנקרא 5'איש
נאכן זיך טענה'ן גייט ער צים טיהר מיט געמאסטענע טריט, אין פרעגט האא איס האאא איס... ווער איז דארט..

אבער צים ערשטוינונג קיינער ענפערט נישט.....

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 20, 2011 6:43 am
דורך מוישע_יאכעס
מיט גרויס שרעק עפענט ער אויף א קליינע שפאלט און די טיר, ער בליקט ארויס אבער אויסער זיין סוכה זעהט ער גארניש, ער עפענט אויף די טיר אביסקעלע ברייטער, און פלוצלינג

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 20, 2011 9:43 am
דורך מר. קליען
ער גלייבט נישט וואס ער זעהט!

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 20, 2011 9:53 am
דורך פייוול הנקרא 5'איש
אין ער פיעלט ווי ער ווערט מאכטלאז

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 20, 2011 1:53 pm
דורך תרנגול
"שרה!" שרייט ער אויס צו זיין אשת חיל, "לויף שנעל אהער, גיב א קוק וואס גייט דא פאר!"
שרה קומט צו לויפן פארסאפעט

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 20, 2011 2:14 pm
דורך מר. קליען
וואס? האסט צונומען די סוכה ענדליך?!!!!!!! פרעגט שרה

ניין ניין! געב א קוק דא!!!!!ענפערט ער ווי מיט נישט זיין שטומע

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 20, 2011 2:32 pm
דורך i follow
שרה ווערט פארלוירן שוין צוויי יאר וואס זי זיכט עס פון ווי איז עס יעצט אפירגעקימען ווי איז עס געווען ווען זי האט עס אזוי שטארק געדארפט

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 20, 2011 2:35 pm
דורך מר. קליען
?