בלאט 1 פון 93

דער "מאנטאג" אשכול - כהנת כפונדקית

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 9:59 am
דורך מאשקע
מה-דאך (אדער הואיל...) דער פארשלאפענער זונטאג טאג איז געווען אזוי לעבעדיג אזש קרעמער און סאכדעס האבן נישט געקענט נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג און מגיב זיין איבעראל, איז דאך זיכער אז מאנטאג וואס איז א 'געהעריגער' טאג, זאל זיכער זיין לעבעדיג.
נישט אזוי?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 10:04 am
דורך Jewboy
איהכינאניע

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 11:21 am
דורך מאשקע
די תפלות פון קרעמער און סאכדעס האבן הפנים אויפגעטון. דער עולם שלאפט היינט אין גרויסן.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 11:22 am
דורך מאשקע
און די צאל משתמשים מחוברים ווערט ווייניגער און ווייניגער.
די וועטער-זאגער זאגן, אז באלד וועט ווערן אונטער זעראו.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 1:07 pm
דורך סאכדעס
נע דאס קען נישט פאסירן. כ'מיין אין דעם מענטשליכן בליק.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 2:47 pm
דורך קרעמער
שקר וכזב. איך האב אנגעיאגט אלעס צו ליינען - א נעכטיגן טאג.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 2:48 pm
דורך abimlaibt
וועלכע איז שקר וכזב ס'ערשטע העלפט, אדער א נעכטיגען טאג, אדער ביידע, אין ס'גאנצע שטימט נישט?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 2:54 pm
דורך קרעמער
שקר וכזב מאשקע'ס תגובה אז איך האב נישט עספיהט צו ענדיגן די גאנצע נעכטיגע סעכוירע.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 2:58 pm
דורך abimlaibt
איך זיעך. אין איך זיעך. אין איך זיעך. איך קען נאך אלץ נישא זעהן פין וואס איר רעדט? ווי זאגט מאשקע אז דו קענסט נישא ענדיגען ס'גאנצע נעכטיגע סעכוירע?

Re: דער "מאנטאג" אשכול - כהנת כפונדקית

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 3:01 pm
דורך קרעמער
מאשקע האט געשריבן:מה-דאך (אדער הואיל...) דער פארשלאפענער זונטאג טאג איז געווען אזוי לעבעדיג אזש קרעמער און סאכדעס האבן נישט געקענט נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג און מגיב זיין איבעראל, איז דאך זיכער אז מאנטאג וואס איז א 'געהעריגער' טאג, זאל זיכער זיין לעבעדיג.
נישט אזוי?


אטא-דא

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 3:03 pm
דורך abimlaibt
לדעתי וכפי ראת עיני , רעדן ענק פין צוויי נאנדערע זאכענעס, דהיינו מאשקע רעדט פין "מגיב" זיין, אין ווידעראום דו רעדסט פין לעהזן, כ'פארשטיי עס ריכטיג?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 3:03 pm
דורך סאכדעס
יא וואסזשע גייט דאס פאר מיט דיר קרעמער?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 3:07 pm
דורך abimlaibt
יא וואס?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 3:55 pm
דורך קרעמער
גארנישט. ווען איך ליין, און איך שפיר פאר וויכטיג מגיב צו זיין, בין איך מגיב. אויב איך האב אלעס געענדיגט ליינען, איז א סימן אז איך האב אויך געענדיגט מגיב צו זיין.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 4:02 pm
דורך מאשקע
אבי מ'לעבט איז גערעכט.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 4:06 pm
דורך abimlaibt
ווי אלעמאל, אין יעצט מער ווי קיינמאל בעפאר,
אין צו דיר קרעמער, דא אין ס'קרעטשמע איז נישטא אזא זאך 'פערטיג' גענדיגט ליינען גייט מען קורוק אים מהייבט אן פריש מגיב זיין אויף עלטערע תגובות, אדער אין ערגסטען פאל, ששששששש זאג נישט קיינעם 'עפען א פרישע אשכול' מיט א נייע נאמען מיט אלא קלאפער געצייג, וויזוי דיר שמעקט,אין פטור אן עסק, שעיש?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 4:26 pm
דורך קרעמער
לייג דיר צוריק אריין די פאלשע ציין, ווייל כ'הייב אן שווער פארשטיין דיינע געברימעכצער.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 4:28 pm
דורך abimlaibt
קרעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעממממממממממממממממעעעעעעעעעעעעעררררררר........
כא נאך קיינמאל קיינמאל נישט אזוי געלאכט ווי איצטערט, נאך יעצט שאקעל איך מיך פאר געלעכטער,
פארפאלען , געשטעלט אין פלאץ.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 4:36 pm
דורך קרעמער
איך האב דיר געשטעלט אין פלאץ? אדער פארשאקלט פון דארט?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 4:41 pm
דורך מאשקע
דאס איז זיכער אז דו האסט אים געשטעלט אין פלאץ, די שאלה אינאר וואו דאס פלאץ איז...

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 4:46 pm
דורך abimlaibt
כ'בין צוריק אריין ווייל עס איז געווען אראנדש (נאך א זאך מיט 2 מיינונגען?) ביידע פארשאקעלט פין דארט אין געשטעלט אין פלאץ ודי,
בד"וו עס האט מיר נאכאמאל געקאסט דעם אויספלאץ, אזש מיין בויח טוט מיר וויי...

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 5:58 pm
דורך צייטליך
מיט די הענט אויפגעהויבן אויף ארויף צום הימל, און די פוס אראפגעלייגט צו די ערד, די מויל אפן, און שטערן צוזאמענגעקנייטשט, געבן מיר אפ א שבח והודיה צום אייבירשטען, און מיר הייבן אן מיט ווערטער עד הנה עזרינו רחמיך, און מיר טוען א תפלה אויך אויף ווייטער אז ואל תטשינו השם אליקנו לנצח, אויף די גרויסע חסדים וואס ער האט געטוען מיט אינז חברי הקרעטשמע נאכדעם וואס דער מאנטאג'דיגען טאג איז דורך מיט איר פולסטן פראכט און דער מאנטאג אשכול פארמאגט אינטער אירע פליגלען א צירקע פון צוויי זייטן שוין, קעניינע הארע,

דער היינטיגער טאג מאנטאג איז גאר אנדערש ווי דער נעכטיגער טאג זינטאג, א_ווי מאנכע וועלן נאך געדענקן פון נעכטען בין איך אני הקטן נעכטען געווען און א געוואלדיגע פארלעגענהייט, ווארום קרעמער האט אויף אינז ארויפגעלייגט די עבודה קשה שבמקדש פון שרייבן אינעם זינטאג אשכול, מיט דעם אלעם וואס איך האב נישט געהאט די מינדעסטע השגה וואס איך זאל שרייבן, יאך בין געזיצן שעות אריכות, שעות על גבי שעות, און איך זיץ נאך אפשר יעצט אויך און געטראכט וואס מ'קען שרייבן, בקיצור, טאו מעק א שארט סטארי לאנג, כאב מיך נישט געקענט ארויסדרייען און איך האב געשריבן, אבער גאר אנדערש איז עס היינט מאנטאג, א טאג וואס איך האב דייקא יא וואס צו שרייבן, נישט סתם, נאר אסאך, אבער די צייט האביך פשוט נישט,

דאס האט מיר טאקע ציגעברענגט צו די מסקנה אז איך זאל נישט שרייבן דא, פשוט, איך האב נישט די צייט היינט, איך העל טאקע שוין סטאפן, און איבערלאזן דאס איבעריגס פאר דינסטאג'דיגען אשכול וואס איז שוין דאכצעכמער דא.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 6:02 pm
דורך איך_הער
איך האף אז אויב מ'האט טאקע נישט וואס צו שרייבן, מעג מען אדוירך לויפן דעם אשכול אן מגיב זיין, איא חברה?

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 6:05 pm
דורך מאשקע
איא.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2007 6:05 pm
דורך צייטליך
במחילת כבוד איך הער, כאב נישט פארשטאנען וואס די שרייבסט. אנטשולדיגט.