ווערייזאן טראק ביי ליע ראדני (קאנספעראציע)

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

ווערייזאן טראק ביי ליע ראדני (קאנספעראציע)

תגובהדורך ים רויבער » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 12:29 am

א גרויסע טייל וויליאמסבורגע איינוואוינער מער ספעציפיש די וואס וואוינען אין די (געוועזענע) הארץ פון וויליאמסבורג ווי אויך די וואס פארן דורך רעגעלמעסיג די ליע עוו. גאס האבן זיך ווארשיינליך שוין אנגעשטויסן אין דעם ווערייזען טרעקל וואס שטייט שוין די לעצטע צוויי וואכן ביי לי קאר. ראדני אזוי אראפגעשטעלט אינמיטען די גאס ווי כאילו ער איז דארט סטאוק געווארן אין אזוי שטייט ער דארט נעבן אן אפענעם מען האול מיט א פייפ אריין אין די ערד אין צומאל לאזט זיך אן ארבייטער אריין אין די ערד א בליק טוהן צו אלעס איז כשורה אין אזוי גייט עס שוין אן צוויי וואכן ווען דאס טרעקל רירט זיך נישט אוועק פון דארט טווענטי פאר סעווען אין צומאל איז דארט דא צוויי טרעקלעך אין יעצט מוצש"ק איז אפי' דארט דא א דריטע

נו לכאורה איז דאך אלעס בסדר אבער דא קומען אריין אין בילד די קאנספעראציע ליבהאבער נעמליך אז די גאנצע מעשה איז זייער פארדעכטיגט צוליב צענדליגער טעמים קודם כל רוב צייט קלאצן זיי אוועק אין בכלל וואס טוהען זיי דארט גאנצע צוויי וואכן אין א צי אנגעבליך דארפען זיי פארעכטען די ווייערס דארט אינטען אין די אדמה (הגם קיינער באקלאגט זיך נישט אין די געגנט צו האבן א פראבלעם מיט די טעלעפאון ליניע) אבער מ'האט זיי קיינמאל נישט געזעהן מיט קיין קעיבעלס וכדומה, אויף די אנפראגע פון אן אנוועהזענדען וואס זיי טוהען דארט אזוי לאנג האט איין ארבייטער גענטפערט א באבע תירוץ אז זיי דארפען אפווישן זעקס טויזענט ווייערס וואס זענען נאס געווארן, א קיצור די גאנצע מעשה איז מאדנע דארט ממילא טענה'ען זיי אז דאס איז באמת בכלל נישט ווערייזען נאר גאר עפעס אנדערש

יעצט איז די שאלה וואס דען איז עס יא?
דא ווערט שוין א מחלוקת הפוסקים, היינט צופרי אין מקוה איז דאס געווען די מדובר, עטליכע מער פון די עלטערע דור האבן גע'טענה'ט אז דאס זענען טעראריסטען וואס ווילן אויפרייסן א באמבע אינטער'ן סאטמארע ביהמ"ד אין סאמע מיטען ווען דער עולם עסט די שלש סעודות בילקע אינטען אין בעיסמענט וד"ל אין אזוי פארוואנדלען די אטאקע אין א כעמישע צו גאר א ביילאגישע באמבע השם ישמרנו
די מער רעאליסטישע האבן גע'טענה'ט אז פונקט קאפויער די זענען גאר פון די קאננטער טעראריזם חברה וואס האלטען אן אויג פאר'ן בעפאר שטייענדיגן ניין עלעווען
אבער רוב עולם האט געהאלטן אז דאס זענען די עף. בי. איי., וואס פונקטליך זיי ווילן איז דא עטליכע שפעקעלאציעס א טייל זאגן אז זיי האלטן אן אויג אויף די פלייש געשעפט ווידער א טייל זאגן אז די מערסטע מסתבר איז אז זיי מיינען דעם גרויסען "באנדא'ס סופערמארקעט" וואס לויט אלע סימנים קומען דארט פאר שווארצע געשעפטן, אבער אין א שמעס וואס די שרייבער פון די שורות האט היינט נאכט געהאט מיט ר' משה באנדא די לאנגיאריגער מענעדזשער פונעם סופערמארקעט האט ער מיר געזאגט אז אים מיינט מען זיכער נישט אין אויף די שאלה דען וועם מיינען זיי יא האט ער מיר גענטפעררט אז ער איז מסופק צו זיי מיינען פארקאש זילבער סטאר ובעיקר ווילן זיי וויסן מער איבער דער אייראפעישער סוחר וואס איז "וויליג צו צאלן פאר אייער זילבער", אבער צום סוף זאגט ער מיר אז לכאורה זענען זיי בסך הכל דא אויף א אויסשפיר אקציע פרובירענדיג געוואר צו ווערן איינמאל פאר אלאמאל וואס ס'טוט זיך אינטער די קוליסן פון די מיסטאריעזע "זעלדע'ס געשעפט
יעצט ווארטען מיר אויף א לענגערע באריכט פון די ק.נ.א. שפיאנאזש אגענטור
נ.ב. שפעקולאציעס אין קאנספעראציעס זענען וועלקאום
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 12:38 am

הא הא הא הא!!!!!
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 12:45 am

וואויל רויבער, וואויל

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 1:12 am

ווער דענקט נאך דעם טעלעפאון טראק ביי 130 קליימער?
נאט אייך א גרינע...


איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

תגובהדורך איך וויל פארשטיין » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 1:26 am

רויבער מען דארף נאכקוקן צו ביי די ווערייזען סטרייק האט זיך עפעס דערקענט דארט.....

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 1:29 am

פיין געזאגט וואויל געזאגט, איך האב עטליכע מאל אויסגעפלאצט אינמיטן ליינען.
------------------

אז מ'רעדט שוין דערפון, איז אינטערעסאנט צו אנמערקן א אמת'דיגע קאנספעראציע צווישן די ווענט פון בעל בית, אדרבה ליינט און האט הנאה.

איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

תגובהדורך איך וויל פארשטיין » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 1:31 am

אגב יענע בלאק שפילט א גרויסע ראלע אין אלט ווימסב"ג'ס עקענאמיע,
פארקאש, זעלדא, באנדאס, לאנדא'ס לינען, ווידער שטריימלעך וכו'
זאל השי"ת האלטן די רעכטע האנט

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 9:20 am

זייער גוט..דו רויבער איינער..וויאזוי קומסטו אויף אויף אלע מיינע חששות און השערות אזוי שנעל?
ביסט געפערליך! איך הייב שוין באלד אן צו פארדעכטיגן אז דו ביסט געשיקט געווארן פון זיי, אויסצוגעפינען וואס די איי וועלט אידן ווייסן וועגן זעלדא'ס געשעפט...
לכאורה נעמט זיי א פאר טאג - פאר יעדן ריס עקסטער - אין זיין מאנטל, צו כאפן א בליק אינווייניג, מיט די שפאקטיוון און כאפן פארטאגראפיעס פון יעדן רענצל און שמוצל דארט..

דער ריינער אמת אבער - פאר'ן צוועק אויף וואס די געהיימע ווערייזן אגענטן, האבן זיך סטאנציאנירט דארט, איז ווי די וויליאמסבורגער הינטערגרונט האט שוין לאנג דערשפירט, צוליב די גרויסע צאל פארדעכטיגטע זעקלעך און פעקלעך, "חפצים חשודים" וואס הענגען אין דעם לינקן אריינגאנג פון ראדני - אויף די הענגערס, און די האקס..צופיהל טעלעפאן רופן און ראדאר אויפכאפונגען, האבן אופגעוועקט די אינטעלידזשענס אגענטורן, איינמאל פאר אלעמאל צו דערגיין די אורזאך דערפון ...און וואס עס געפינט זיך אין די פעקלעך..

פון אייניגע פעקלעך, זאגן זיי, גייט אפ' ארויס ריחות פון אויפרייס מאטריאל, אויך זענען דא אזעלכע וואס זענען פארדעכטיגט צו זיין געמאכט פון היים-פראדוקטן, ווי הויזנס, זאקן, אדער סתם מילכיגע פראדוקטן..בעיקר האבן זיי מורא, פאר יאגורט מיט לעבענ'ס..

דעריבער איז מען חושש, אז זיי שיקן יעדן טאג אריין אין ביהמ"ד אן אנדערען פארשטעלטן משולח, אויסצוטשעקן א בעג, א בייטל, און אפ' א אלטע מאנטל, וואס ליגט דארט צו לאנג, וואס קען אנדייטן אז עס איז בכוונה איבערגעלאזט געווארן מיט בייזע צילן...אבער זיי בארוהיגן די נערוועזע 7:00 אזייגער מתפללים, וואס רעדן זיך אפ, אז דו משולחים פיצן אפ מיט די דאלארן, און גיבן נישט צוריק די 75 סענט - אז מיט געציילטע מאנאטן וועלן זיי ענדיגן בודק זיין אלע בעגס, און שאכטלען..און עווענטועל, ליידיג מאכן אלע ליידיגע לאקערס, פון די אנגעזאמלטע מיסט און זייפיגע איבערבלייבעכצער..
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 12:24 pm

דא האט איר א בילד פון די פארדעכטיגטע טרעקלעך
צוגעלייגטע
2-1.jpg
מערקט די טענט וואס זיי האבען אויפגעשטעלט וואס דארט טוהן זיי אפ אלע זייערע מעשים ווייט פון יעדע אויג
1-1.jpg
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 12:42 pm

ים רויבער, זאגסט גאנץ גוט, קרוב לאמת.

אבער איך מיין די ריכטיגע אורזאך דערפון איז נאך א רינגעלע אינעם וועלטבארימטן "ירוד ירדנו" מבצע (באקאנט פונעם זמר השגור בפי הילדים "...... האט א מבצע! .... האט א מבצע!")

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 12:44 pm

ס'איז קלאר אז ס'האט צו טוהן מיט דעם וואס ס'שטייט אין בעל הבית, וועגן די אינטערנעט.

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 1:01 pm

פרעגסט צו די זאגסט?

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 5:19 pm

ס'האט לכאורה א שטארקע שייכות מיט דעס
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאבערקא
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 21, 2011 1:40 pm
לאקאציע: כ'וויל זיין אויף איי וועלט

תגובהדורך מאבערקא » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 5:42 pm

זאג די מאכסט פורים פין אינז???????????? שוועמעל
ס'האט לכאורה א שטארקע שייכות מיט דעס
די ווייסט אפשר פשט אין מיין נאמען ? איך נישט

עף.בי.איי.

תגובהדורך עף.בי.איי. » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 6:21 pm

כ'האב היינט מברר געווען אז עס האט צוטוהן מיט פייבער אפטיק קעיבלס און היות ס'איז א טרייעל, דהיינו זיי פרובירן עס אויס דעריבער קענען זיי נאכנישט ארויסגעבן דעטאלן.

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 6:25 pm

עף.בי.איי. האט געשריבן:כ'האב היינט מברר געווען אז עס האט צוטוהן מיט פייבער אפטיק קעיבלס און היות ס'איז א טרייעל, דהיינו זיי פרובירן עס אויס דעריבער קענען זיי נאכנישט ארויסגעבן דעטאלן.


יא יא, די עף בי איי האבן געהערט אז אויף איי וועלט איז מען געוואר געווארן נאך וועמען זיי לאקערען דארטן, האבן זיי ארויף געשיקט זייער שרייבער צו פארדרייען א קאפ

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 9:59 pm

די מצב ווערט נאר מער אין מער פארדעכטיגט, יעצט ביינאכט האט א גרעסערע עולם זיך גענומען אריין בליקען אינעם טרעקל בצר להם האבן זיי הערמאטיש פארדעקט די ווינדשיעלד אז מ-זאל נישט קענען זעהן וואס זיי טוהען
צוגעלייגטע
3.jpg
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » זונטאג סעפטעמבער 11, 2011 10:05 pm

א פארדעכטיגטע קאר איז אויך היינט געזען געווארן אויפן ארט, מבעט ווער סהאט מער אינפאו זאל איבערגעבן פאר די עסקנים
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

תגובהדורך מר. קליען » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 12:05 am

רויבער נאדיר ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך מיין אז מען בויט אונטען נאך א שטאק פאר א נייע שטעטל
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?

אוועטאר
ארט און מוזיק
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 10, 2011 9:28 pm
לאקאציע: טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן

תגובהדורך ארט און מוזיק » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 12:09 am

מר. קליען האט געשריבן:רויבער נאדיר ;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך מיין אז מען בויט אונטען נאך א שטאק פאר א נייע שטעטל

הרחיבי coming soon!
איך מיין אז גרעפיקס און מוזיק זענען פירסט קאזענס...

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 12:18 pm

נעכטען ביינאכט אהיים גייענדיג נאך מעריב האב איך אנגעטראפען איינע פון די ווערייזען "ארבייטער" אינמיטן זיך אפרוען פון די שווערע ארבייט, יענער גראדע א שווארצער האט אויסגעקוקט היפש אויפגעלייגט ווי אויך גאנץ לאנגווייליג האב איך אזוי פראבירט צו כאפן א שטיקעל שמועס מיט אים על דא ועל הא, אזוי שמועסנדיג פרעג איך וואס איז טאקע פשט פון דא זיצן די לעצטע צוויי וואכן? אבער ער והוא באחד ער האלט זיך ביי דאס זייניגע אין ער קייט מיר ווייטער איבער אז זיי טוען פשוט פארעכטען די ווייערס
האב איך געטראכט אז איך גיי אים דריקען צו דו וואנט אין פרעגן אפען אין גראב פאר וועם שפיאנירסטו?
געט ער מיר א ענטפער על פי לשונו: "איי זשאסט וואנט טאו לאאק אבאוט די פייט ביטווין די טו בראדערס. האו איז אהעד נאו האו איז ליעדינג נאו? הא? יעצט גיי לערן מיט א גוי ברטנורא
ביים סוף פון די שמועס ווען איך האב אים נאכאמאל משוגע געמאכט וואס זיי טוהען דארט האט ער מיר געלאזט אריינגיין אין זייער געהיימע שאטער, ער האט מיר אפי' גאפפערט אראפ צו קריכען אין די אדמה אבער איך האב נישט געהאט די גאוטס האב איך מיר געמוזט באגענוגען מיט אריין בליקן אין לכל היותר מיט כאפן א בילד, פארשטייט זיך אז איך האב עניוועי גארנישט געקענט זעהן אויסער ווייערס

בייגעלייט א בילד פונעם גרוב
צוגעלייגטע
4.jpg
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 1:08 pm

דאס איז שוין אן אלטע זאך, די עף בי איי אדער וועלכע אגענטור האט שוין פאר יאהרן לאנג געשטעלט א צענטער "ראדני סטריט" פאר זייערע אקטיוויטעטן, און ווי טשיקאווע עס הערט זיך שפעקולירט מען שוין היינט צו די עף בי איי שפיאנירט מעגליך אויף די "זעלדע" געשעפט, בשעת ווען דארט איז די סאמע צענטער פאר די אקטיוויטעטן און שוין פאר יאהרן צוריק איז מען געקומען צו די באשטומטע מיינונג אז דער "נזיר" איז איינגעפלאנצן געווארן ביי זעלדא דורך קיין אנדערער נאר דורך די אינטעליגאנץ אגענטורן.

יעצט ציה איך די קאנספיראציע ווייטער אז מתחלה איז דאס געווען ארויס צו פירן סכי רייך פון ביזנעס....
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 1:13 pm

די לאנדא קישען געשעפט האט אויך עפעס געהאט מיט דעם?
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 1:47 pm

שוין אויך פארמאכט
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 1:47 pm

דאס פרעג איך דאך
שאלת חכם חצי נחמה


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ארגינעלע יוד און 14 געסט